דאנערשטאג ראה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער פאלגנדער ברית'ן, ווי דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת. לבן הנולד: לר' אברהם שמחה הירש הי"ו. לר' יואל יצחק ראטה הי"ו.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב''ר יעקב בנציון לעווי הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור.
ארום 12:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל הישיבה צו תפילת יו"כ קטן. נאך יו"כ קטן האט דער רבי שליט''א געזאגט די ווידוי פון רבינו ניסים בבכיות נוראות. דער בעל תפלה איז געווען הרה"ג ר' שמואל קרויס ר''מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
נאכמיטאג איז -ווי געמאלדן- געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקאליע ב"פ שליט"א, וועלכער האט אויך אויפגעטרעטן בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד' און בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים. אויך האט ער ארויסגעברענגט פארן רבין זיין התפעלות פון די בחורים תלמידי ישיבתינו הק'. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און דערנאך ארויסבאגלייט.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים: ר' משה חיים וויעדער הי"ו - ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש הי"ו.
ארום 11:00 איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א רבני ארגון "אדאפט א כולל" וועלעכע העלפן ארויס כוללים בארה"ק דורך שליסן א שותפות מיט א ביהמ"ד אין חוץ לארץ. אויך האט זיך באטייליגט הגה"צ ר' בנציון לאוב שליט"א רב דבית מדרשינו ישמח משה בוומסב"ג, וואס די ביהמ"ד האט געשלאסן א שותפות. רבינו שליט"א האט זיך נאך געפרעגט אויף די פעולות און געוואונטשן ברכות קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
= חלק ד' =
רבינו שליט"א האט פארציילט א מעשה פון הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו פון בארא פארק, ווען איינער פון אר"י האט אים געבעטן צו פרעגן רביה"ק זי"ע דעת קדשו איבער א שידוך פאר א טאכטער פון א משפחה מיוחסת. האט ער געענטפערט 'סאיז א שיינע משפחה אבער זיי זאל זיך אויסנעמען דריי תנאים, 1, אז מען וועט נישט גיין צו די בחירות. 2, אז מען וועט שיקן די קינדער אין מוסדות החינוך אויף אידיש און עטה"ק. 3, 'ער זאל מקפיד זיין אויף שיטת רבינו תם מוצש"ק'. יענע האבן געענטפערט אז זיי זענען נאר גרייט פאר די ערשטע צוויי. "דער פעטער ז"ל האט געזאגט דאס זאגט ער אפען אז ער וועט נישט מקיים זיין, די סוף וועט זיין אז די אנדערע צוויי וועט ער אויך נישט מקיים זיין.. פארשטייט זיך אז די שידוך איז נישט געווארן." "דאס איז געווען זיין מיינונג און זיין שיטה.
ובנידן דידן איז עס אויך אזוי, סאיז דא א ענין פון שיטת רבינו תם, סאיז דא א ענין פון חינוך לבנות וואס מען מעג יא לערנען מיט מיידלעך און וואס מען טאר נישט, סאיז דא א ענין פון התקרבות לרעיון הציוני, די אגודה, התפעלות פון זייערע נצחונים, זיך צו פרייען מיט זיי, אזוי ווי סאיז ליידער נהוג אין דעי קרייזן וואס מהאט נישט געלערנט 'ויואל משה', און פארשטייצעך אז די ספר הק' ויואל משה איז בבל יראה ובל ימצא אין דעי הייזער.., במילא זענען די חברי כנסת המינים ביי זיי אנשים חשובים ומקורבים".
דעי אלע ענינים האט מען אונז מחנך געווען "לא עשה כן במקומינו!!" וועגן דעם זאג איך זיי נאכאמאל, זייער פלאץ איז נישט דא!! ביי אונז וועל מיר זיך פירן ווי אזוי די פעטער ז"ל האט אונז מחנך געווען אין השקפה נכונה, און ווי אזוי אונז זאל מיר מחנך זיין, און אויב איז דא א קרייז וואס וויל דאס נישט מקבל זיין, איז זייער ארט נישט דא!! נישט אין קר"י און נישט אין די גלילות פון קר"י!!.
"די שליסל פארדעם איז די בתי חינוך פאר אינגלעך און פאר מיידלעך. אז ס'וועט נתפרסם ווערן אין די גאנצע וועלט אז אין קר"י נעמט נישט אריין קיין תלמידים און תלמידות אין קיין שום מוסד אויב זיי זענען זיך נישט מקבל זיך צו פירן כפי מנהג המקום."
"מען מאנט נישט פון זיי דא וועלכער זמר מען זאל זינגען צו וועלכער נוסח התפילה.. "נאר התנהגות אזוי ווי די השקפה פון פעטער ז"ל און אזוי ווי זיין הוראה אין אלע ענינים, און מען וועט האלטן די שליסל פעסט ווער עס קען זיך נישט צו דעם צופאסן האט נישט קיין דריסת הרגל אין קרית יואל, און אין גלילות ק"י און דאס וועט זיין די הצלה לדורות בעזר שמו יתברך".
אויב חלילה עס וועט קומען א זמן און ס'וועט יא זיין אין גלילות קר"י א קהילה ומוסדות החינוך וואס איז נישט לפי רצונו פון פעטער ז"ל, דער פעטער ז"ל וועט מאנען און פאסירן פון דער וואס האט גורם געווען אז עס זאל צושטאנד קומען!! מען האט געקענט מונע זיין און מען האט נישט געטאן!!. "אזוי ווי איך האב געזאגט, אז יעדע בר דעת פארשטייט אז די הצלה פארדעם איז נישט אריינצונעמען תלמידים ותלמידיות, ווער ס'האלט נישט ביים זיך אונטערווארפן אונטער זיין הנהגה".
עכלה"ק איבער דעם ענין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
= חלק ג' =
נאך דא צו רעדן נאך אין דעם ענין. אזוי ווי עס איז געווארן דאס ענין, כ'האב אנגעהויבן צו אריינטראכטן און איך זעה אז מען טרויעט זיך מיקל צו זיין אין אזא הארבע ענין דא אין גלילות קר"י קעגן פסק פון פעטער ז"ל, איז מיר נתעורר געווארן ארומצורעדן איבער דאס ענין מיט א ברייטערן בליק. "דער פעטער ז"ל האט מייסד געווען די שטאט קרית יואל בשארית כוחותיו לעת זקנתו, און ער האט געזאגט אזא אויסדריק אז "ווען נישט קרית יואל, האט ער גארנישט אויפגעטוען אין אלע זיינע יארן אויף דעם עולם" און מען דארף צו וויסן, עס רעדט זיך פון א צדיק וואס האט געטוהן אין זיינע שנות חייו גדולות ונצורת. אבער אלעס האט ער געהאלטן איז כאפס וכאין אויב האט ער נישט אויפגעשטעלט קר"י. אזוי שטארק אין ביי אים חשוב געווען די שטאט קר"י!!. ער האט נישט אויפגעשטעלט די שטאט ווייל ער האט געוואלט מען זאל האבן שיינע ברייטע דירות, שיינע הייזער, א שיינעם גארטן מיט גראז און ביימערלעך.. נישט פארדעם האט ער געבויעט קר"י, "כל כוונתו איז געווען לשם שמים!! התבדלות פון ראיות אסורות!! התבדלות פון גוי'אישע מנהגים!! התבדלות פון מאדערענע אידן!! התבדלות פון די הנהגה ווי אזוי מאדערענע אידן פירן זיך!! אבער אויך התבדלות פון אזעלעכע חסידים וואס זייערע רבי'ס האבן אנדערע השקפות אין עניני ציונות און זיי האבן התקרבות צו די ציוניס'טישע פארטייען למיניהם אגודה וכדומה!! ווער ס'ווייסט ס'איז אים נישט ניחא געווען אז אנשי שלומו דאווענען מיט אזעלכער חסידים וואס האבן קרומע דיעות, ווייל ער האט חושד געווען אז מען זיצט אינאיינעם מיט זיי ווערט מען נמשך פון זייער השקפה און דאס שאדט זייער. און דאס איז געווען איינע פון די סיבות פארוואס ער האט משתוקק געווען צו בויען די קריה נאמנה עס זאל זיין נאמן לה' ולתורתו און צו די שיטה פון 'ויואל משה' אנע פשרות התבדלות פון רעיון הציונו מיטן גאנצן הארץ!! התבדלות פון פריצות!! התבדלות פון די גוי'אישע גאס! כרעד יעצט אין עזרת נשים וואס ער האט אויף דעם מרעיש געווען עולמות.
"היינט צו טאג קומען וואוינען מענטשן אין גלילות קר"י, סאיז ב"ה מקיום געווארן אויף קר"י 'ופרצת ימה קדמה וצפונה ונגבה' אויף אלע פיהר זייטן פון קר"י צושפרייטן זיך און וואוינען אידן, "באזעצן זיך אזעלעכע מענטשן וואס זענען זייער ווייט פון די השקפה פון ויואל משה. סאיז דא צוויי ענינים, סאיז דא, באמת זענען זיי חסידישע אידן נאר אין השקפה האבן זיי נישט די ריכטיגע השקפה, און ס'איז דא פשוטע פראסטע מענטשן בעלי תאווה וואס ביי זיי איז דא גרויסע פירצות צניעות און אין מלבושים און דער גאנצע הילוך החיים סיי שבת און סיי יו"ט און אינדערוואכן אוודאי", סאיז צוויי אנדערע ענינים אבער ס'קומט אויס צו איין זאך.
מען דארף אריינטראכטן מיט א גרויס זארג אונז ווייס מיר נישט ווי לאנג סאיז באשערט צו זיצן אין גלות, וואס דאס ווייסט נאר דער איין איינציגער באשעפער, און ס'ליגט א פליכט זיך צו זארגן אויפן מארגענדיגן טאג, מארגן און איבערמארגן, "ס'זאלן נישט אהנקומען וואוינען אין קר"י און אין די גלילות פון קר"י, אזעלכער מענטשן וואס זענען ווייט פון דעם חינוך וואס אונז האמיר מקבל געווען פון פעטער ז"ל", מדארף אריינטראכטן ס'איז דא א גרויסע חשש אז מזאל נישט עפענען א בית חינוך לבנות ווי מגייט לערנען חומש, מיטן תירוץ אונזערע רביס האבן געזאגט אז מען מעג.. סאיז דא א מעגליכקייט אז מען וועט מאכן א קבלת פנים פאר א חבר כנסת המינים, מיטן תירוץ אונזערע רבי'ס האבן אזוי געטוען.. ס'וועט אנקומען חסידים פון פארשידענע קרייזן יעדער וועט זיך מאכן א עסק פון זיך אליינס 'מי מעכב על ידם?' אמעריקע איז א דעמעקראטישע מדינה און מען קען קיינעם נישט גארנישט שטערן, און אלעמאל וועלן זיי זאגן מנהיג אבותינו בידינו..
מען וועט אויפנעמען כלי קודש אזעלעכע וואס פרעדיגן צו גיין צו די בחירות צום כנסת המינים באר"י, אלעס איז דא א מעגליכקייט!! און נאך אסאך ענינים וואס ביי אונז איז דאס זייער הארב און אנדערע זענען זיך מיקל אויף דעם, ס'איז ביי זיי גארנישט, און סוף וועט זיין אז ס'וועט משפיע זיין חלילה אויף אנ"ש אויכעט".
בשלמא ווען יעדער וואס קומט וואוינען אפילו אין גלילות פון קר"י איז זיך מקבל אז ער וועט זיך פירן כפי מנהג המקום אזוי ווי די הוראה פון פעטער ז"ל צו אלע ענינים, אוודאי דארף מען מקרב זיין!! אבער איינער וואס איז נישט מקבל די הוראה פון פעטער ז"ל זאג מיר אונז אים "מה לך למקום הזה?" ס'איז דא אנדערע מקומות ווי מען קען זיך באזעצן און זיך פירן כאוות נפשו און אונז וועל מיר זיי גארנישט זאגן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
= חלק ב' =
רבינו שליט"א האט ממשיך געווען מיט א סיפור איבער א תשובה וואס ווערט געברענגט אין תשובת מהרא"ש חלק ז' סימן קי"ח פונעם ראדימישלער רב זצ"ל ווי ער שרייבט צו הרה"ק ר' ישעי'לע פון קראקא, דער יונגסטער זון פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע, בנוגע איינער וואס האט איינגעפירט צו באקן 'מאשין מצות' אין קראקא נגד די פסק פונעם דברי חיים וועלעכע האט גע'אסר'ט מאשין מצות, און ער ענטפערט אינעם תשובה "אין גלילות פון קראקא איז דא טויזענטער חסידים פון מרן הדברי חיים ז"ל און זיי האבן מקבל געווען די חומרא פונעם דברי חיים נישט צו עסן מאשין מצות במילא טאר מען נישט פורץ גדר זיין דארט צו מאכן מאשין מצות". מ'דארף אריינטראכטן ער שרייבט אזוי 'נישט אין קראקא' ער שרייבט 'אין די גלילות פון קראקא' דאס מיינט אלע שטעט ארום קראקא איז דא טויזנטער צאנזער חסידים. יעדער פארשטייט אז אין די גלילות פון קראקא האבן געוואוינט אנדערע חסידים אויכעט עס האבן געוואוינט טויזענטער אידן וואס זענען נישט געווען צאנזער חסידים און זיי האבן נישט מקבל געווען דעי חומרא, און ער שרייבט אזוי א אינטערסאנטע תשובה ס'ליגט צווישן די ווערטער, "קראקא איז די גלילות פון צאנז, מקום מנוחתו פונעם הייליגן דברי חיים" און אז סאיז דא אין גלילות פון קראקא טויזענטער חסידים וואס גייען נאכן דברי חיים "איז די גאנצע געגענט אתרא דמר" אפילו אין קראקא איז נישטא, במילא טאר מען נישט ברענגן אין קראקא קיין מאשין מצות וואס איז קעגן פסק פון דברי חיים. מען זאל זיך פארשטעלן לאמיר זאגן טשערנאוויץ אזא ווייטע שטאט וואלט ער נישט געשריבן אזא תשובה.. אבער קיין קראקא האט ער געשריבן אזא תשובה!!. כל שכן גלילות קרית יואל, אלע תושבים אין גלילות קר"י זענען חסידים פון פעטער ז"ל און זענען מקבל זיינע ווערטער באימה אין אלע ענינים, און אויכעט אין זמן שיטות רבינו תם, במילא קיינער טאר נישט מיקל זיין אין גלילות פון ק"י אין דעם ענין!!.
רבינו שליט"א האט נאכגעברענגט א מחלוקה פונעם ייטב לב מיטן דברי חיים צו מען קען כשר'ן א מקוה מיט וויין אדער מילעך. אלע קינדער פון די דברי חיים האבן זיך געפירט מיט די חומרא פונעם דברי חיים נאר צו כשרן א מקוה מיט זאמד. דער רבי שליט''א האט דערציילט א סיפור פון דודו רביה"ק זי"ע וועלעכע האט אויך אנגענומען די חומרא און געכשר'ט א מקוה מיט זאמד אין מאנטרעאל.
איז געווען א מעשה אין א שטעטל 'אושפיצין' וואס איז 'הונדערט מייל' אוועק פון צאנז, ווי דער רב דארט א גרויסע גאון בעמח"ס אוהל יהושע האט געכשרט די מקוה מיט וויין, האט הרה"ק ר' אהרן דער קרייזער רב, דעמאלטס רב אין צאנז און א זון פונעם דברי חיים, געשריבן א בריוו פאר דעם רב "הגם לדעתך מעג מען כשר'ן א מקוה מיט רויטע וויין, ער שרייבט אים א חלום וואס ער האט געהאט, ער האט געזעהן אין חלום זיין הייליגן טאטן דער הייליגער דברי חיים, און דער פאטער פרעגט אים 'אין דיין גליל איז דא וואס כשרן א מקוה מיט וויין קעגן מיין פסק, פארוואס שווייגסטו?' אזוי האט אים געפרעגט דער הייליגע דברי חיים אין חלום. שרייבט ער פאר דעם רב, פארדעם שרייב איך דיר 'ווייל אושפיצין איז אין די גלילות פון צאנז', בעהט איך דיר זאלסט חוזר זיין און נאכאמאל כשרן די מקוה מיט זאמד. דער רב האט זיך נישט אומגעקוקט אויף דעם מכתב, האט דעי קוואל אויסגעטריקענט! מען האט געמוזט גראבן א צווייטע קוואל אויף א צווייטע פלאץ און מאכן א נייע מקוה און דעמאלטס האט מען שוין געכשרט מיט זאמד..!! פון אושפיצין ביז צאנז איז אסאך ווייטער פון די גלילות דא פון קרית יואל, סאיז סמוך ממש!! וויל איך זאגן דא א פסק הלכה פאר אלע תושבי ק"י והגלילות אין אלע זייטן ארום און ארום, "מען טאר נישט מיקל זיין צו מאכן א מלאכה מוצש"ק, אדער מוצאי יו"ט, אדער אויספאסטן מוצאי יום הקדוש, פאר צאת הכוכבים לשיטת רבינו תם".
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פייערדיגע דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן ביים צענטראלן סעודות הילולא פון רבינו הקוה"ט זי"ע איבער די הארבקייט פון נישט האלטן "זמן רבינו תם" אין קרית יואל און אין די גלילות פון אלע זייטן, און די הוראה פונעם מייסד הקריה רבינו הקוה"ט זי"ע צו האלטן רבינו תם, ופסק הלכה וואס מחייב אלע תושבים פון קרית יואל והגלילות.
= חלק א' =
"כוויל ארויסברענגען דא א ענין פון משנתו פון פעטער ז"ל, זכותו יגן עלינו. סאיז געווען רגיל על לשונו מקפיד צו זיין צו שיטות רבינו תם לגבי די צאת הכוכבים ווען ס'הייבט זיך די נאכט. בעיניו אויב מען האט געטוהן א מלאכה פארן זמן מוצש"ק בשיטת רבינו תם, איז עס געווען א ערענסטע חשש פון חילול שבת. ממש לעצטענס האבן זיך באזעצט יחידים, און האבן אויפגעשטעלט א ישיבה און שטעלן אויף א קהילה אין גלילות פון קרית יואל, און זענען מקדים צו טוהן א מלאכה מוצש"ק פארן זמן פון שיטת רבינו תם מיט א טענה אז ביי זיי פירט מען זיך אזוי. "וויל איך דא זאגן אזוי, אלע תושבים פון קרית יואל, 'אלע' -איך וויל מרבה זיין אויך אלע תושבים פון גלילות פון קר"י- זענען תלמידים וחסידים פון פעטער ז"ל זי"ע, און גייען לאורו אין אלע ענינים. ביז היינט האט זיך נישט געפונען א פורץ גדר אין אזא הארבע ענין. סאיז פשוט און קלאר קרית יואל און די גלילות פון קר"י און אלע זייטן האט א דין פון א 'מקום שנהגו', אזוי ווי שיטות רבינו תם, ווער ס'קומט אן אין דעם מקום, איז מחיוב זיך צו פירן כחומרת המקום שהלך לשם, דאס איז קלאר".
"סאיז נישט גלייך צו א הלכה וואס שטייט אין שו"ע ביי קבלת ער"ש וואס דארט איז דער דין אויב רוב הקהל האבן מקבל שבת געווען ווערט דער מיעוט נגרר נאך רוב, דארט זאגט דער מג"א אז יעדע שול איז נידון בפני עצמו. דארט רעדט מען פון ער"ש, מען איז מקדים צו מקבל שבת זיין ווען ס'איז נאך טאג, סאיז נישט קיין חיוב ס'איז נישטא קיין איין שיטה אז מען דארף מקבל שבת זיין אזוי פרי מבעוד יום. אידן ווילן מקבל שבת זיין נאך פריער ער"ש, דארט איז דא א דין אז נישט יעדע שול קען צווינגען די צווייטע ביהמ"ד, יעדער האט א דין ווי עקסטער.
"דארט ווי עס איז נוגע בכח החומרא אין הלכה דארף מען זיך פירן ווי מנהג המקום. 'דער זאך טוהט זייער וויי, און עס איז מצער יעדעם איינעם וואס די כבוד פון פעטער ז"ל איז יקר בעינו און איז ביי אים חשוב'. ס'איז א פגיעא חמירא בכבודו אז אין די גלילות פון זיין שטאט, אז מען עובר אויף זיין פסק וואס ער האט זייער מחמיר געווען. דער פעטער ז"ל איז דער מרא דאתרא פון קר"י, אלע גלילות ווערן גערעכענט אזוי ווי אתרא דמר, במילא איז פשוט און עס איז קלאר אז מען טאר נישט משנה זיין אין זיינס א פסק!!."
למען השלום ולמען הכבוד פונעם פעטער ז"ל האב איך געשיקט שלוחים נכבדים צו רעדן איבער דעם ענין צו פארמיידן מחלוקות, צו מיין ווייטאג האב איך האב נישט מצליח געווען.
"איך וויל בעטן פון יעדעם איינעם וואס ער שפירט צו ער ווייסט ווער עס האט א יכולות משפיע צו זיין אויף דעם ענין, זאל אויסנוצן זיין השפעה און דורכדעם פארמיידן אסאך עגמות נפש און א גרויסע מחלוקה".
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן ביים צענטראלן סעודת הילולא פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע "בבית מדרשו פונעם בעל הילולא" ביהמ"ד הגדול בקרית יואל, במשנתו הבהירה, דברי חיזוק ודברי מוסר, ובדברים העומדים על הפרק.
רבינו שליט"א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה" און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע, און ארומגערעדט איבער די דיונקא דקדושה וואס דאס ווייזט אז דער "נשיא זיצט ציווישן אונז, מושב אלוקים בארץ" און דערציילט "דער טאטע ז"ל האט אמאל געזאגט אז ס'איז געווען אין די ביטערע זמנים ביי די קריג, איינס פון די פלאות פונעם הייליגן באשעפער וואס ער האט געמאכט מיטן פעטער ז"ל זי"ע, ער איז געווען בצרה ובשביה אין די לאגערן, ולא שלטו בו ידי זרים אין די דיונקא קדישא ווייל דער נשיא יושב בו בארץ, איז געשעהן א נס צו ווייזן אז אפילו אין די גרויסע הסתר פנים ווי אידן זענען געווען אין אזא שפלותדיגע מצב איז נאך אלס דא השראת השכינה ביי אידישע קינדער".
דער רבי האט דערמאנט די עבודת הקודש פון רביה"ק זי"ע און אויסגערעכנט זיין התרוממות ואהבת ה' במסירת נאמנה, הרבצת תורה בקדושה ובטהרה, מעמד צו זיין הדת על תילה, מעורר זיין לבבות ישראל, מרים זיין די קרן התורה והיראה, די קרן הצניעות ביי נשים, גודר גדר זיין אלע פירצות הדור, די דברי מוסר די הייליגע דברי כבושין, די מלחמת ה' אין טומאות הציוניות און אלע אירע מלבושים, התבדלות פון די רשעים, און איבער שטיצן די מוסדות עטה"ק וואס זענען נישט נהנה משלחן איזבל. אזוי אויך מעורר געווען בדרכי מוסר ביומא דהילולא רבא זיך צו מחזק זיין און גיין אין זיינע דרכים אלעס וואס איז נוגע חינוך הבנים והבנות, עוסק זיין בצדקה וחסד, ובפרט עומד זיין על המשמר אין גדרי צניעות, די חומר הענין פון ביי-האר, פריצותדיגע שייטלען, די ענגע און קורצע בגדים, און דורכזיכטיגע זאקן. דערנאך האט דער רבי שליט''א ארויסגעברענגט אז דאס איז נוגע במיוחד תושבי קר"י "אשר שם חלקו מחוקק ספון, און ער איז משגיח אויף די גאנצע שטאט בעינא בקיחא ביתר שאת" מדארף זאגן פאר די אידן דא הזהרו בגחלתן של צדיקים מען זאל זיך נישט אפבראטען!! ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי מוסר איבער די וואס באזעצן זיך בגלילות קר"י וואס מען זעהט ביי זיי א געוואלדיג ירידה און כמה ענינים.
דערנאך האט רבינו שליט"א ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די הארבקייט פון נישט האלטן "זמן רבינו תם" אין קרית יואל און אין די גלילות פון אלע זייטן, און די הוראה פונעם מייסד הקריה רבינו הקוה"ט זי"ע צו האלטן רבינו תם, ופסק הלכה וואס מחייב אלע תושבים פון קרית יואל והגלילות.
=זעהט עקסטער די באריכט ותוכן דב"ק=
דערנאך האט רבינו שליט"א ארומגערעדט איבער די ישיבה הק' פונעם בעל הילולא. היינט צו טאג ביומדה"ל פונעם פעטער ז"ל מייסד הישיבה הק' איז די זמן גורם מרבה צו זיין בשבחו פון די הייליגע ישיבה, "ישיבה שהושיבו על קברו, סמוך ונראה צום ציון המציונת פונעם פעטער ז"ל", געלויבט דעם הייליגן באשעפער אין די ישיבה זיצן און לערנען הונדערטער בחורי חמד וואס זענען עוסק בתורה פון די פארטאגס שעהן ביז ביי די נאכט, מיט א געוואלדיגע התמדה און זיי שטייגן בתוי"ש ובמידות טובות וישרות אלע ג' עמודי עולם תורה, עבודה - עבודה שבלב זו תפילה, און גמ"ח. סאיז דא אין קר"י 6 סניפים אין ישיבה יעדע איינע לויט זיין בחינה, "אונז זאג מיר אונז האמיר א מקום תורה פאר בחורים אין אלע יארגענג!! א בחור ווערט נישט נפסל בשנים!! און אונז זעמיר זיך מתאמץ מיט שטארקע כוחות נישט מפקיר צו זיין קיין בחור ביז צו זיין חתונה טאג!!!"
דערביי האט רבינו שליט"א מעורר געווען איבער די פראבלעם פון שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל "עס איז נורא ואיום, א שרעקליכע הפקירות ס'ווערט אפגעקילט יעדע ברעקעלע יראת שמים וואס דער בחור פארמאגט". און ארויסגעברענגט וואו דאס הייבט זיך שוין אן ווען מען שיקט אוועק ביי די אינגע בחורים אין פרעמדע ישיבות.
דערנאך האט רבינו שליט"א ארומגערעדט איבער די אחריות פון עלטערן כלפי חינוך הבנים און חינוך הבנות, און איבער די אחריות פון עלטערן אז די בחורים זאלן אנהאלטן די תקנה פון רביה"ק זי"ע נישט צו גיין צו חתונות.
דערנאך האט רבינו שליט"א מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש בזכותו הגדול פונעם גרויסן בעל הילולא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
חלק ב' באריכט מיטוואך כ"ו אב יומדהל"ק בצל הקודש
נאכמיטאג ארום 8:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה בביתו נאוה קודש. דער רבי שליט"א האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה. נאך מנחה האט רבינו שליט"א אריבערשפאצירט צום ביהמ"ד הגדול. ס'איז געווען ארום 8:50 ווען כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז אריינגעקומען צום צענטראלען סעודות הילולא וסיום הש"ס 'בבית מדרשו של בעל הילולא - ביהמ"ד הגדול בקר"י'. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן און האט תיכף געמאכט דעם סיום הש"ס און געזאגט קדיש. ביים לחיים נאך די פיש האט דער רבי שליט"א געוואונטשן "זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל". במשך די סעודה האט מען געזינגען נגוני דביקות והתעוררות וואס איז געזינגען געווארן ביי רביה"ק הבעל הילולא זי"ע. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד קרית יואל מתלמידי רביה"ק.
ארום 10:00 האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א משמיע געווען דברות קודש במשנתו הבהיר, דברי חיזוק ודברי מוסר, ובדברים העומדים על הפרק, בפרט איבער די הארבקייט פון נישט האלטן "זמן רבינו תם" אין קרית יואל און אין די גלילות פון אלע זייטן, און די הוראה פונעם מייסד הקריה רבינו הקוה"ט זי"ע צו האלטן רבינו תם, ופסק הלכה וואס מחייב אלע תושבים פון קרית יואל והגלילות.
=זעהט עקסטער באריכט פון די דב"ק, אזוי אויך די רעקארדיגן פון די דב"ק=
נאך די דב"ק האט דער רבי שליט"א געבענטשט אויפן כוס און פארטיילט כוס של ברכה. דערנאך האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל, ובפרט למ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך ראה כ"ו אב יומדהל"ק פון רבינו הקדוש והטהור בעל דברי יואל זיעוכי"א, בצל הקודש פון ממלא מקמו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' אליקום יהודה ברי"א גרינוואלד הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.
ארום 10:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל המתיבתא "בישיבה על קברו - וועלכער איז נתייסד געווארן דורכ'ן בעל הילולא זי"ע" בסניף דברי יואל צו תפילות שחרית. פארן דאווענען האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל יצחק ראטה הי"ו.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה בהשתפכות הנפש, צו ברכות ותהילים איז צוגעגאנגען דעם רבינ'ס אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ הר''ר ברוך טייטלבוים שליט''א.
נאכן דאווענען ארום 12:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום מסיבת לחיים וסיום משניות וואס איז געלערנט געווארן דורך תלמידי ישיבתה"ק. מען האט געזינגען נגוני התעוררות און דערנאך האט רבינו שליט"א געמאכט דעם סיום און געזאגט קדיש. דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעוררות דער רבי שליט"א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בר מצוה בחור און געוואונטשן לחיים "זכותו יגן עלינו" לכל העם הנאספים.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב"ק דברי הכנה והתעוררות איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש. דער רבי שליט''א האט זיך געשטעלט אויף די ווערטער פונעם הייליגן נועם אלימלך פרשת בא, ווי אזוי מען זאגט אויף א צדיק 'זכותו יגן עלינו' וויבאלד אינעם עולם האמת איז אין סוף. דער רבי שליט''א האט געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא, און ארויסגעברענגט אז א צדיק וואס דינט דעם באשעפער באין סוף קען מען זאגן זי''ע ווייל זיין שכר איז אויך אין סוף. דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט אז די ישיבה איז דאס וואס ער האט מייסד געווען, און די השתוקקות וואס ער האט געהאט ארויסצוברענגען די ישיבה אין קר''י מחוץ לעיר.
דערביי האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברי הכנה פארן פוקד זיין דעם ציון הק' זיך מקבל צו זיין קבלות בפרט צו לערנען 'תורה מיט יראה' און עוסק זיין בגמ''ח, די זאכן וואס דער בעל הילולא האט געפאדערט.
די רבי שליט''א האט ארויסגעברענגט אז יעדער איינער האט אויף וואס מתפלל צו זיין, ס'איז דא אזויפיל לבבות נשברות, שמועות לא טובות יום יום וואס שוידערט אויף יעדע איינציגע איד. און מסיים געווען בברכות קדשו, ובפרט פאר גוטע שידוכים פאר די בחורים.
נאכן לחיים ארום 1:05 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויף פוקד זיין דעם ציון קוה"ק פון דודו רביה"ק זי"ע און באגלייטונג פון הונדערטער אנ"ש ובחורי הישיבה.
אינעם אוהל הק' איז אויפגעשטעלט געווארן פארענטשעס פון די זייטן ארום, צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער אנ"ש אז מ'זאל קענען מיטהאלטן די עבודת הקודש פון רבינו שליט"א ביים פוקד זיין דעם ציון הק'.
ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה 'מחיה המתים'. רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין אוהל און געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה ליכט, דער רבי שליט"א האט געזאגט די תפילה פון "שלום עליך" פון הרה"ק די ישמח משה זי"ע פאר א לענגערע צייט בבכיות נוראות. דערנאך האט רבינו שליט"א פארגעזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז כנהוג, און פארגעזאגט די יהו"ר בהשתפכות הנפש. רבינו שליט"א האט געליינט די קוויטלעך ביים ציון המציונת און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א משתטח געווען אויף ציון הק' אויסבעטענדיג ישועות ורפואות פארן כלל ופרט להפקד בדבר ישועה ורחמים.
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי שליט"א באגריסט מיט הגה"צ הרב יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ בני ברק ובנו הרה"ג ר' אלחנן חיים שליט"א ר"מ בישיבה גדולה. און געוואונטשן א ברכת רפו"ש פאר הרה"ח ר' יחזקאל פריעדמאן לרפו"ש פון קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ו מנחם אב תשפ"א8/4/2021
באריכט
דבר ה' לירושלים
היינט נאכמיטאג -פארנאכטס בארה"ק- האבן אנ"ש תושבי ירושלים עיה"ק געהאט די זכיה צו הערן דברי אלוקים חיים פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים סעודת הילולא -דינער השנתי לטובת המוסדות- אינאיינעם מיט א סיום מס' סנהדרין בחבורת תורתך שעשועי, ווי דער רבי שליט''א האט משמיע געווען במשנתו הבהיר פונעם בעל הילולא זי''ע, ודברי חיזוק וחובת השעה בדברים העומדים על הפרק.
רבינו שליט"א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה" און געטייטש בענין פון 'יראת ה' קודם לחכמתו' וואס דאס איז בחינת ירושלים, און דאס איז געווען די עבודה פון רביה"ק הבעל הילולא זי"ע צו משפיע זיין יראה און דערנאך תורה. דער רבי שליט''א האט ארויסגעברענגט דעם קשר אמיץ וחזק פון רביה"ק זי"ע צו עיה"ק ירושלים, און זיין עבודה משפיע צו זיין תורה און יראה.
"דאס איז געווען די חיות דקדושה פונעם פעטער ז"ל כל ימיו, משפיע צו זיין תורה און משפיע זיין יראה. אבער משפיע זיין יראת ה' קודם לחכמתו, א בחינה פון ירושלים, 'ער איז געווען מקושר צו ירושלים עיה"ק מיט א קשר אמיץ וחזק', און אזוי איז ער געווען בבחינת ירושלים, קודם יראה און נאכדעם תורה. און דאס דארף יעדער צו וויסן אנ"ש אין די גאנצע וועלט, בפרט די תושבי עיה"ק ירושלים און זיך מקבל זיין ביומדהל"ק צו גיין אין זיינע דרכים, אין די דרכים מיינט מען פון 'ירושלים', יראה מיט תורה".
רבינו שליט"א האט דערביי ארויסגעברענגט די שבח פון מוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק. "כוויל ארויסברענגען לשבח פון אונזערע מוסדות בירושלים עיה"ק וואס זיי גייען טאקע אויף דעם וועג, "יראה און תורה", און מען הערט טאקע א גרויסע הצלחה אין די אלע תלמידים וואס לערנען סיי אין ת"ת, סיי אין ישיבה קטנה, און סיי די וואס זיצן אין כולל, זיי זענען מצליח אין יראה און אין תורה בבחינת יראת ה' קודמת לחכמתו. ממילא אז ס'קומען זיך צוזאם אנ"ש ביומא דהילולא רבא דארף מען צו וויסן עס ליגט א געוואלדיגע חוב אויף יעדע אייניציגסטע מענטש מאנ"ש און די עלטערן פון די תלמידים, צו קומען צו הילף פאר די הנהלה להצלחת המוסדות בגוף בנפש ובממון.
דערנאך האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט די געוואלדיגע השפעה פון א סיום מסכת, צום סיום מס' סנהדרין בחבורת תורתך שעשועי בזה''ל, "במסגרת חבורת תורתך שעשועי האט מען געמאכט א סיום מס' סנהדרין און מען האט אנגעהויבן צו לערנען מס' מכות, א'ת הברכ'ה אש'ר תשמע'ו איז ס"ת 'תורה', דאס איז א רמז אז סאיז דא א גרויסע ברכה ווען מען איז מסיים א מסכת אין ש"ס. דער אייבערשטער זאל העלפן מ'האט מסיים געווען מס' סנהדרין מען זאל בקרוב מסיים זיין מס' מכות, 'מסכת מכות איז נעבעך זייער א שווערע ביטערע מסכת, ס'איז פרק אלו הן הלוקין, די אידישע קינדער וואס ווערן נעבעך געשלאגן, מ'לערנט פרק אלו הן הלוקין אין אלע מקומות, לוקין בכה ולוקין בכה, צרות ישראל איז נעבעך דא זייער אסאך, מ'זאל בעהטן דעם הייליגער באשעפער מען זאל בקרוב מאכן א סיום אויף 'פרק אלו הלוקין' א סיום אויף מס' מכות".
דערנאך האט רבינו שליט"א מחזק געווען די עסקנים אין ביהמ"ד וואס זענען עומד על המשמר איבער די כלים הטמאים מבער זיין מבתי בני ישראל, און מעורר געווען די תפילות אין ביהמ"ד זאל זיין ערליכע תפילות במתינות, בקול, ובתלהבות, און ח"ו נישט ארויסנעמען א סעלפאון אין ביהמ"ד אינמיטן דאווענען. און מעורר געווען אויף די מלבישי נשים ס'זאל זיין בצניעות און אויף די מלבישים פון די קינדער, "די פגם בעניני קדושה בירושלים עיה"ק בפלטרין של מלך איז אסאך הארבער ווי אין א אנדערען פלאץ".
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברי הכנה צו די הייליגע טעג צו מאכן די ריכטיגע הכנה און מוסיף זיין בלימוד התורה ובתפלה. ביים סוף פון די דב"ק האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילה און די מוסדות וואס דאס דארף צובאקומען פרישע כוחות צו קענען טוהן גרויסע פעולות להרחיב גבולי הקדושה. און דערביי ממנה געווען א צענטראלע הנהלה פאר קהלתינו הק' ומוסדותי' און געזאגט, "איך רעד דא צו א ציבור אנ"ש בירושלים עיה"ק, וויל איך ממנה זיין הנהלת הקהילה. ברוך ה' ס'איז געוואקסן אונזער קהילה אין ירושלים עיה"ק, ס'איז געוואקסן בכמות ובאיכות, און מען דארף טוהן גרויסע פעולות מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה, שפיר איך אז ס'פעלט זיך אויס צו ממנה זיין א הנהלת הקהילה".
און ארויסגעברענגט לשבח פון אלע עסקנים וואס זענען ממונה אין די קהילה סיי אין ת"ת, אין ישיבה, און אין כולל, להרמת קרן התורה והיראה און זיי געוואונטשן הצלחה וס"ד.
רבינו שליט''א האט ממשיך געווען, "אבער ס'פעלט זיך אויס ממנה צו זיין א הנהלת הקהילה וואס זאל זיין אויף די אלע ענינים, זיי זאלן זיין ממונה אויף דעם גאנצע מוסד אויף אלע ענינים, די הנהלה וועט זיין מקושר מיט'ן וועד העליון דא אין אמעריקע און אויך וועלן זיי האבן א קשר מיט מיר, אלעס וואס איז נוגע פאר הנהלת קהלתינו הק', כהאף אז זיי וועלן פירן די קהילה על מי מנוחות בס"ד מיט גרויס הצלחה.
דערביי האט דער רבי אויפגענומען די הנהלה להרמת קרן קהלתינו הק'. "ואלו שמות האנשים, באקאנטע נעמען ערליכע עסקנים איבערגעגעבענע מענטשן וואס זיי טוהן שוין עסקנות בנאמנות יארן לאנג, ר' ישכר בצלאל יאקאב הי''ו, ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי''ו, ר' יושע קליין הי''ו, ר' נתן בנימין ראטה הי''ו, און איך וויל זיי וואונטשן א ברכת ''ברכה והצלחה רבה, זיי זאלן זוכה זיין להגדיל תורה ולהאדירה לכבוד ה' ותורתו הקדושה". דערנאך האט רבינו שליט"א מסיים געווען בברכות קדשו פאר כל הקהל הקודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
תאו והתכנשו להילולא דרבי
יומדהל"ק 7:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט"א אריינקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש און יורד זיין לפני התיבה.
7:30 פארנאכטס וועט פארקומען די צענטראלע סעודת הילולא וסיום הש"ס לרגל די יומדהל"ק פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי''ע בראשות ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. במעמד אלפי אנ"ש תלמידי רביה"ק זי"ע בבית מדרשו פונעם בעל הילולא ביהמ''ד הגדול בק''י, סעודה הילולא רחבה מוכן לכל הקהל הקודש.
ארום 8:00 וועט רבינו שליט"א אריינקומען און מעריך זיין שלחנו הטהור, דער רבי וועט מאכן די סיום הש"ס. און משמיע זיין די צענטראלע דברות קודש במשנתו הטהור פונעם בעל הילולא בחובת השעה ובדברים העומדים על הפרק.
מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ אוף קול סאטמאר בעק-אפ נאמבער 339-207-8688 ווי עס ווערט צוגעשטעלט טויזענטער ליינס.
ווי יאר יערליך איז די סעודות הילולא קאמבענירט אינאיינעם מיט די מגבית עיני ולבי לטובת די "מתיבתא הקדושה" ישיבה על קברו ומשאת נפשו פונעם בעל הילולא וועלעכע האט מייסד געווען די ישיבה.
תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יומא דהילולא קדישא 'כ"ו אב' של אבינו רועינו מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעוכי"א בצל הקודש פון ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
תפילת שחרית 9:30 ברוב עם בהיכל המתיבתא 'בישיבה על קברו' - סניף דברי יואל. פארן דאווענען וועט רבינו שליט"א צינדן 5 ליכט און יורד זיין לפני התיבה צו תפילת שחרית.
נאכן דאווענען וועט פארקומען די מסיבת לחיים וסיום משניות וואס איז געלערנט געווארן דורך תלמידי ישיבה"ק. רבינו שליט''א וועט מאכן די סיום און משמיע זיין דברות קודש ודברי הכנה והתעוררות לפני עלי' לציון הקדוש.
נאכן לחיים ארום 12:00 וועט רבינו שליט"א פוקד זיין די ציון הקדוש ברוב עם, ווי רבינו שליט"א וועט פארזאגן די תהילים כנהוג און דערנאך די יהי"ר און קדיש. נאכדעם וועט מען האבן די זכי' זיך מזכיר צו זיין בפיסקא ביי רבינו שליט''א, וואס דער רבי וועט פארליינען ביים ציון המציונת, און דערביי אויסבעהטן להפקד בדבר ישועה ורחמים.
"פועלטס אלעס גוטס!!"
מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ פון שחרית / מסיבת לחיים / עלי' לציון אויף קול סאטמאר בעק-אפ נאמבער 339-207-8688
סדר וזמנים פונעם צענטראלן יארצייט סעודה בצל הקודש וועט שפעטער נאכפאלגן.
קה זכות אבות יגן עלינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג ראה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג', ''הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, כי אליך אתפלל, ה' בוקר תשמע קולי" מיט דברי מוסר וחיזוק צו לערנען פארטאגס פארן דאווענען.
פארמיטאג איז -ווי געמאלדן- געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש, הגה"צ הרב ר' חיים מאיר קאהן שליט"א אב"ד תולדות אברהם יצחק ביתר בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות וסיפורי צדיקים.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים: מו"ה ר' צדוק היילברוין הי"ו חתן הגה"ח המשפיע הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט"א - הרבני הנגיד ר' יואל ברא"י עפשטיין הי"ו.
ארום 10:20 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א, הגה"צ הרב ר' ישראל משה פריעד שליט"א אב"ד ניישטאד לעיקוואוד.
ארום 11:30 ליל הילולא קדישא איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מעריב בביהמ"ד בביתו נאוה קודש. דער רבי שליט''א האט געצינדן 5 ליכט, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב. נאך מעריב האט רבינו שליט"א געוואונטשן "א גוטע נאכט, זכותו הגדול פונעם בעל הילולא יגן עלינו ועל כל ישראל".
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ה מנחם אב תשפ"א8/3/2021
באריכט
א בקשה פונעם באקאנטן לאנג יעריגער גבאי צדקה פאר מוסדות יטב לב, הרבני הנכבד המפורסם הר''ר מאיר פערל הי''ו
שטיי מיר ב"ה דא ביים ציון הקדוש ווי טויזענטער אידן שטראמען. די תפילות זענען בוקע רקיעים. השי''ת זאל העלפן אז מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס, ישועות ורפואות, נחת און געזונט פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.
מיר וועלן אי"ה זיין דא ביים ציון הקדוש דעם גאנצען טאג מזכה זיין אידן מיט די הייליגע צדקה לעשות נחת רוח לנשמת רביה"ק יואל בן חנניה יו''ט זצוק''ל זי"ע ועכ"י
מאיר פערל
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
היינט פארמיטאג איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש, הגה"צ הרב חיים מאיר קאהן שליט"א אב"ד תולדות אברהם יצחק ביתר בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.
ווי געמאלדן האט נעכטן פארנאכטס האט באזוכט בקודש פנימה הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ.
אזוי אויך האט באזוכט הגה"צ הרב משה טייטלבוים דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א, און הגה"צ ר' יעקב כהנא שליט"א אדמו"ר מספינקא - סוליצא בני ברק.
ביי די באזוכען האבן זיך פארצויגן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות וסיפורי צדיקים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
היינט נאכט כ"ו מנחם אב געפאלט די 42'טע יומדהל"ק פון מרן רבינו הקדוש בעל דברי יואל זיעוכי"א. צענדליגער טויזענטער אידן וועלן פוקד זיין דעם ציון הקדוש בבית החיים דקהלתינו הק' אין ק''י און מתפלל זיין בזכותו של אותו צדיק להפקד בדבר ישועה ורחמים.
העפטיגע הכנות קומט פאר בבית החיים דקהלתינו הק' בקרית יואל מקום מנוחת קדשו דורך די געטרייע חברה קדישא, ווי עס איז אויך אויפגעשטעלט געווארן א ריזן שאטער הארט נעבן ציון הק' פאר אמירת תהילים. אזוי אויך איז אהערגעשטעלט געווארן א ספעציעלע סדר צו ערמעגליכן פאר יעדן צו קענען אריינגיין אינעם אוהל הק' צו לייגן א קוויטל ביים ציון המציונת, כדי צו קענען אקאמאדירן די רבבות ישראל.
אנגעהויבן פון היינט נאכט וועלן פארקומען מערערע יארצייט סעודות בבתי מדרשינו איבער די גארער וועלט.
- סדר וזמני ההילולא קדישא בצל הקודש פון ממלא מקומו רבינו שליט"א וועט נאכפאלגן -
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועכי''א ובפרט למ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
יום ג' פרשת ראה תשפ''א - ערב יומא דהילולא קדישא פון רבינו הקדוש והטהור מרן בעל דברי יואל זיע"א
סאטמארע חסידים איבער די גארער וועלט גרייטן זיך מיט התרגשות צום גרויסן טאג כ''ו אב, ווען עס קומען זיך צוזאם תלמידיו וחסידיו ההולכים לאור קדושתו אין די בתי מדרשים פון אונזערע קהילות און זענען מעלה זכרונו ומשנתו פונעם בעל ההילולא אבינו רועינו רביה"ק זיע"א.
אין ארץ ישראל ווי עס איז שוין באלד כניסת היום קומט פאהר היינט נאכט נאך מעריב בקרב קהלתינו הק' אין שיכון קרית יואל, בני ברק די צענטראלע סעודת הילולא פאר אנשי שלומינו, בראשות רבני קהילתינו הקדושה. און דאס זעלביגע וועט היינט נאכט פארגעקומען די סעודת הילולא בקרב קהלתינו הק' אין בית שמש ת"ו
די צענטראלע סעודת הילולא אין ירושלים עיה"ק קומט פאהר מארגן מיטוואך בבית מדרשינו 'ברך משה' אויף רח' יונה אינאיינעם מיט'ן סיום מס' סנהדרין שע"י מסגרת תורתך שעשועי, און קאמבאנירט מיט'ן מגבית השנתי לטובת די ארטיגע מוסדות הק'.
אזוי אויך אין נאך פולע קהילות און בתי מדרשים ברחבי ארה"ק קומען זיך צוזאם חסידים ואנשי מעשה מעלה צו זיין זכרונו הבהיר פון צדיק הדורות מרן רביה"ק וגאב"ד ירושלים זצוק"ל, און זיך מחזק זיין אין זיינע הייליגע דיבורים ובפרט בעניני אמונה ודיעות און התבדלות מהרשעים און נישט נהנה זיין מממשלת הכופרים.
תורתו מגן לנו והוא ימליץ טוב בעדינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
מאנטאג ראה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב''ר יואל וויזעל הי"ו. ב''ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו. ב''ר מרדכי לייב צוויבל הי"ו. ב''ר יחזקאל יחיאל מיכל וויינגארטען הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג', ''הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, כי אליך אתפלל", מיט דברי מוסר נישט צו ווארטן אויף די לעצטע מינוט ווען סווערט שווער די קשיא 'אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי', נאר החכם עיניו בראשו יעצט אנהייב די ימי הרחמים והרצון ר"ח אלול, ווען דער מלך קומט, מקבל פנים זיין, אזוי אז שפעטער זאל נישט נתעורר ווערן די קשיא.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: הרה"ג ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א אב''ד חאמעלניק מאנסי - ר' אשר ישעי פייערשטיין הי"ו. ר' יעקב ב"ר שמעי קעסלער הי"ו - ר' יואל בן הר"ר אהרן קויפמאן הי"ו.
ארום 10:40 האט באזוכט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, כ"ק אדמו"ר משאץ בני ברק שליט"א וועלכער וויילט אין די טעג אין קרית יואל לטובת מוסדות "נועם אלימלך" עטה"ק וואס שטייט תחת נשיאתו. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מוסד עטה"ק, און איבער די לעצטערע ביטערע געשעענישן ביי כלל ישראל. צווישן אנדערע האט דער שאצע רבי שליט''א אנגעוויזן אויף אויף הרה"ח שלמה מענדלאוויטש דער יו"ר מפעל "עזר הצלה" איבער זיינע פעולות צו העלפן די מנהלים עטה"ק. דערנאך האט אים רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ד מנחם אב תשפ"א8/2/2021
באריכט
זונטאג ראה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר אברהם שמואל שווארטץ הי''ו. ב''ר קלמן אליעזר גברא הי''ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג', ''הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, כי אליך אתפלל", רבינו שליט"א האט דערמאנט די שווערע ימי המגיפה וואס איז אדורך ביי כלל ישראל. און ערווענט אז דער מצב האט זיך ליידער פארערגערט אין די יעצטיגע טעג, ווי רבינו שליט"א האט אויסגעפירט מיט א בקשה צום בוכ"ע אז די בתי מדרשים זאלן בלייבן אפען צו קענען קומען מתפלל זיין.
=זעהט די פולע דברות קודש ביי די פריערדיגע באריכטן=
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
נאכמיטאג ארום 3:35 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה, ווי דער רבי שליט''א האט זיך באטייליגט ביי די כינוס ידידים פאר די אברכים צעירים לומדי הכולל בקרית יואל, למען החזקת מוסדותינו הק' בקרית יואל. רבינו שליט''א האט זיך באגריסט מיט די הנהלת המוסדות, און דערנאך טועם געווען און געוואונטשן לחיים וברכות קדשו, און משמיע געווען דב"ק. דער רבי שליט''א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה - א'ת הברכ'ה אש'ר תשמע'ו" וואס איז סופי תיבות 'תורה', און ארויסגעברענגט פאר אינגעלייט וואס קומען זיך צוזאם פאר א מסיבה להחזקת תורה אפילו זיי האבן נאכנישט קיין קינדער אין ת"ת, איז אבער א'ת הברכ'ה אש'ר תשמע'ו מהאפט אז די "סוף" וועט מען האבן קינדער אין די ת"ת און דאס איז די ברכה. דערנאך האט דער רבי שליט''א ארויסגעברענגט אז שטיצן די תלמוד תורה ווי די אייגענע קינדער גייען לערנען איז קודם פון אלע אנדערע ענינים, און מסיים געווען מיט שטארקע ברכות הקודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: ר' שמואל זאנוויל כהנא הי''ו - ר' אהרן שמואל פוקס הי''ו. ר' ישכר בעריש ברוינער הי''ו - ר' יואל ברש"י לאקס הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ג מנחם אב תשפ"א8/1/2021
באריכט
נעכטן מוצש"ק ארום 12:30 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש, הרה''ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' לעיקוואד אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק' אין לעיקוואד, וועלעכע האבן געוויילט אויף שבת אין קרית יואל בצל הקודש. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ובפרט איבער די בליה און וואוקס פונעם רבי'נס הייליגער שטעטל קרית יואל. אזוי אויך האט זיך רבינו שליט"א נאכגעפרעגט איבער די הרחבת גבולי הקדושה בקרב קהלתינו הק' לעיקוואד, ובפרט אויף די פארשריט אין די בוי-ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש דקהלתינו הק' אין לעיקוואד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
היינט ביים טעגליכן תהילים שיעור בהיכל המתיבתא האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דערמאנט די שווערע ימי המגיפה וואס איז אדורך ביי כלל ישראל. רבינו שליט''א האט ערווענט אז דער מצב האט זיך ליידער פארערגערט אין די יעצטיגע טעג, ווי רבינו שליט"א האט אויסגעפירט מיט א בקשה צום בוכ"ע אז די בתי מדרשים זאלן בלייבן אפען צו קענען קומען מתפלל זיין.
דוד המלך זאגט אין תהילים קאפיטל ה' ''הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, כי אליך אתפלל", דאס ענין קען זיין אזוי. מען געדענקט מיר אלע נישט אזוי לאנג צוריק די שווערע זמנים ביי כלל ישראל, מהאט אפגעשלאסן די בתי מדרשים און שוהלן, מען האט נישט געקענט קומען אין ביהמ"ד דאווענען, מען האט נישט געקענט דאווענען מיט קיין מנין נאר אין די הייפער אזוי. 'אידן דאווענען אידן בעטן, איז ב"ה בעסער געווארן דאס ענין'. אבער לעצטענס איז צוריק אביסל שווערער געווארן דער מחלה, מי יודע מה יולד יום. דער אייבערשטער פירט די וועלט, וואס וועט זיך ווייטער דא אפשפילען, קיינער איז נישט קיין יודע עתידות. אידן בעהטן הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, הער צו מיין געבעט, כי אליך אתפלל, אז מען זאל קענען דאווענען, מען זאל קענען קומען אין ביהמ"ד, מען זאל נישט אפשפארן קיין בתי מדרשים, נישט אפשפארן קיין שוהלן, מזאל קענען דאווענען, מען האט א בקשה צום בוכ"ע הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי כי אליך אתפלל, מען וויל קענען קומען דאווענען אין בתי מדרשים און אין שוהלן די הייליגע טעג און א גאנץ יאר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
=המשך באריכט שב''ק פרשת עקב בצל הקודש=
רעוא דרעוין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:50. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישעי קנאפלער, כהן: הרה"ח ר' זושא רובין - וומסב"ג, לוי: הרה"ח ר' יואל ב"ר מרדכי רייזמאן - לעיקוואד, שלישי: הרה"ח ר' שמואל זיינוואל ווערטהיימער - מאנסי, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: אב"ד סעקעלהעיד ב"ב שליט"א.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "והיה עקב תשמעון" און געטייטשט בדברי מוסר אז ווען סקומט די ימי הרחמים והרצון און א איד וויל תשובה טוען פארן הייליגן באשעפער, ווערט אבער נתעורר די טענה 'אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי' דאס איז אבער נאר ביי א עבד לרבו אבער ביי א קינד צו א טאטן נישט, ווייל א טאטע פרעגט נישט. כדי צו ווערן אנגערופן בנים למקום איז נישט געניג צו מקיים זיין מצוות התורה נאר מען דארף אויך מוסיף זיין גדרים וסייגים, און דעמאלטס קען מען זוכה זיין צו תשובה שלימה, ביים סוף פון די דב"ק האט דער רבי מסיים געווען ביי די ברכות הקודש "השי"ת זאל העלפן, מגייט אריין אין דעי געהויבענע הייליגע זמנים די ימי הרחמים והרצון, טעג וואס איז ימי הרחמים מען קען מעורר זיין מידות הרחמים פאר כלל ישראל, ולא ישמע שוד ושבר בבית ישראל מען זאל נישט הערן קיין ביטערע בשורות מזאל הערן אך טוב וחסד פאר כלל ישראל, מזאל זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א.
ידיד נפש: הר"ר אלי' כ"ץ - לעיקוואד, קל מסתתר: הרה"ח ר' נח קליין - וומסב"ג. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות. מעריב מוצ"ש האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד לרגל די יארצייט פון רביה"ק זי"ע. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 11:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת עקב - שבת לפני ההילולא קדישא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יעקב הערש טייטלבוים - לעיקוואד.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות הק' "קרן הצלה". און מען איז אריבערגעגאנגן גוט שבת זאגן.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא.
אשת חיל: די אייניקל הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ ר' דוד דוב.
פאר קידוש האט רבינו שליט"א געהייסן אריינברענגן בעכערס, און מכבד געווען הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך בן כ"ק פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א און הרה"צ ר' יעקב כהנא אדמו"ר מספינקא ב"ב צו מאכן קידוש. הגבהות הכוס לקידוש: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' בלעיקוואד, מנוחה ושמחה: אדמו"ר מספינקא ב"ב שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "והיה עקב תשמעון " און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון פון גזל עכו"ם. קה אכסוף: הגה"צ ר' משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א אב"ד סעקעלהעיד בני ברק. בענטשן: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט''א.
עובדות וסיפורי קודש די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון דודו רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע וואס די יומדהל"ק געפאלט מיטוואך כ"ו אב. קה רבון עלם: הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר מדייני קהלתינו בוויליאמסבורג.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. עס איז פארגעקומען די שלום זכור ביי בן הנולד לר' פישל פריעד. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל וועלץ - לעיקוואד, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים אלי ליכטמאן, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין, פסוקי שמע ישראל: הרב משה ט"ב בן האדמו"ר מסאסוב. עליות. כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער - וומסב"ג, לוי: החתן ב"ר פישל מאשקאוויטש, שלישי: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט''א, רביעי: החתן ב"ר ישעי קנאפלער, חמישי: החתן ב"ר ירחמיאל זאב פריעד, שישי: רבינו שליט"א. נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי: ר' יואל ב"ר עקיבא וויינשטאק. ר' יואל ב"ר יושע פנחס שעהנפעלד. ר' משה ארי ב"ר ברוך עקשטיין. ר' שלמה זלמן ב"ר חיים קליין. ר' מענדל בהר"ר שמואל פריעדמאן.
שביעי: החתן ב"ר חיים זלמן ווייסבערג, הוספה: החתן ב"ר מיכל פריעדמאן, אחרון: הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א, מפטיר: הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א, הגבה: הרה"ח ר' אברהם שניצלער - מאנטריאל, גלילה: הרה"ח ר' נפתלי מארקאוויטש.
מוסף האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד לרגל די יארצייט פון רביה"ק זי"ע, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אלעזר ניסן פרידריך.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן ביי ב"ר אברהם יצחק טייטלבוים, וב"ר יעקב ביטמאן. מען האט געענדיגט 1:00.