זונטאג ראה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר אברהם שמואל שווארטץ הי''ו.
ב''ר קלמן אליעזר גברא הי''ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג', ''הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, כי אליך אתפלל", רבינו שליט"א האט דערמאנט די שווערע ימי המגיפה וואס איז אדורך ביי כלל ישראל. און ערווענט אז דער מצב האט זיך ליידער פארערגערט אין די יעצטיגע טעג, ווי רבינו שליט"א האט אויסגעפירט מיט א בקשה צום בוכ"ע אז די בתי מדרשים זאלן בלייבן אפען צו קענען קומען מתפלל זיין.
=זעהט די פולע דברות קודש ביי די פריערדיגע באריכטן=
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
נאכמיטאג ארום 3:35 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה, ווי דער רבי שליט''א האט זיך באטייליגט ביי די כינוס ידידים פאר די אברכים צעירים לומדי הכולל בקרית יואל, למען החזקת מוסדותינו הק' בקרית יואל. רבינו שליט''א האט זיך באגריסט מיט די הנהלת המוסדות, און דערנאך טועם געווען און געוואונטשן לחיים וברכות קדשו, און משמיע געווען דב"ק. דער רבי שליט''א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה - א'ת הברכ'ה אש'ר תשמע'ו" וואס איז סופי תיבות 'תורה', און ארויסגעברענגט פאר אינגעלייט וואס קומען זיך צוזאם פאר א מסיבה להחזקת תורה אפילו זיי האבן נאכנישט קיין קינדער אין ת"ת, איז אבער א'ת הברכ'ה אש'ר תשמע'ו מהאפט אז די "סוף" וועט מען האבן קינדער אין די ת"ת און דאס איז די ברכה. דערנאך האט דער רבי שליט''א ארויסגעברענגט אז שטיצן די תלמוד תורה ווי די אייגענע קינדער גייען לערנען איז קודם פון אלע אנדערע ענינים, און מסיים געווען מיט שטארקע ברכות הקודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' שמואל זאנוויל כהנא הי''ו - ר' אהרן שמואל פוקס הי''ו.
ר' ישכר בעריש ברוינער הי''ו - ר' יואל ברש"י לאקס הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️