בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ח מנחם אב תשפ"א8/6/2021

באריכט
= חלק ג' =

נאך דא צו רעדן נאך אין דעם ענין. אזוי ווי עס איז געווארן דאס ענין, כ'האב אנגעהויבן צו אריינטראכטן און איך זעה אז מען טרויעט זיך מיקל צו זיין אין אזא הארבע ענין דא אין גלילות קר"י קעגן פסק פון פעטער ז"ל, איז מיר נתעורר געווארן ארומצורעדן איבער דאס ענין מיט א ברייטערן בליק. "דער פעטער ז"ל האט מייסד געווען די שטאט קרית יואל בשארית כוחותיו לעת זקנתו, און ער האט געזאגט אזא אויסדריק אז "ווען נישט קרית יואל, האט ער גארנישט אויפגעטוען אין אלע זיינע יארן אויף דעם עולם" און מען דארף צו וויסן, עס רעדט זיך פון א צדיק וואס האט געטוהן אין זיינע שנות חייו גדולות ונצורת. אבער אלעס האט ער געהאלטן איז כאפס וכאין אויב האט ער נישט אויפגעשטעלט קר"י. אזוי שטארק אין ביי אים חשוב געווען די שטאט קר"י!!. ער האט נישט אויפגעשטעלט די שטאט ווייל ער האט געוואלט מען זאל האבן שיינע ברייטע דירות, שיינע הייזער, א שיינעם גארטן מיט גראז און ביימערלעך.. נישט פארדעם האט ער געבויעט קר"י, "כל כוונתו איז געווען לשם שמים!! התבדלות פון ראיות אסורות!! התבדלות פון גוי'אישע מנהגים!! התבדלות פון מאדערענע אידן!! התבדלות פון די הנהגה ווי אזוי מאדערענע אידן פירן זיך!! אבער אויך התבדלות פון אזעלעכע חסידים וואס זייערע רבי'ס האבן אנדערע השקפות אין עניני ציונות און זיי האבן התקרבות צו די ציוניס'טישע פארטייען למיניהם אגודה וכדומה!! ווער ס'ווייסט ס'איז אים נישט ניחא געווען אז אנשי שלומו דאווענען מיט אזעלכער חסידים וואס האבן קרומע דיעות, ווייל ער האט חושד געווען אז מען זיצט אינאיינעם מיט זיי ווערט מען נמשך פון זייער השקפה און דאס שאדט זייער. און דאס איז געווען איינע פון די סיבות פארוואס ער האט משתוקק געווען צו בויען די קריה נאמנה עס זאל זיין נאמן לה' ולתורתו און צו די שיטה פון 'ויואל משה' אנע פשרות התבדלות פון רעיון הציונו מיטן גאנצן הארץ!! התבדלות פון פריצות!! התבדלות פון די גוי'אישע גאס! כרעד יעצט אין עזרת נשים וואס ער האט אויף דעם מרעיש געווען עולמות.

"היינט צו טאג קומען וואוינען מענטשן אין גלילות קר"י, סאיז ב"ה מקיום געווארן אויף קר"י 'ופרצת ימה קדמה וצפונה ונגבה' אויף אלע פיהר זייטן פון קר"י צושפרייטן זיך און וואוינען אידן, "באזעצן זיך אזעלעכע מענטשן וואס זענען זייער ווייט פון די השקפה פון ויואל משה. סאיז דא צוויי ענינים, סאיז דא, באמת זענען זיי חסידישע אידן נאר אין השקפה האבן זיי נישט די ריכטיגע השקפה, און ס'איז דא פשוטע פראסטע מענטשן בעלי תאווה וואס ביי זיי איז דא גרויסע פירצות צניעות און אין מלבושים און דער גאנצע הילוך החיים סיי שבת און סיי יו"ט און אינדערוואכן אוודאי", סאיז צוויי אנדערע ענינים אבער ס'קומט אויס צו איין זאך.

מען דארף אריינטראכטן מיט א גרויס זארג אונז ווייס מיר נישט ווי לאנג סאיז באשערט צו זיצן אין גלות, וואס דאס ווייסט נאר דער איין איינציגער באשעפער, און ס'ליגט א פליכט זיך צו זארגן אויפן מארגענדיגן טאג, מארגן און איבערמארגן, "ס'זאלן נישט אהנקומען וואוינען אין קר"י און אין די גלילות פון קר"י, אזעלכער מענטשן וואס זענען ווייט פון דעם חינוך וואס אונז האמיר מקבל געווען פון פעטער ז"ל", מדארף אריינטראכטן ס'איז דא א גרויסע חשש אז מזאל נישט עפענען א בית חינוך לבנות ווי מגייט לערנען חומש, מיטן תירוץ אונזערע רביס האבן געזאגט אז מען מעג.. סאיז דא א מעגליכקייט אז מען וועט מאכן א קבלת פנים פאר א חבר כנסת המינים, מיטן תירוץ אונזערע רבי'ס האבן אזוי געטוען.. ס'וועט אנקומען חסידים פון פארשידענע קרייזן יעדער וועט זיך מאכן א עסק פון זיך אליינס 'מי מעכב על ידם?' אמעריקע איז א דעמעקראטישע מדינה און מען קען קיינעם נישט גארנישט שטערן, און אלעמאל וועלן זיי זאגן מנהיג אבותינו בידינו..

מען וועט אויפנעמען כלי קודש אזעלעכע וואס פרעדיגן צו גיין צו די בחירות צום כנסת המינים באר"י, אלעס איז דא א מעגליכקייט!! און נאך אסאך ענינים וואס ביי אונז איז דאס זייער הארב און אנדערע זענען זיך מיקל אויף דעם, ס'איז ביי זיי גארנישט, און סוף וועט זיין אז ס'וועט משפיע זיין חלילה אויף אנ"ש אויכעט".

בשלמא ווען יעדער וואס קומט וואוינען אפילו אין גלילות פון קר"י איז זיך מקבל אז ער וועט זיך פירן כפי מנהג המקום אזוי ווי די הוראה פון פעטער ז"ל צו אלע ענינים, אוודאי דארף מען מקרב זיין!! אבער איינער וואס איז נישט מקבל די הוראה פון פעטער ז"ל זאג מיר אונז אים "מה לך למקום הזה?" ס'איז דא אנדערע מקומות ווי מען קען זיך באזעצן און זיך פירן כאוות נפשו און אונז וועל מיר זיי גארנישט זאגן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 853