בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ח מנחם אב תשפ"א8/6/2021

באריכט
פייערדיגע דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן ביים צענטראלן סעודות הילולא פון רבינו הקוה"ט זי"ע איבער די הארבקייט פון נישט האלטן "זמן רבינו תם" אין קרית יואל און אין די גלילות פון אלע זייטן, און די הוראה פונעם מייסד הקריה רבינו הקוה"ט זי"ע צו האלטן רבינו תם, ופסק הלכה וואס מחייב אלע תושבים פון קרית יואל והגלילות.

= חלק א' =

"כוויל ארויסברענגען דא א ענין פון משנתו פון פעטער ז"ל, זכותו יגן עלינו. סאיז געווען רגיל על לשונו מקפיד צו זיין צו שיטות רבינו תם לגבי די צאת הכוכבים ווען ס'הייבט זיך די נאכט. בעיניו אויב מען האט געטוהן א מלאכה פארן זמן מוצש"ק בשיטת רבינו תם, איז עס געווען א ערענסטע חשש פון חילול שבת. ממש לעצטענס האבן זיך באזעצט יחידים, און האבן אויפגעשטעלט א ישיבה און שטעלן אויף א קהילה אין גלילות פון קרית יואל, און זענען מקדים צו טוהן א מלאכה מוצש"ק פארן זמן פון שיטת רבינו תם מיט א טענה אז ביי זיי פירט מען זיך אזוי. "וויל איך דא זאגן אזוי, אלע תושבים פון קרית יואל, 'אלע' -איך וויל מרבה זיין אויך אלע תושבים פון גלילות פון קר"י- זענען תלמידים וחסידים פון פעטער ז"ל זי"ע, און גייען לאורו אין אלע ענינים. ביז היינט האט זיך נישט געפונען א פורץ גדר אין אזא הארבע ענין. סאיז פשוט און קלאר קרית יואל און די גלילות פון קר"י און אלע זייטן האט א דין פון א 'מקום שנהגו', אזוי ווי שיטות רבינו תם, ווער ס'קומט אן אין דעם מקום, איז מחיוב זיך צו פירן כחומרת המקום שהלך לשם, דאס איז קלאר".

"סאיז נישט גלייך צו א הלכה וואס שטייט אין שו"ע ביי קבלת ער"ש וואס דארט איז דער דין אויב רוב הקהל האבן מקבל שבת געווען ווערט דער מיעוט נגרר נאך רוב, דארט זאגט דער מג"א אז יעדע שול איז נידון בפני עצמו. דארט רעדט מען פון ער"ש, מען איז מקדים צו מקבל שבת זיין ווען ס'איז נאך טאג, סאיז נישט קיין חיוב ס'איז נישטא קיין איין שיטה אז מען דארף מקבל שבת זיין אזוי פרי מבעוד יום. אידן ווילן מקבל שבת זיין נאך פריער ער"ש, דארט איז דא א דין אז נישט יעדע שול קען צווינגען די צווייטע ביהמ"ד, יעדער האט א דין ווי עקסטער.

"דארט ווי עס איז נוגע בכח החומרא אין הלכה דארף מען זיך פירן ווי מנהג המקום. 'דער זאך טוהט זייער וויי, און עס איז מצער יעדעם איינעם וואס די כבוד פון פעטער ז"ל איז יקר בעינו און איז ביי אים חשוב'. ס'איז א פגיעא חמירא בכבודו אז אין די גלילות פון זיין שטאט, אז מען עובר אויף זיין פסק וואס ער האט זייער מחמיר געווען. דער פעטער ז"ל איז דער מרא דאתרא פון קר"י, אלע גלילות ווערן גערעכענט אזוי ווי אתרא דמר, במילא איז פשוט און עס איז קלאר אז מען טאר נישט משנה זיין אין זיינס א פסק!!."

למען השלום ולמען הכבוד פונעם פעטער ז"ל האב איך געשיקט שלוחים נכבדים צו רעדן איבער דעם ענין צו פארמיידן מחלוקות, צו מיין ווייטאג האב איך האב נישט מצליח געווען.

"איך וויל בעטן פון יעדעם איינעם וואס ער שפירט צו ער ווייסט ווער עס האט א יכולות משפיע צו זיין אויף דעם ענין, זאל אויסנוצן זיין השפעה און דורכדעם פארמיידן אסאך עגמות נפש און א גרויסע מחלוקה".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 855