בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ג מנחם אב תשפ"א8/1/2021

באריכט
שב"ק פרשת עקב - שבת לפני ההילולא קדישא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יעקב הערש טייטלבוים - לעיקוואד.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות הק' "קרן הצלה". און מען איז אריבערגעגאנגן גוט שבת זאגן.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא.

אשת חיל: די אייניקל הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ ר' דוד דוב.

פאר קידוש האט רבינו שליט"א געהייסן אריינברענגן בעכערס, און מכבד געווען הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך בן כ"ק פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א און הרה"צ ר' יעקב כהנא אדמו"ר מספינקא ב"ב צו מאכן קידוש. הגבהות הכוס לקידוש: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' בלעיקוואד, מנוחה ושמחה: אדמו"ר מספינקא ב"ב שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "והיה עקב תשמעון " און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון פון גזל עכו"ם. קה אכסוף: הגה"צ ר' משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א אב"ד סעקעלהעיד בני ברק. בענטשן: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט''א.

עובדות וסיפורי קודש די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון דודו רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע וואס די יומדהל"ק געפאלט מיטוואך כ"ו אב. קה רבון עלם: הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר מדייני קהלתינו בוויליאמסבורג.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. עס איז פארגעקומען די שלום זכור ביי בן הנולד לר' פישל פריעד. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל וועלץ - לעיקוואד, מען האט געענדיגט ארום 1:50.


וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים אלי ליכטמאן, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין, פסוקי שמע ישראל: הרב משה ט"ב בן האדמו"ר מסאסוב. עליות. כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער - וומסב"ג, לוי: החתן ב"ר פישל מאשקאוויטש, שלישי: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט''א, רביעי: החתן ב"ר ישעי קנאפלער, חמישי: החתן ב"ר ירחמיאל זאב פריעד, שישי: רבינו שליט"א. נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי:
ר' יואל ב"ר עקיבא וויינשטאק.
ר' יואל ב"ר יושע פנחס שעהנפעלד.
ר' משה ארי ב"ר ברוך עקשטיין.
ר' שלמה זלמן ב"ר חיים קליין.
ר' מענדל בהר"ר שמואל פריעדמאן.

שביעי: החתן ב"ר חיים זלמן ווייסבערג, הוספה: החתן ב"ר מיכל פריעדמאן, אחרון: הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א, מפטיר: הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א, הגבה: הרה"ח ר' אברהם שניצלער - מאנטריאל, גלילה: הרה"ח ר' נפתלי מארקאוויטש.

מוסף האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד לרגל די יארצייט פון רביה"ק זי"ע, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אלעזר ניסן פרידריך.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן ביי ב"ר אברהם יצחק טייטלבוים, וב"ר יעקב ביטמאן. מען האט געענדיגט 1:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 789