דבר ה' לירושלים
היינט נאכמיטאג -פארנאכטס בארה"ק- האבן אנ"ש תושבי ירושלים עיה"ק געהאט די זכיה צו הערן דברי אלוקים חיים פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים סעודת הילולא -דינער השנתי לטובת המוסדות- אינאיינעם מיט א סיום מס' סנהדרין בחבורת תורתך שעשועי, ווי דער רבי שליט''א האט משמיע געווען במשנתו הבהיר פונעם בעל הילולא זי''ע, ודברי חיזוק וחובת השעה בדברים העומדים על הפרק.
רבינו שליט"א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה" און געטייטש בענין פון 'יראת ה' קודם לחכמתו' וואס דאס איז בחינת ירושלים, און דאס איז געווען די עבודה פון רביה"ק הבעל הילולא זי"ע צו משפיע זיין יראה און דערנאך תורה. דער רבי שליט''א האט ארויסגעברענגט דעם קשר אמיץ וחזק פון רביה"ק זי"ע צו עיה"ק ירושלים, און זיין עבודה משפיע צו זיין תורה און יראה.
"דאס איז געווען די חיות דקדושה פונעם פעטער ז"ל כל ימיו, משפיע צו זיין תורה און משפיע זיין יראה. אבער משפיע זיין יראת ה' קודם לחכמתו, א בחינה פון ירושלים, 'ער איז געווען מקושר צו ירושלים עיה"ק מיט א קשר אמיץ וחזק', און אזוי איז ער געווען בבחינת ירושלים, קודם יראה און נאכדעם תורה. און דאס דארף יעדער צו וויסן אנ"ש אין די גאנצע וועלט, בפרט די תושבי עיה"ק ירושלים און זיך מקבל זיין ביומדהל"ק צו גיין אין זיינע דרכים, אין די דרכים מיינט מען פון 'ירושלים', יראה מיט תורה".
רבינו שליט"א האט דערביי ארויסגעברענגט די שבח פון מוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק. "כוויל ארויסברענגען לשבח פון אונזערע מוסדות בירושלים עיה"ק וואס זיי גייען טאקע אויף דעם וועג, "יראה און תורה", און מען הערט טאקע א גרויסע הצלחה אין די אלע תלמידים וואס לערנען סיי אין ת"ת, סיי אין ישיבה קטנה, און סיי די וואס זיצן אין כולל, זיי זענען מצליח אין יראה און אין תורה בבחינת יראת ה' קודמת לחכמתו. ממילא אז ס'קומען זיך צוזאם אנ"ש ביומא דהילולא רבא דארף מען צו וויסן עס ליגט א געוואלדיגע חוב אויף יעדע אייניציגסטע מענטש מאנ"ש און די עלטערן פון די תלמידים, צו קומען צו הילף פאר די הנהלה להצלחת המוסדות בגוף בנפש ובממון.
דערנאך האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט די געוואלדיגע השפעה פון א סיום מסכת, צום סיום מס' סנהדרין בחבורת תורתך שעשועי בזה''ל, "במסגרת חבורת תורתך שעשועי האט מען געמאכט א סיום מס' סנהדרין און מען האט אנגעהויבן צו לערנען מס' מכות, א'ת הברכ'ה אש'ר תשמע'ו איז ס"ת 'תורה', דאס איז א רמז אז סאיז דא א גרויסע ברכה ווען מען איז מסיים א מסכת אין ש"ס. דער אייבערשטער זאל העלפן מ'האט מסיים געווען מס' סנהדרין מען זאל בקרוב מסיים זיין מס' מכות, 'מסכת מכות איז נעבעך זייער א שווערע ביטערע מסכת, ס'איז פרק אלו הן הלוקין, די אידישע קינדער וואס ווערן נעבעך געשלאגן, מ'לערנט פרק אלו הן הלוקין אין אלע מקומות, לוקין בכה ולוקין בכה, צרות ישראל איז נעבעך דא זייער אסאך, מ'זאל בעהטן דעם הייליגער באשעפער מען זאל בקרוב מאכן א סיום אויף 'פרק אלו הלוקין' א סיום אויף מס' מכות".
דערנאך האט רבינו שליט"א מחזק געווען די עסקנים אין ביהמ"ד וואס זענען עומד על המשמר איבער די כלים הטמאים מבער זיין מבתי בני ישראל, און מעורר געווען די תפילות אין ביהמ"ד זאל זיין ערליכע תפילות במתינות, בקול, ובתלהבות, און ח"ו נישט ארויסנעמען א סעלפאון אין ביהמ"ד אינמיטן דאווענען. און מעורר געווען אויף די מלבישי נשים ס'זאל זיין בצניעות און אויף די מלבישים פון די קינדער, "די פגם בעניני קדושה בירושלים עיה"ק בפלטרין של מלך איז אסאך הארבער ווי אין א אנדערען פלאץ".
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברי הכנה צו די הייליגע טעג צו מאכן די ריכטיגע הכנה און מוסיף זיין בלימוד התורה ובתפלה.
ביים סוף פון די דב"ק האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילה און די מוסדות וואס דאס דארף צובאקומען פרישע כוחות צו קענען טוהן גרויסע פעולות להרחיב גבולי הקדושה. און דערביי ממנה געווען א צענטראלע הנהלה פאר קהלתינו הק' ומוסדותי' און געזאגט, "איך רעד דא צו א ציבור אנ"ש בירושלים עיה"ק, וויל איך ממנה זיין הנהלת הקהילה. ברוך ה' ס'איז געוואקסן אונזער קהילה אין ירושלים עיה"ק, ס'איז געוואקסן בכמות ובאיכות, און מען דארף טוהן גרויסע פעולות מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה, שפיר איך אז ס'פעלט זיך אויס צו ממנה זיין א הנהלת הקהילה".
און ארויסגעברענגט לשבח פון אלע עסקנים וואס זענען ממונה אין די קהילה סיי אין ת"ת, אין ישיבה, און אין כולל, להרמת קרן התורה והיראה און זיי געוואונטשן הצלחה וס"ד.
רבינו שליט''א האט ממשיך געווען, "אבער ס'פעלט זיך אויס ממנה צו זיין א הנהלת הקהילה וואס זאל זיין אויף די אלע ענינים, זיי זאלן זיין ממונה אויף דעם גאנצע מוסד אויף אלע ענינים, די הנהלה וועט זיין מקושר מיט'ן וועד העליון דא אין אמעריקע און אויך וועלן זיי האבן א קשר מיט מיר, אלעס וואס איז נוגע פאר הנהלת קהלתינו הק', כהאף אז זיי וועלן פירן די קהילה על מי מנוחות בס"ד מיט גרויס הצלחה.
דערביי האט דער רבי אויפגענומען די הנהלה להרמת קרן קהלתינו הק'. "ואלו שמות האנשים, באקאנטע נעמען ערליכע עסקנים איבערגעגעבענע מענטשן וואס זיי טוהן שוין עסקנות בנאמנות יארן לאנג, ר' ישכר בצלאל יאקאב הי''ו, ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי''ו, ר' יושע קליין הי''ו, ר' נתן בנימין ראטה הי''ו, און איך וויל זיי וואונטשן א ברכת ''ברכה והצלחה רבה, זיי זאלן זוכה זיין להגדיל תורה ולהאדירה לכבוד ה' ותורתו הקדושה". דערנאך האט רבינו שליט"א מסיים געווען בברכות קדשו פאר כל הקהל הקודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️