היינט נאכט כ"ו מנחם אב געפאלט די 42'טע יומדהל"ק פון מרן רבינו הקדוש בעל דברי יואל זיעוכי"א. צענדליגער טויזענטער אידן וועלן פוקד זיין דעם ציון הקדוש בבית החיים דקהלתינו הק' אין ק''י און מתפלל זיין בזכותו של אותו צדיק להפקד בדבר ישועה ורחמים.
העפטיגע הכנות קומט פאר בבית החיים דקהלתינו הק' בקרית יואל מקום מנוחת קדשו דורך די געטרייע חברה קדישא, ווי עס איז אויך אויפגעשטעלט געווארן א ריזן שאטער הארט נעבן ציון הק' פאר אמירת תהילים. אזוי אויך איז אהערגעשטעלט געווארן א ספעציעלע סדר צו ערמעגליכן פאר יעדן צו קענען אריינגיין אינעם אוהל הק' צו לייגן א קוויטל ביים ציון המציונת, כדי צו קענען אקאמאדירן די רבבות ישראל.
אנגעהויבן פון היינט נאכט וועלן פארקומען מערערע יארצייט סעודות בבתי מדרשינו איבער די גארער וועלט.
אנ"ש וועלן צינדן ליכט / זאגן תהילים / לערנען משניות / און געבן צדקה לעילו נשמתו הטהורה מרן רבינו יואל בן מרן חנני יו"ט.
- סדר וזמני ההילולא קדישא בצל הקודש פון ממלא מקומו רבינו שליט"א וועט נאכפאלגן -
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועכי''א ובפרט למ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️