דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְנִישׁוּתָא, דָּיְרֵי אַרְעָא סָפְרֵי וְרָשְׁמֵי רַשְׁוָתָא איז נאך אלץ שווער און כמעט אוממעגליך אז אפאר בילדער זאלן קענען רעפלעקטירן דעם מהות און התרוממות פון אזא געהויבענעם יום טוב שבועות העעל"ט בעיר עוז לנו קרית יואל בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה"ק שליט"א. בלויז די וואס זענען געווען א טייל פון די היסטאריש-ריזן מספר פון אריבער א רבבה תלמידים וחסידים כ"י בליעה"ר דעם פייערליכן יום טוב, וועלן דאס קענען בכלל פארשטיין און משיג זיין.
זעלבסט פארשטענדליך אז דער איכות'דיגער טעם און התעוררות'דיגע הרגשים פון דעם געהויבענעם יום טוב וועט אויף לאנג געדענקט ווערן, און פארבלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון די מסתופפים בצל הקודש.
עכ"ז כדי להרוות צמאי אנשי שלומינו שיחיו די בכל אתר ואתר, וועלכע האבן נישט געהאט די זכי' להסתופף בצלא דמהימנותא, וועלן מיר ארויסשיקן בילדער וואס זענען אריינגעקומען צו די מערכת, מיט א גשמיות'דיגן בליק צו פראבירן זעטיגן דאס אויג פון אונזערע ברודער איבער דער גארער וועלט, והרבה יותר ממה שכתו"ב לפניכם קרה כאן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגה' סיון תשפ"ד6/11/2024
באריכט
דינסטאג נשא ערב שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יודא אקער הי"ו. ב"ר שבתי בר"פ בראך הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר מיכל טרעגער הי"ו. ב"ר יוסף יואל לעווי הי"ו. ב"ר מרדכי צבי לאקס הי"ו. ב"ר שמואל שמעלקא קרויס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די וועד העירובין שע"י בית הוראה דקרית יואל אינאיינעם מיט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א ווי מען האט פארגעשטעלט די נייע פארענדיגטע מאפע פון די תחום שבת און עירובי תחומין פון איבער גאנץ קרית יואל און אירע אלע געגענטער וואס ערשיינט בעז"ה לכבוד יו"ט שבועות, דער רבי האט איבערגעקוקט די מאפע א לענגערע צייט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א יו"ר וועד העירובין, איבער די פילע פעולות פונעם וועד העירובין פאר די פילע עירובי תחומין אין אלע שכונות אין קר"י, דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיטן דיין שליט"א איבער פארשידענע מכשולות פון די פריוואטע עירובין וואס יחודים מאכן אליינס, און אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע אקטועלע שאלות בנוגע יו"ט שבועות, דער רבי האט אנגעוואונטשן די חברי וועד העירובין שלא יצא מכשול במעשי ידיהם, און עקסטער געוואונטשן ברכת קדשו פאר'ן וועד בעה"ב וועלכע שאפן די נויטיגע פאנדן פאר די גרויסע הוצאות פונעם וועד העירובין.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל, וואס די בנין הישיבה איז איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און דער היכל הביהמ''ד בית אהרן איז גערופן געווארן לע"נ חותנו הגה"ק בעל הילולא זצ"ל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק והכנה ליו"ט שבועות הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר ישראל משה ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר במקום התפילין כנהוג, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן איבער פארשידענע מנהגים פון יו"ט שבועות און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
נאכמיטאג ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו, באולם כינור דוד.
ארום 7:35 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה צו די שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' וואלף פערל הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן הס"ת און זיין משפחה.
פון דארט ארום 7:55 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל צו די שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו חבר הנהלת המתיבתא, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק כנהוג, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן הס"ת און זיין משפחה, און פאר די רמ"י הישיבה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א - הר"ר ליפא ברמ"א פריעדמאן שליט"א. הרה"ח ר' יואל ברי''א וויזעל הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו.
נאך די תנאים'ס האט דער רבי געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגג' סיון תשפ"ד6/9/2024
באריכט
שב''ק פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר יעקב אליעזר בן הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן קישור פון סדר ויקרא צו סדר במדבר און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א, ברכת המזון: נכד רבינו הרה''ג ר' יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם בעל שם טוב הק' זיע''א וואס די יארצייט געפאלט יו"ט שבועות.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הר"ר איתמר טובי' קויפמאן שליט"א.
עליות. כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו. שלישי: החתן יוסף אליעזר ב"ר מענדל יאנקאוויטש הי"ו - באווארפען. רביעי: הרה"ח ר' שמואל דוד פעקעטע הי"ו. חמישי: ר' יואל משה לאנדא הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײַן דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' משה ברח"ד פריעד הי"ו. ר' חיים יעקב דוב ניימאן הי"ו. ר' אהרן יואל קעסלער הי"ו.
שביעי: ר' יוסף ברח"י הערשקאוויטש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הוספה: ר' ליפא בר"י קויפמאן הי"ו- דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' משה שמואל רובינפעלד הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג ג' סיון, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:35.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:55. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדעל הי"ו. הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א. כהן: הר"ר משה כ"ץ שליט"א. לוי: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א. שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט אויפן פסוק מדרש 'מה ראו להתקרב יותר מן הכל' און געטייטשט אז ביי מתן תורה האבן אידן באקומען אז מחשבה טובה הקב''ה מצרף למעשה, דארפן אידן נישט צוקומען צו יסורים און מיתה ממש נאר מען קען עס יוצא זיין דורך זיך מקבל זיין מסירות נפש במחשבה און מען ווערט ניצל פון יסורים און מיתה, אזוי אויך עד היום הזה אין יו''ט שבועות ווערט נתעורר די זעלבע זאך.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ''ל, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:05. נאך הבדלה איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט אריינגעגעבן היינט זונטאג דורך הרה"ח ר' דוד שמואל הי"ו בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א אין בעל הארבער, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' דוד שמואל הי"ו און זיין משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט אריינגעגעבן היינט זונטאג דורך הרה"ח ר' וואלף הי"ו אין ביהמ"ד ברך משה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בראשית יארן אין אמעריקע און איבער הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל וואס די יארצייט איז געווען שב"ק. דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' וואלף הי"ו האט מנדב געווען דעם נייעם אוצר הספרים אין בנין פון מבצר הכוללים, און א זכות נכבד אין בנין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אונטערגעשריבן ביידע שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' וואלף הי"ו און זיין משפחה.
דערנאך איז געווען ספעציעלע זמני כניסה בביתו נאוה קודש פאר די פילצאליגע חאלאקה קינדער פון די פארגאנגענע וואכן ווי דער רבי האט אפגעשוירען די האר און פארטיילט ממתקים פאר די קינדער.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הרה''ג ר' יואל פארקאש שליט"א. ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, דערביי האט זיך פארמירט א שמועס מיט האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א פון שכונת שאגת אריה וועלכע איז געקומען לייגן תפילין פאר בנו הב' הבר מצוה ני"ו, ווי דער רבי האט פארציילט זכרונות מימי קדם פון די סוגיא שיעורים ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ווי דער רבי פלעגט זיך באטייליגן אינאיינעם מיט להבחל"ח אביו האדמו"ר בעל דובר מישרים מספינקא ז"ל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א. ב"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעוררות, און ביים ליינען עולה געווען רביעי. צו מוסף איז צוגעגאנגען דער מנהל שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און מען האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות מיט די נעמען פון די תלמידי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, פאר די מרביצי תורה, און אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק וחיזוק פאר די בחורים אז יעדער דארף און יעדער קען לערנען, און ארויסגעברענגט בשבח פון די חשוב'ע ישיבה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און מרביצי תורה. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ארום 1:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ר"ח אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט 'חבורת תלמידי בידו' שע"י ישיבות קטנות דמוסדותינו הק', דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און געעפענט די חלה מיט די הענט כנהוג אום עש"ק, נאכן עסן א כזית האט דער רבי אויסגעשמועסט דעם מנהג פון נישט ניצן קיין מעסער עש"ק און פארציילט א מעשה פונעם שינאווע רב זי"ע בנוגע דעם מנהג, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני קבלת התורה, מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים במוסדות קר''י.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז פון אברהם אבינו לערנט מען זיך ארויס אז טראץ וואס עבודת השם קומט נישט אייביג אן גרינג נאך אלץ דארף מען דינען דעם אייבערשטן אין אלע מצבים, און ארומגערעדט בשבח פון די בחורים פון די חבורה וואס טראץ יעדע בחור דארף הארעווען און לערנען און חזר'ן בלייבט עס אבער נאר ביים וועלן, אבער די בחורים גיבן אוועק זייער זייטיגע צייט צו חזר'ן און זיך פארהערן, כמותכם ירבו בישראל! און דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי ברכה פאר די חשוב'ע עסקנים און אלע בחורים. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרבני החסיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון החבורה. מען האט געענדיגט ארום 2:40.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
דאנערשטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב דוב קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל אבערלענדער הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 7:00 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה תלמידי ישיבה קטנה סניף חכמת התורה שע"י מוסדותינו הק' אין וומסב''ג בהנהלת הרה''ג ר' אלעזר פאנעט שליט"א וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פאר די ישיבה פארגאנגענעם פורים העעל"ט, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 8:10 איז דער רבי אריבער אין בנין הת"ת 'בנין קליין' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים במסגרת 'מתמידים' דורך די תלמידי כתה ח' פון פון אלע סניפים, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די קינדער און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים: הרה"ח ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו - הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו. הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי וויזניץ און איבער הרה"ק האהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם שב"ק ב' סיון, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון ר' שלום קעלמר שליט"א מראשי ישיבת פילידעלפיע חתן הגאון רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילידעלפיע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ישיבה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ"ט אייר תשפ"ד6/6/2024
באריכט
מיטוואך פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור, און ארומגערעדט דברי הכנה צום יו"ט שבועות און מעורר געווען צו מאכן א הכנה צו מתן תורה מיט שעות פון לימוד התורה, און אויפגעפאדערט אנ''ש די בכל אתר ואתר אנטייל צו נעמען אין די הכנה לקבלת התורה 'מעמד נעשה ונשמע' זיך צוזאמקומען אין די בתי מדרשים לערנען צוויי שעה רציפות דעם צווייטן טאג יו''ט פארן דאווענען אזוי ווי די פארגאנגענע צוויי יאר.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים מנחם לאקס הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו.
דינסטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם שווארץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר דוד יצחק פאלקאוויטש הי"ו. ב"ר יואל ביקעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור און משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים לקראת יו"ט שבועות הבעל"ט. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן זאל און אין אלע שטובער אין באגלייטונג פונעם חשוב'ן נדבן הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו, און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים עס האט אויפגעטרעטן דער יו''ר המעמד הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, און הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו יו"ר הנהלת המוסדות וואס האט מיט זיין גלענצענדן שפראך און בליציגע רעיונות אראפגעלייגט די השתלשלות הענינים פון ווען מ'האט געקויפט דעם בנין מיט 18 יאר צוריק ביז צום היינטיגן טאג, און האט זיך באדאנקט בשם די הייליגע מוסדות ובשם כל הקהל הקודש פאר די חשובע נדבנים, און האט דערביי איבערגעגעבן א פלעק פארן חשוב'ן נדבן און עקסטער פאר אמו החשובה תחי' בשם הנהלת המוסדות. דאן האט דער יו''ר האט אויפגערופן דער חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו וועלכע האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט רגשי לבבו. דער רבי האט דערנאך געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן און פאר אלע זיינע קינדער, און עקסטער פאר הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד הי"ו און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה פון אלע אנ''ש מיטן באנייען דעם חתונה זאל, און מזכיר געווען לטובה הרבני הנכבד ר' מאיר זעליג ע"ה וועלכע האט מנדב געווען דעם בנין הבית רחל וואס איז זיכער פאר אים א טובת נשמה אז עס וועט געפראוועט ווערן שמחות פאר ביליגע פרייזן, און דאס זעלבע פאר בנו הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו וועלכע האט מוסיף געווען א סכום אדיר וגדול צו קענען פארטיגן דעם זאל ברוב פאר והדר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די גאנצע משפחה, און מעורר געווען די עסקנים צו שטיין על המשמר און זיכער מאכן אז די פרייזן בלייבן ביליג ושוה לכל נפש, און די זעלבע אז די זמני החתונה ווערן אפגעראכטן פרי און ענדיגן זיך פרי וואס דאס איז די יסוד צו האלטן ביליג די פרייזן, און דערביי מעורר געווען אויף פארשידענע פירצות ווי איבער גראמען ביי חופות און אזוי אויך אויפגעפאדערט צו געבן א מצוה טאנץ נאר פאר די זיידעס און אנשים מכובדים, און ארומגערעדט די פראבלעם פון פארברענגען אין די נאכט אריין און מען גייט שלאפן שפעט און מען שטייט אויף שפעט סיי מענער און סיי פרויען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 8:15. אויפן וועג ארויס האט דער רבי אויסגעפרעגט דעם קאנטראקטער פונעם פראיעקט הרבני הנכבד ר' יצחק בערקאוויטש הי"ו וועלכער האט איבערגעגעבן א דעטאלירנדע רעפעראט פונעם ארטיגן בוי פראיעקט, און עקסטער האט דער רבי אויסגעפרעגט די פונקטליכע דעטאלן פונעם מייעסטעטישן 'בנין בערקאוויטש' וואס ווערט געבויט פאר די ישיבה קטנות שע"י מוסדותינו הק' אויף העריסאן עוועניו קארנער היוז סטריט, און ווערט אויך געבויט דורך ר' יצחק און זיין פירמע, דערנאך האט אים דער רבי ווארים אנגעוואונטשן.
עקסטרע האט דער רבי זיך אפגעשטעלט ביי די עזרת נשים אינעם זאל און אהנגעוואונטשן פאר די חשובע מרת ריספלער תחי'.
פון דארט איז דער רבי אריבער געפארן מנחם אבל זיין משפחת המנוח ר' שמעון שפירא ע"ה בבית הנפטר.
ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 1:10 אויפדערנאכט. בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן מצב היהודת אין אמעריקא און איבער די רדיפת הדת אין ארה"ק דורך די ציונים ימ"ש, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫
באריכט
מאנטאג במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם שמעון פילאפף הי"ו. ב"ר יואל מרדכי שעהר הי"ו. ב"ר יוסף בערקאוויטש הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ארום 8:00 איז פארגעקומען א אסיפה נחוצה בביתו נאוה קודש מיט אלע רבנים ודיינים און גבאים פון די בתי מדרשים שע"י ק''ק קרית יואל יצ''ו, עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש די וואך "בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהן אוה"ע מה ראו להתקרב יותר מן הכול סתם הקב"ה את פיהן ואמר להן הביאו לי שטר יוחסין שלכם כשם שמביאין בני" און ארויסגעברענגט אז א זאך וואס מען קען נישט זאגן אז מיין טאטע האט אזוי געטוהן איז א סימן אז עס טויג נישט, און אויסגערעכנט פארשידענע פירצות וואס אמאל איז דאס נישט בייגעפאלן נאר דאס קומט פון די מהות המדינה פון באקוועמע אידישקייט, און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער די אחריות וואס ליגט אויף יעדעם איינעם צו זיכער מאכן אז די בתי מדרשים ווערן געפירט כרצונו פונעם מייסד העיר רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ולאחריו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און מעורר געווען די חשוב'ע רבנים אז עס ליגט א פליכט אויף זיי צו שטיין על המשמר ביי זיך אין ביהמ"ד און מרומם זיין די קרן התורה מיטן האלטן דרשות און פארלערנען שיעורים, 'ישראל קדושים הן' יעדער וויל זיין גוט מען דארף נאר מעורר זיין מזאל נישט ווערן נאכגעשלעפט נאכן יצר הרע, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 8:50.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' משה דוד ווייסבערג הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג נשא אין ביהמ"ד פויזנא בשכונת זרע קודש, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די דערהויבענקייט פון קרית יואל נאך וואס דער רב שליט"א האט געוויילט אויף די פארגאנגענע שבת בצל הקודש, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע חיים שפיטצער הי"ו - הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו.
זונטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר נפתלי הירצקא ברילל הי"ו. ב"ר יואל בנימין צין הי"ו. ב"ר אברהם יצחק פיש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג - הר"ר יודא ביקעל שליט"א.
שב''ק פרשת בחוקתי מברכים חודש סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה שלמה הלוי ווערצבערגער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, און עס איז פארגעקומען אן אפיעל פארן מוסד בדרכי שמואל עטה"ק בבני ברק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר יצחק אייזיק שפיטצער שליט"א (ב"פ), מנוחה ושמחה: הרב נחמן בראך שליט"א (בית שמש).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם בחוקתי תלכו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צי מ'גייט בתר כמות אדער בתר איכות.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, ברכת המזון: הר"ר מאיר עמנואל האגער שליט"א רב דביהמ"ד ראצפערט בבית שמש.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"ט אייר.
קה רבון עלם: הרב יחיאל מיכל גאלדשטיין שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יצחק אייזיק שפיטצער שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
עליות. כהן: הר"ר ישעי' יצחק הכהן רובין שליט"א (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: 'פעסיל' ע"ש הרבנית הצדיקת אשת חבר רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.ַחמישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו. אחרון - חזק: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' צבי אלימלך ווערצבערגער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
מוסף: הרה"ג ר' חיים יודא באב"ד שליט"א ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שאול בר"מ פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג)
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צד צפון צום שמחת הקידושא רבא, דער רבי האט געמאכט קידוש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, ביי די פיש האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב לוי יצחק טויב שליט"א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויף די ווערטער פון רש"י די וואך 'סבתא בביתא סימא בביתא' און געטייטשט אז אויב פירט מען זיך בדרכי אבות איז די זכות אבות מגין און עס ברענגט א ברכה אין שטוב, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
נאכמיטאג ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה י"ח, כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו, משה זכה וזיכה את הרבים, זכות הרבים תלוי בו, און געטייטשט אויף 11 אופנים בדרך דרוש ואגדה ומוסר, און בסוף דבריו געזאגט דברי הכנה צום יו"ט שבועות הבעל"ט אז מען האט יעצט געבענטשט ראש חודש סיון מען דארף בין צוגרייטן צו קבלת התורה, עס איז יעצט געווען ל''ג בעומר אידן האבן זיך מקשר געווען מיט רבי שמעון און מיט די תורה הקדושה עס איז געווען א גוטע הכנה, און מען דארף זיך גרייטן למעשה מיט לימוד התורה, און אויפגעפאדערט צו לערנען ספה"ק אור החיים פרשת יתרו יעדן טאג אביסל ביז יו"ט שבועות און האבן די ריכטיגע הכנה לקבלת התורה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 8:20 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:50. מנחה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. הוצאה והכנסה: הר"ר אהרן ישעי' באב"ד שליט"א (מאנסי). כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אברהם יצחק מערץ הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם בחוקתי תלכו' און געטייטשט אז ווען מען גייט אויף די וועגן דארף מען ספעציעל נזהר זיין מיט שמירות עינים כראוי, אזוי איז מען זוכה צו א שפע משמים און מען וועט קענען מגדל זיין די קינדער בדרך הישר.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ), קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
ארום 12:45 איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה, דער רבי איז צום ערשט ארום אין די גאנצע דירה און זיך אומגעקוקט און דערביי האט זיך פארצויגן א שמועס בהלכה אין די מצות מעקה, דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן ספרים שטוב מיט א ברכה, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די שכונה ווי דער רב שליט"א וועט דינען אלץ רב פונעם צענטראלן ביהמ"ד גדול ומפואר 'בית אלעזר' וועלכע ווערט געבויעט ברוב פאר והדר, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
פרייטאגכ"ג אייר תשפ"ד5/31/2024
באריכט
פרייטאג ערש''ק בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד בית מנחם זאב אין שכונת ויואל משה לרגל די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב הביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אהרן ווייס הי"ו (וומסב"ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד. סנדק: רבינו שליט"א. סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'שמעון' נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געעפענט די חלה מיט די הענט כנהוג אום ערב שב"ק, און עס האבן אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו נדבן הביהמ"ד. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און די חשובע זיידעס, און דער רבי האט ארומגערעדט זכרונות פון די ליכטיגע טישן ביי רביה"ק זיע''א אין די בראשית יארן ווי דער רבי איז געשטאנען אינטערן בענקל פון רבי'ן אינאיינעם מיט הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, און ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע ביהמ"ד וועלכע איז נודע לשם ולתהילה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכ'ן סעודות ברית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' זלמן שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
דאנערשטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב''ר מרדכי לייב מארקאוויטש הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארנאכטס זענען בקו''פ אריין בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה קטנה ווערעצקי פון פלעטבוש אינאיינעם מיטן מנהל הרה''ג ר' ישראל אונגאר שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה מחותנו הגה''צ ר' חיים יודא באב"ד שליט"א ר"י תורת חסד לאנדאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה ארום 12:20 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב אין שכונת ויואל משה צו די שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי א וואכנאכט און ברית מילה דאהי און אין ארץ ישראל, און איבער מנהגים ביים געבן א נאמען פאר א קינד, און איבער דעם מצב אין מירון פארלאפענעם ל"ג בעומר, דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור. אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות כנהוג. דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 1:10.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ"ב אייר תשפ"ד5/30/2024
באריכט
מיטוואך פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם פארגעס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: בן הר''ר אנטשיל קארפען שליט"א. ב"ר יואל ראכליץ הי"ו. ב''ר נפתלי אלי' שמחה וויזענפעלד הי"ו. ב''ר משה צבי בערנאטה הי"ו. ב''ר שמחה נתנאל מיללער הי"ו. ב''ר שמעון יואל האלד הי"ו. ב''ר שמעי' קרויס הי"ו. ב''ר יוסף שאול ליכטנשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ג', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם פארלאפענעם ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון, דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין התרגשות פונעם געהויבענעם מעמד הדלקה דאהי אין ק"י במקהלות רבוא רבבות מישראל.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל הערש ליכטענשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לעווי הי"ו.
ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין מאנסי צו די אסיפה גדולה 'להעמידם' אין בעפארגרייטונג צום גרויסן קאמפיין וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך למען קיום המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון וועלי טערעס. דער רבי איז אנגעקומען אינעם זאל ארום 10:35, דער רבי האט זיך באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און רבני קהלתינו שליט"א. חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט דער יו''ר המעמד הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א אויפגערופן האברך ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט די פרטים פונעם קאמפיין, און דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק וחובת השעה איבער די חשיבות פון גיין אליינס נאך געלט, און ארומגערעדט איבערן שווערן מצב אין וואס די מוסדות הק' געפינען זיך, און די אחריות וואס יעדער דארף שפירן צו ראטעווען די מוסדות און זיין א עסקן און אליינס שאפן גרויסע געלטער, דער רבי האט ממשיך געווען מיט א מעשה פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א אמאל ביים פארלאזן א שטאט האט דער גאנצער ציבור באגלייט מיט א גרויס התלהבות און דער רבי ר' אלימלך זיע''א האט זיך געשטעלט צווישן דעם ציבור, און געזאגט נאכדעם אז ער האט געזען דעם גרויסן התלהבות וואס דער ציבור האט געהאט, האט ער אויך געוואלט האבן א חלק אין דעם, האט דער רבי געזאגט אז ער קומט דא קיין מאנסי און ער זעט דאס גרויסע התלהבות וואס הערשט ביי אנ''ש וואס רוב ציבור האט זיך אינטערגענומען צו שאפן לכל הפחות אכצן טויזענט דאלער, וויל ער זיך אויך משתתף זיין מיט דעם סכום פון אכצן טויזענט דאלער לכבודו פון הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן דאס געלט פארן מאנסיער רב שליט"א, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער איבערגעבן די שטרות פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגעקוקט די גרויסע סכומים וואס דער ציבור האט זיך אינטערגענומען און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם פערזענליך.
נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט תפילת מעריב אינעם ביהמ"ד אויפן צווייטן שטאק פונעם זאל און געציילט ספירה פארן עמוד, און ארום 11:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"א אייר תשפ"ד5/29/2024
באריכט
דינסטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' שרגא שמואל פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יוסף יודא שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אריאל מרדכי ג'ברא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פון הרה"ק רבי מאטעל'ע מטשערנאביל זיע''א וואס איז געווען די יארצייט.
אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך פארבינדן טעלעפאניש מיט רבינו שליט"א הגאון רבי אהרן שיף שליט"א גאב"ד אנטווערפען וועלכע האט גערופן געבן א ברכת תודה בשם די צענדליגער אלמנות תושבי אנטווערפען וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם פארלאפענעם שבת פ' אמור די הערליכע 'שבת מלכתא' מיוחד פאר די אלמנות פון איבער גרעיטער אייראפע אנגעפירט דורך הרבנית הצדיקת תליט"א און אירע חשובע טעכטער, ובפרט פאר די שטארקע דברי חיזוק והדרכה וואס רבינו שליט"א האט משמיע געווען דורך א הוקאפ לעת כניסת השבת, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שמואל ראזענפעלד ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הנהלת ישיבת סערדאהעלי פון ב"פ אין שפיץ פון בני וחתני כ''ק אדמו"ר אבד"ק סערדאהעלי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די קאמפיין לטובת הישיבה וואס קומט פאר אין די קומענדיגע טעג אין קר"י, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים איבער די ישיבה און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' שלמה יעקב ברד"מ ניישטאדט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' בנימין ראבינאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"י שטיין הי"ו. דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי מענדעל'ע מרימנוב זיע''א. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די ראשי העסקנים וועלכע האבן אנגעפירט מיטן מעמד הדלקה רבתי לכבוד התנא האלקי בעת נעילת חג ההילולא במקהלות רבוא רבבות מישראל, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, וועלכע האט אויסגעשמועסט די פילע פרטים און דעטאלען וואס מ'האט אלס צוגעשטעלט און מסדר געווען לכבוד דעם מעמד און ארויסגעברענגט לשבח די עסקנים וואס האבן צוגעשטעלט די ריזיגע קוואנטום מאכלים און משקאות וואס זענען פארטיילט געווארן פאר די צענדליגע טויזענטער אידן וואס זענען געקומען זיך משמח זיין בשמחת התנא האלוקי. דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן בזכותו פוןנעם הייליגן תנא, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים.
ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי מענדעל'ע מרימנוב זיע''א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און געציילט ספירה פארן עמוד. דערנאך האט דער רבי געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג - הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו. הרה"ח ר' יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יושע הערש פריעדמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חנני' יו"ט ליפא דייטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב''ר יואל פעלדמאן הי"ו. ב''ר שאול בראך הי"ו. ב''ר חיים פארגעס הי"ו.
נאכן דאווענען ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק דברי דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי, און אז בזכות פון רשב''י האט מען מקבל געווען די תורה, און דאס איז די סיבה פארוואס יעדע איד פילט אזא שמחה אין דעם טאג פון ל"ג בעומר, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט. מיט די זמירות פון בר יוחאי און ואמרתם האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק', אמר רבי עקיבא: הב' שמואל מאיר ב"ר יקותיאל יצחק עהרנטאל הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 1:15.
נאכמיטאג ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול צד דרום, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי
אומבאשרייבליכער התרגשות של שמחה וקדושה ביי רבוא רבבות מישראל וואס האבן מיט א הרגש קודש מיטגעהאלטן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' יום ל''ג בעומר בעת נעילת חג ההילולא, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א מעין קיבוץ גליות מיט בליעה"ר 'אריבער הונדערט טויזענט נפשות' אנשים נשים וטף כ"י - לויט די פאליצייאישע שאצונג - אויף די ריזן שטחים ארום דעם ביהמ''ד הגדול און בנין מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
עיני כל בית ישראל בארה"ב וקאנאדא קוקן שוין ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו דעי גרויסע מאמענטן זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
עטליכע מינוט נאך מנחה אום 7:50 איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ און דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות.
נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די מימרא פונעם הייליגן בני יששכר אין אגרא דכלא, 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און געטייטשט אז ווייל רשב''י זאגט אז 'קוב''ה אורייתא וישראל חד הוא' במילא איז ח"ו שתשתכח תורה מישראל ווייל דאס האקט אפ די קשר נצחי, פארדעם איז מרומז רבי שמעון אין די ווארט בראשית וויבאלד אויב איז דא שכחת התורה ביי כלל ישראל איז נישט דא קיין קיום העולם. און דאס איז דער טעם פארוואס מען צינדט אן א מדורת אש לכבוד רשב''י מען איז מתפלל אז די כח האש און די קדושת התורה פון רבי שמעון זאל אריינשיינען אין יעדע אידיש הארץ און מעורר זיין א חשק צו לימוד התורה טראץ די גרויסע נסיונות וואס א מענטש גייט אדורך יעדן טאג און דאס איז אונזער תפילה דעם טאג פון ל"ג בעומר. דער רבי האט מיט א ווייטאג ארויסגעברענגט אז עס איז פארשטערט געווארן די שמחה באתרא קדישא מירון, זעמיר אונז מתפלל אז עס זאל זיין חשוב פאר אים די צוזאמקומען דא מריחוק מקום אזא ריזיגע ציבור וואס פרייען זיך בשמחתו כאילו מען איז במקומו, און עס זאל אראפקומען אלע השפעות קדושות, און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור. נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.
דערנאך אום 8:55 איז רבינו שליט''א ארויף אויף דעם ספעציעלן בימת ההדלקה ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם ''ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה, דער רבי האט איבערגענומען דעם פאקל און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'. דאן האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין אין פייערדיגע ריקודים, בהתלהבות אש קודש ושמחה בוקעת רקיעים.
נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא, בשעת דער רבי איז מעודד די ריקודין אויפן פלאץ, ביז אום 10:25 ווען דער רבי האט פארלאזט דאס מעמד און געוויזן פארן ציבור הרבבות צו ממשיך זיין מיט די ריקודין, וועלכע האבן זיך נישט געקענט געזעגענען פון די גרויסע שמחה פון הילולת התנא האלוקי און האבן ממשיך געווען די ריקודין ביז נאך 11:00.
ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול צד דרום, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד. אשרי עין ראתה כל אלה, ואשרי עין רואה גילנו ודיצת קהלינו, ווי מ'האט זיך אנגעשעפט עמער'ס שמחה וקדושה פאר א גאנץ יאר!
תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק ליל ל"ג בעומר הילולת התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום אינאיינעם מיט די מעמד החאלאקעס במעמד אלפי אנ''ש. ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט געזינגען מערערע ניגוני התעוררות. דערנאך זענען פארגעקומען די חאלאקעס פאר די נאענט צו 100 חאלאקע אינגלך בליעה"ר מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיך אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, און זיי געגעבן ממתקים כנהוג, און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און ניגוני אהבת התורה בשעת די חאלאקע קינדער טאנצן בחלל הביהמ"ד אינאיינעם מיט זייערע עלטערן. רבינו שליט''א האט משמיע געווען קורצע ברכת הקודש פאר די חאלאקע קינדער און פארן גאנצן ציבור.
ארום 1:00 האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו סעודת מלוה מלכה לכבוד היום, פאר די פיש האט מען פארקויפט די זכות הדלקת הנירות לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, מיטן אנצינדן זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו (ב"פ). דערנאך האט מען געזינגען זמירות פון מלוה מלכה, און נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה וניגוני ל"ג בעומר. דערנאך האט מען געזינגען בר יוחאי און ואמרתם און אמר רבי עקיבא מיט גרויס התרגשות און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען צמאה מיט גרויס התעוררות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויף קישור סוף התורה לתחילתה 'לכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל - בראשית' אויף וואס דער אגרא דכלא זאגט אז 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און ארויסגעברענגט אז אין זוהר הק' ווערט נתגלה אז ביי יעדע מצוה וואס מען טוט איז שורה די שם הוי"ה אויף די אבר מיט וואס מען טוט די מצוה און דאס ברענגט אז די מלאכי חבלה זאלן מורא האבן און נישט קענען טוהן קיין שלעכטס, דער קדושת לוי זיע''א זאגט אז פון ל"ג בעומר קומט שוין אראפ די השפעות פון יו"ט שבועות, דאס איז וויבאלד דורך די קדושה פון רבי שמעון בר יוחאי איז אויפגעוויזן געווארן פאר די מלאכים אז א ילוד אשה קען זיין גרעסער ווי א מלאך און עס איז מבוטל געווארן די טענות פון די מלאכים, קומט אויס אז כלל ישראל האט באקומען די תורה בזכות פון רבי שמעון בר יוחאי, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
שב''ק פרשת בהר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' יואל ברי"א שטיין הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20, עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסד אור יוסף אין פראנקרייך, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (לאנדאן).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכדו הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה רזונאי הי"ו (בית שמש).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון התופס לבעל חוב במקום שחוב לאחרים.
קה אכסוף: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו, ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מענדעלע מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט איז געווען מאנטאג י"ט אייר.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' לאנדאן, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פאר נכד רבינו בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים אויף ביר און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל וואזנער הי"ו (מאנטשעסטער), און מען האט ממשיך געווען צו טאנצן תורתו מגן לנו לכבוד ל"ג בעומר. מען האט געענדיגט ארום 1:40.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' גדלי' צבי גליק הי"ו (מאנטשעסטער), דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו, פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט.
עליות. כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו. לוי: הרב פנחס שלום טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מלויעוו טשערנאבל שליט"א. שלישי: החתן שלמה יקותיאל ב"ר הלל ניימאן הי"ו - (באווארפען). רביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו. חמישי: ר' שלמה משה ראטה הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' מיכאל יעקב יואל אינדיג הי"ו.
שביעי: ר' יעקב ב"ר יוסף פערל הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' יעקב אליעזר רובין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' הלל ניימאן הי"ו.
מוסף: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם לייב וועכטער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:25.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:45. מנחה: הרה"ח ר' יעקב פארקאש הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יודא אינדיג הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו. לוי: הר''ר יודל וואזנער הי"ו. שלישי: הר"ר מאיר גרינוואלד שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' וואלף גלויבער הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני לאמר' און געטייטשט אז די תורה איז געגעבן געווארן אויפן הר סיני צו לערנען זיך פירן בענווה ושפלות רוח אזוי איז דא השראת השכונה, און ווען עס איז דא א ברכה פונעם אייבערשטען פון שפע איז ברכת ה' הוא תעשיר און עס שאדט נישט פאר די קינדער.
ידיד נפש: הרה"ח ר' הר"ר מאיר גרינוואלד שליט"א, קל מסתתר: הרב פנחס שלום טווערסקי שליט"א. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען. מען האט געענדיגט ארום 10:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"ט אייר תשפ"ד5/27/2024
באריכט
ויהי בימי קציר חטים
אין די יעצטיגע מינוטן אום 12 מיטאג כצאת (ארטיגע זייגער) כצאת השמש בגבורתו, הייבט'זיך אהן דער יערליכער ווייץ שניט ביי די מהודר'דיגע ווייץ בעיר אריזאונע - מקום שאין גשמים מצויין - לטובת רבבות אנשי קהלתינו הק', על חג הפסח שנת תשפ"ה הבעל"ט.
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט אראפגעשיקט נעכטן ביום ל"ג בעומר הג"ר הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג, און הג"ר יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל, וועלכע זענען עומד על המשמר שוין פון סוף ווינטער משעת זריעה, אז זיי זאלן מפקח זיין אויפן שטח בשעת דעם גאנצן סדר הקצירה ביז נאכן פארפאקן און אפשיקן קיין ניו יארק.
מיט זיי איז מיטגעפארן הג"ר יצחק יעקב כייעם שליט"א, און די ממונים ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מטעם בית אופה דקרית יואל, און ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו מטעם בית אופה דקהלתינו אין וומסב"ג.
נאכן אויספרעגן די ספעציעלע שומרים וואס זענען נתמנה געווארן, איבערן קלימאט די לעצטערע וואכן אויפן פעלד, און נאכן בודק זיין טויזענטער ווייצלעך פון דעם פעלד זיכער צו מאכן אז די ווייצלך זענען מהודרים מאוד, האט מען איבערגעקוקט דעם גיגאנטישן קאמביין מאשין, זיכער צו מאכן אז ס'איז זויבער און טריקן, און מ'האט פארקלעבט אלע פייפס וואס קומען ארויס פונעם מאטאר אויפן קאמביין מאשין, וואס קען טראפן אויפן פעלד בשעתן שניידן. תיכף דערנאך האט מען בשעטומ"צ אהנגעהויבן דעם שניט אויפן פעלד, און בעז"ה וועט מען אין די קומענדיגע פאר טאג שניידן הונדערטער עיקער לאנד פון מהודר'דיגע ווייץ, לשם מצות מצוה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ח אייר תשפ"ד5/26/2024
באריכט
יום ל"ג בעומר בעת נעילת החג אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום מעמד הדלקה רבתי במקהלות רבוא רבבות מישראל אויף די ריזן שטחים ארום ביהמ"ד הגדול בקרית יואל.
מען קען מיטהאלטן די הוקאפ אויף די בעקאפ נומערן פון קול סאטמאר. 3518887117
לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
סובסקרייבט צו 'סאטמאר'ע נייעס' צו זיין פון די טויזענטער צו מיטהאלטן פון דער נאענט די גרעסטע מעמד ההדלקה לכבוד התנא אלוקי רשב"י, בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, במקהלות רבא רבבות מישראל בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
באריכט
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט אין די יעצטיגע מינוטען אריין צו תפילת מנחה ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל יצ"ו.
תיכף דערנאך וועט זיך אי"ה אהנהייבן דער מעמד מרומם ההדלקה רבתי בעת נעילת החג, במקהלות רבוא רבבות מישראל בליעה"ר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
סובסקרייבט צו סאטמאר'ע נייעס צו זיין פון די טויזענטער צו מיטהאלטן פון דער נאענט די גרעסטע מעמד ההדלקה לכבוד התנא אלוקי רשב"י, בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, במקהלות רבא רבבות מישראל בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
אין די זעלבע צייט זייט מזכה אייערע חברים מיט די "סאטמאר'ע נייעס" דורכן שיקן די לינק.