בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגא' סיון תשפ"ד6/7/2024

באריכט
פרייטאג במדבר ר"ח סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הרה''ג ר' יואל פארקאש שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, דערביי האט זיך פארמירט א שמועס מיט האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א פון שכונת שאגת אריה וועלכע איז געקומען לייגן תפילין פאר בנו הב' הבר מצוה ני"ו, ווי דער רבי האט פארציילט זכרונות מימי קדם פון די סוגיא שיעורים ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ווי דער רבי פלעגט זיך באטייליגן אינאיינעם מיט להבחל"ח אביו האדמו"ר בעל דובר מישרים מספינקא ז"ל.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א.
ב"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעוררות, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
צו מוסף איז צוגעגאנגען דער מנהל שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און מען האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות מיט די נעמען פון די תלמידי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, פאר די מרביצי תורה, און אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק וחיזוק פאר די בחורים אז יעדער דארף און יעדער קען לערנען, און ארויסגעברענגט בשבח פון די חשוב'ע ישיבה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און מרביצי תורה. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

ארום 1:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ר"ח אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט 'חבורת תלמידי בידו' שע"י ישיבות קטנות דמוסדותינו הק', דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און געעפענט די חלה מיט די הענט כנהוג אום עש"ק, נאכן עסן א כזית האט דער רבי אויסגעשמועסט דעם מנהג פון נישט ניצן קיין מעסער עש"ק און פארציילט א מעשה פונעם שינאווע רב זי"ע בנוגע דעם מנהג, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני קבלת התורה, מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים במוסדות קר''י.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז פון אברהם אבינו לערנט מען זיך ארויס אז טראץ וואס עבודת השם קומט נישט אייביג אן גרינג נאך אלץ דארף מען דינען דעם אייבערשטן אין אלע מצבים, און ארומגערעדט בשבח פון די בחורים פון די חבורה וואס טראץ יעדע בחור דארף הארעווען און לערנען און חזר'ן בלייבט עס אבער נאר ביים וועלן, אבער די בחורים גיבן אוועק זייער זייטיגע צייט צו חזר'ן און זיך פארהערן, כמותכם ירבו בישראל! און דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי ברכה פאר די חשוב'ע עסקנים און אלע בחורים.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרבני החסיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון החבורה. מען האט געענדיגט ארום 2:40.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴