בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ו אייר תשפ"ד6/3/2024

באריכט
מאנטאג במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם שמעון פילאפף הי"ו.
ב"ר יואל מרדכי שעהר הי"ו.
ב"ר יוסף בערקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

ארום 8:00 איז פארגעקומען א אסיפה נחוצה בביתו נאוה קודש מיט אלע רבנים ודיינים און גבאים פון די בתי מדרשים שע"י ק''ק קרית יואל יצ''ו, עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש די וואך "בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהן אוה"ע מה ראו להתקרב יותר מן הכול סתם הקב"ה את פיהן ואמר להן הביאו לי שטר יוחסין שלכם כשם שמביאין בני" און ארויסגעברענגט אז א זאך וואס מען קען נישט זאגן אז מיין טאטע האט אזוי געטוהן איז א סימן אז עס טויג נישט, און אויסגערעכנט פארשידענע פירצות וואס אמאל איז דאס נישט בייגעפאלן נאר דאס קומט פון די מהות המדינה פון באקוועמע אידישקייט, און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער די אחריות וואס ליגט אויף יעדעם איינעם צו זיכער מאכן אז די בתי מדרשים ווערן געפירט כרצונו פונעם מייסד העיר רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ולאחריו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און מעורר געווען די חשוב'ע רבנים אז עס ליגט א פליכט אויף זיי צו שטיין על המשמר ביי זיך אין ביהמ"ד און מרומם זיין די קרן התורה מיטן האלטן דרשות און פארלערנען שיעורים, 'ישראל קדושים הן' יעדער וויל זיין גוט מען דארף נאר מעורר זיין מזאל נישט ווערן נאכגעשלעפט נאכן יצר הרע, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 8:50.

ארום 8:55 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:00 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' משה דוד ווייסבערג הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג נשא אין ביהמ"ד פויזנא בשכונת זרע קודש, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די דערהויבענקייט פון קרית יואל נאך וואס דער רב שליט"א האט געוויילט אויף די פארגאנגענע שבת בצל הקודש, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע חיים שפיטצער הי"ו - הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫
👁 497