בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגג' סיון תשפ"ד6/9/2024

באריכט
זונטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל, וואס די בנין הישיבה איז איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און דער היכל הביהמ''ד בית אהרן איז גערופן געווארן לע"נ חותנו הגה"ק בעל הילולא זצ"ל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק והכנה ליו"ט שבועות הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר ישראל משה ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר במקום התפילין כנהוג, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן איבער פארשידענע מנהגים פון יו"ט שבועות און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נאכמיטאג ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו, באולם כינור דוד.

ארום 7:35 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה צו די שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' וואלף פערל הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן הס"ת און זיין משפחה.

פון דארט ארום 7:55 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל צו די שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו חבר הנהלת המתיבתא, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק כנהוג, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן הס"ת און זיין משפחה, און פאר די רמ"י הישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א - הר"ר ליפא ברמ"א פריעדמאן שליט"א.
הרה"ח ר' יואל ברי''א וויזעל הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו.

נאך די תנאים'ס האט דער רבי געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 555