בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשי"ז אייר תשפ"ד5/25/2024

באריכט
מוצש''ק ליל ל"ג בעומר הילולת התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום אינאיינעם מיט די מעמד החאלאקעס במעמד אלפי אנ''ש.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט געזינגען מערערע ניגוני התעוררות.
דערנאך זענען פארגעקומען די חאלאקעס פאר די נאענט צו 100 חאלאקע אינגלך בליעה"ר מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיך אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, און זיי געגעבן ממתקים כנהוג, און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און ניגוני אהבת התורה בשעת די חאלאקע קינדער טאנצן בחלל הביהמ"ד אינאיינעם מיט זייערע עלטערן.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען קורצע ברכת הקודש פאר די חאלאקע קינדער און פארן גאנצן ציבור.

ארום 1:00 האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו סעודת מלוה מלכה לכבוד היום, פאר די פיש האט מען פארקויפט די זכות הדלקת הנירות לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, מיטן אנצינדן זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו (ב"פ).
דערנאך האט מען געזינגען זמירות פון מלוה מלכה, און נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה וניגוני ל"ג בעומר.
דערנאך האט מען געזינגען בר יוחאי און ואמרתם און אמר רבי עקיבא מיט גרויס התרגשות און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען צמאה מיט גרויס התעוררות.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויף קישור סוף התורה לתחילתה 'לכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל - בראשית' אויף וואס דער אגרא דכלא זאגט אז 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און ארויסגעברענגט אז אין זוהר הק' ווערט נתגלה אז ביי יעדע מצוה וואס מען טוט איז שורה די שם הוי"ה אויף די אבר מיט וואס מען טוט די מצוה און דאס ברענגט אז די מלאכי חבלה זאלן מורא האבן און נישט קענען טוהן קיין שלעכטס, דער קדושת לוי זיע''א זאגט אז פון ל"ג בעומר קומט שוין אראפ די השפעות פון יו"ט שבועות, דאס איז וויבאלד דורך די קדושה פון רבי שמעון בר יוחאי איז אויפגעוויזן געווארן פאר די מלאכים אז א ילוד אשה קען זיין גרעסער ווי א מלאך און עס איז מבוטל געווארן די טענות פון די מלאכים, קומט אויס אז כלל ישראל האט באקומען די תורה בזכות פון רבי שמעון בר יוחאי, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט מען געזינגען נאך עטליכע ניגונים, מיטן ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' אהרן פאלאק שליט"א אב"ד בערעגסאז אלעד. מען האט געענדיגט ארום 2:30 און ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️