בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ג אייר תשפ"ד5/31/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד בית מנחם זאב אין שכונת ויואל משה לרגל די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב הביהמ"ד.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אהרן ווייס הי"ו (וומסב"ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
סנדק: רבינו שליט"א. סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'שמעון' נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געעפענט די חלה מיט די הענט כנהוג אום ערב שב"ק, און עס האבן אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו נדבן הביהמ"ד.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און די חשובע זיידעס, און דער רבי האט ארומגערעדט זכרונות פון די ליכטיגע טישן ביי רביה"ק זיע''א אין די בראשית יארן ווי דער רבי איז געשטאנען אינטערן בענקל פון רבי'ן אינאיינעם מיט הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, און ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע ביהמ"ד וועלכע איז נודע לשם ולתהילה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכ'ן סעודות ברית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' זלמן שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴