בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דינסטאגל' מרחשון תשפ"ז11/10/2026

באריכט
מאנטאג תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה''ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט''א - מו''ץ.
- ב''ר ישעי' בער לעווי הי''ו.
- ב''ר יואל ב''ר חיים אלי' צוויבל הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ח. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה, און מעריב ארום 6:00.

פארנאכטס איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר מיטוואך תולדות אין וומסב''ג. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 9:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' משה חיים קאהן הי"ו און הרה"ח ר' מרדכי יעקב פעלבערבוים הי"ו.
- הרה"ח ר' שמואל פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמואל הערש פעלדמאן הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 9:50 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת בבא קמא והתחלת מסכת בבא מציעא דורך די אלפי לומדי החבורה במסגרת חבורת יסודי התורה. הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה לכבודו פון חמיו הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו - פטרון החבורה אין קר''י.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו, און פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' וואס די מדרש טייטשט אויס די ברכות אויף לימוד התורה, און די ברכה איז געווען ויתן ויחזור ויתן אז מען זאל איבערחזר'ן די לימודים, מקרא משנה וגמרא. אין די ספה"ק שטייט אז אויף חזר'ן באקומט מען יא שכר בהאי עלמא, אויב איז ויתן ויחזור ויתן מען חזר'ט איבער די לימודים דאן איז מען זוכה צו אלע ברכות.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה פון טויזענטער אנ''ש פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן מסיים געווען מסכת בבא קמא זקנים עם נערים, און געזאגט אז די חבורה איז נתייסד געווארן ל"ג בעומר תשס"ו און מען האט שוין מסיים געווען כמה מסכתות הש"ס, און אנגעוואונטשן אז מען זאל קענען מסיים זיין מסכת בבא מציעא און דערנאך ווייטער מסכתא נאך מסכתא ביז מען וועט מסיים זיין גאנץ ש"ס, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון יעדע עמוד גמרא יעדע שעה לימוד התורה וואס אויב די בעה"ב איז מקפיד דערויף באקומט דאס א געוואלדיגע חשיבות, און ארומגערעדט בשבח פון די עסקנים והנהלת החבורה וועלכע העלפן ארויס אזויפיל טויזענטער אידן לומדי החבורה, ובפרט פונעם פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו וועלכער האט גענומען אויף זיך שוין פאר לאנגע יארן אויסצוצאלן די תשלומין פון די בחינות אין קר''י און איז גרייט צו צאלן פאר די פרישע לומדים ומתחילים, און אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

מען האט געזינגען ניגוני לימוד התורה מיט גרויס התעוררות, דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום אויף מסכת בבא קמא און אנגעהויבן מסכת בבא מציעא, און דערנאך געזאגט קדיש. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבוד התורה פאר א לענגערע צייט.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרה''ח ר' נח גפן הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ט מרחשון תשפ"ז11/9/2026

באריכט
זונטאג תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אנטשיל ליכטנשטיין הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- דרילינג התאומים ב"ר שלמה דוד דאסקאל הי"ו.
- ב"ר אלעזר געשטעטנער הי"ו.
- ב"ר יושע ראטה הי"ו.
- ב"ר יודל ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ב"ר הערש בער מייזעלס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:50 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר ישראל העניך שעהר שליט"א און הרה"ח ר' לוי יצחק דוד לאנדא הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ארום 9:00 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה און זיך משתתף געווען ביי די סעודת הודאה דורך משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יושע הי"ו ובני משפחתו.

ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין מאנסי צום סיום מסכת בבא קמא והתחלת מסכת בבא מציעא במסגרת חבורת יסודי התורה אין די זאלן פון וועלי טעררעס.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, פאר די רבני קהלתינו הק' והנהלת התאחדות אברכים, פאר הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו - פטרון החבורה אין מאנסי, און פארן גאנצן ציבור. און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט לשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי ווי אריבער פיר הונדערט אנ''ש זענען אנגעשלאסן אין חבורת יסודי התורה, און מחזק געווען אלע מסיימים ומתחילים און אנגעוואונטשן מען זאל קענען מסיים זיין מסכת בבא מציעא און אזוי ווייטער גאנץ ש"ס, און מסיים געווען בברכת קדשו.

פון דארט ארום 10:00 האט דער רבי ממשיך געווען דעם וועג קיין וומסב''ג צום מעמד סיום רבתי פון די אלפי לומדי חבורת יסודי התורה פון וומסב''ג אין די זאל פון קאנטינענטאל. דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:00 און אריין אין א זייטיגן שטיבל.
ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום סיום און זיך באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און די אנוועזנדע רבני קהלתינו הק'. און זיך אראפגעזעצט און געזאגט פארן נועם הכבוד הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ממשיך זיין מיט זיין דרשה, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודת סיום.
דער יושב ראש הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו האט ממשיך געווען און ארויפגערופן הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו - חבר הנהלת חבורת יסודי התורה פון וומסב''ג, מיט אפאר ווערטער בשם די הנהלת החבורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די פטרוני החבורה הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו ובנו הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרגא בראך הי"ו, און פאר די חברי הנהלת החבורה הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו, הרה"ח ר' יואל העללער הי"ו, און הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי"ו, און פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'וה' ברך את אברהם בכל' און ארויסגעברענגט אז בזכות פון איבערחזר'ן די אלטע לימודים איז מען זוכה צו הערן דעם בת קול און איז מעורר צו תשובה, און דאס איז די מטרה פון די חבורה, צו לערנען, חזר'ן און זיך פארהערן מסכתות הש"ס. און ארויסגעברענגט פון די לעצטע דף אין מסכת בבא קמא, אז אויף קליינע זאכן איז נישט דא קיין גזל, אבער אויב די בעה"ב איז מקפיד באקומט עס א חשיבות, און אויסגעפירט אז מען קען אמאל טראכטן אז וואס איז שוין א עמוד גמרא אנטקעגן גאנץ ש"ס, אבער אויב מען איז מקפיד נישט אויסצולאזן קיין שום טאג קיין שום עמוד, דאן באקומט עס א שטארקע חשיבות.
דער רבי האט דערציילט ווי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט אים פארהערט אלץ קינד און אנגעזאגט אז מען דארף לערנען מיטן רא"ש, און זיך באצויגן צו א סברת הרא"ש אין כל דאלים גבר, און אויסגעפירט אז ווען א מענטש ווייסט ביי זיך אז די תורה איז זיינס, וועט ער זיך קענען שלאגן מיטן יצר הרע און אים מנצח זיין, און קענען לערנען, חזר'ן, און זיך שטעלן צום פארהער.
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז חבורת יסודי התורה איז געגרינדעט געווארן ל"ג בעומר תשס"ו, און עס האט זיך פארמערט במשך די יארן בכמות ובאיכות, און היינט צוטאגס פארמאגט יעדע קהילה בישראל א חבורה אויף לימוד התורה, און עס איז א פערזענליכע שמחה אז אזויפיל טויזענטער אידן לערנען היינט בלעטער גמרא און מסכתות הש"ס, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט געזינגען ניגוני לימוד התורה מיט גרויס התעוררות, דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום אויף מסכת בבא קמא און אנגעהויבן מסכת בבא מציעא און געזאגט קדיש, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבוד התורה פאר א לענגערע צייט.

- ברכהמ''ז: הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מפטרוני החבורה.
מען האט געענדיגט ארום 1:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת חיי שרה - מברכים חודש כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקת הנרות האט רבינו שליט''א אנגעטון דעם שטריימל פאר די חתנים:
- החתן בנציון ב"ר משה טאמבור הי"ו.
- החתן שלום ב"ר נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו.

ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
- קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:55. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' שמואל פנחס געשטעטנער הי"ו (ביתר).
- כל מקדש: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
- מנוחה ושמחה: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א (וומסב''ג), חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט''א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישאלהו ותאמר אלך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין אדם מקנה דבר שלא בא לעולם.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו.
- ברכהמ''ז: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג ל' חשון.

- קה רבון עלם: נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אהרן סימאן הי"ו.
- הולכת הס''ת לבימה: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו.
עליות.
- כהן: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א.
- לוי: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך שליט"א אב"ד וועגשייד.
- שלישי: החתן בנציון ב"ר משה טאמבור הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן קלמן אליעזר ב"ר שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו.
- חמישי: החתן יואל זאב ב"ר יושע בער שווארטץ הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' קלמן אליעזר ברז"ל פעלבערבוים הי"ו.
- ר' משה ב"ר יקותיאל ישראל פריעד הי"ו.
- ר' מאיר שלמה ברח"ב פילאפף הי"ו.

- שביעי: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף הי"ו.
- אחרון: בעל ברית ר' שלום מלמד הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יוסף ארי' פעלזן הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט''א געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות.

- מוסף: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים זאב קארנבלי הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלום מלמד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:20.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן מתתי' פריעדלענדער הי"ו (מאנטרעאל).
- כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' ברוך זעלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"צ ר' חיים מאיר שנעעבאלג שליט"א אדמו"ר מסטרעליסק בית שמש, בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וה' ברך את אברהם בכל' און נאכגעזאגט פונעם חתם סופר אז 'בכל' במילוי איז בגי' שופר, און 'בכל' איז די ר"ת פון די פסוקים פון מצות סוכה, און געטייטשט אז פון מצות שופר און מצות סוכה לערנט מען ארויס אז אפילו מען איז פארקראכן מיט עבירות ניצט דאך תשובה. און שטארק מעורר געווען אז יעדער דארף וויסן ביי זיך אז נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב מען געפינט זיך ניצט תשובה, און מען קען אייביג תשובה טוהן, עס פעלט נישט אויס קיין תעניתים און סגופים נאר מיט א חרטה על העבר און קבלה פאר די עתיד.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך שליט"א.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- הגבהת הכוס: החתן יואל זאב ב"ר שמואל בער שווארטץ הי"ו.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שמשון שרגא פאגעל הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:35.

פרייטאגכ"ו מרחשון תשפ"ז11/6/2026

באריכט
דאנערשטאג חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר נפתלי הירצקא בראך הי"ו.
- ב"ר משה ברוך בענדיט ליכטנשטיין הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת כתובות פרק אלו נערות. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 7:15 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית מרדכי צום שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם ישעי' ווייס הי"ו. דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם היכל התורה, מען האט געזינגען ניגוני תורה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם ישעי' הי"ו, פאר הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' בנימין זאב בר"א שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יושע ברש"י טעללער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, אינאיינעם מיט עסקני ופטרוני שיעור בהלכה וועלכע ווערט פארגעלערנט יעדע נאכט אין ביהמ"ד הגדול, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם יום שכולו תורה וסיום רבתי אויף גאנץ הלכות שבת וועלכע קומט פאר דעם זונטאג תולדות אינעם HCS רעזארט אין די קעטסקילס דורך די הונדערטער מקשיבי השיעור. אזוי אויך האט מען געוויזן פאר רבינו שליט"א די וועכענטליכע גליון 'במצות שבת גרוסה' מיט די תמצית הלכה פון אלע שיעורים פון די גאנצע וואך, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי יודא ביטמאן הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יושע ברד"מ ניישטאדט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אשר מרדכי שווארטץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ט'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי הנהלת התאחדות אברכים פון קהלתינו הק' אין מאנסי איינצולאדענען רבינו שליט"א צום סיום מסכת בבא קמא במסגרת חבורת יסודי התורה. עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער די גרויסע מספר פון לומדי החבורה וועלכע שטעלן זיך צום פארהער יעדן חודש אין מאנסי, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' משה שלום גינסבערג הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"צ מענדלאוויטש הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ברפ"נ גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו.

ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר נפתלי הירצקא בראך הי"ו.
- ב"ר יואל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג האט דער רבי עוסק געווען א לענגערע צייט מיט הגאון הדומ"ץ שליט"א אין שאלות העומדים על הפרק.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וחתן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך מאנטאג תולדות אין ב"פ. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני נישואין, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א קורצע אסיפה מיט הנהלת חבורת "תורתך שעשועי" אין ב"פ, דער רבי האט איבערגעקוקט מיט א קורת רוח די רשימות הנבחנים און האט זיך ווארים באדאנקט פאר עטליכע אנוועזנדע גרויסע נדבנים און האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל זענען אריין בקו''פ די עסקנים פון די אנ''ש וואל קאמיטע און איבערגעגעבן א באריכט פון די גרויסע סוקסעס, ווען ס'איז ב''ה אריינגעקומען קרוב צו 10,000 שטימען פון איבער גאנץ קרית יואל, און אלע אנ''ש אינדארסירט'ע קאנדידאטן האבן ב''ה געוואונען די וואלן.
באזונדער האבן די עסקנים איבערגעגעבן די רעזולטאטן פון די וואלן פון קרית יואל המורחבת אין טאון אף בלומינגראוו, ווי הונדערטער אנ"ש זענען ארויסגעגאנגען שטימען פאר די אנ''ש אינדארסירט'ע קאנדידאטן, ובפרט פארן אנ''ש אינדארסירט'ע טאון סופערווייזער וועלכער האט ב''ה געוואונען. דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ג מרחשון תשפ"ז11/3/2026

באריכט
מאנטאג חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.

- ב"ר יואל ב''ר הערש אלימלך עקשטיין הי''ו.
- ב''ר שמואל קליין הי''ו.
- ב''ר אלכסנדר זיכערמאן הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ט"ו. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 1:20 איז דער רבי אריבער אין בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' אויף די רימנוב גאס צום מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו 500 תלמידי כתה ד' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מלמדים, און פאר אלע קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן צו לערנען גמרא, און די קורת רוח וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט בגנזי מרומים זעענדיג אז אין קרית יואל זענען דא קרוב צו 500 קינדער פון איין יארגאנג וואס הייבן אן צו לערנען גמרא, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 1:50.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו למז"ט. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברש"י שטיינמעטץ הי"ו און הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
- הרה"ח ר' דוד אלי' קטינא הי"ו און הרה"ח ר' יעקב מאיר ווייס הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכער געפינט זיך יעצט אין אמעריקע צו שאפן געלטער פאר די פילע אפיסעס וואס מען האט אויפגעשטעלט אין גאנץ ארץ ישראל נאכצוקומען די ארבעט. מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער דעם שווערן מצב וואס מען געפינט זיך יעצט אין ארה"ק מיט די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות, און פון אלע שיכטן און קרייזן ווענדט מען זיך צו מרכז עזרה ויעוץ פאר הילף. דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פון עזרה ויועץ, און מאציל געווען מברכת קדשו פארן ראש המצילים הר"ר שמעון שליט"א, פאר הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו (מאנסי) יו"ר הנהלת עזרה ויועץ בארה"ב, און פאר מוה"ר וועלוול קוביטשעק הי''ו (בית שמש) מעסקני עזרה ויעוץ.

ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ב מרחשון תשפ"ז11/2/2026

באריכט
זונטאג חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם משה בר"ב גאלד הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' ב"ר עזריאל שעהר הי''ו.
- ב''ר יעקב יואל כוואן הי''ו.
- ב''ר יואל ב''ר שמואל פריעדמאן הי''ו.
- ב''ר יודא ווערצבערגער הי''ו.
- ב''ר משה אברהם יעקב ראטה הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (לאנדאן). דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש צו רבינו שליט''א הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, וואו מען איז פאר עטליכע שעות איבערגעגאנגען געוויסע שאלות העומדים על הפרק.

דערנאך האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מנחם אבל געווען משפחת המנוח הגה"צ רבי חיים שלום קליין ז"ל מרבני קהלתינו הק' אין בני ברק.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יושע בער שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' קלמן אליעזר ג'ברא הי"ו און הרה"ח ר' יוסף מאלח הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרב הגאון ר' יצחק ראזענבלאט שליט"א מו"ץ בהעדה החרדית וחבר מערכת וועד הכשרות לעניני שחיטה בהעדה החרדית. עס האט זיך פארצויגן א לענגערער שמועס בעניני שחיטה ביי גסות און ביי עופות, ער האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו הרי הלכות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:55 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו און הר"ר ישראל אברהם הערשקאוויטש שליט"א.
- הרה"ח ר' משה לוי לאנדא הי"ו און הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א.

דערנאך איז אריין בקו''פ הנהלת ומתפללי ביהמ''ד ישראל שלום דקהילתינו הק' בשכונת ויואל משה אינאיינעם מיט הגה''צ רב הביהמ''ד שליט''א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת זייער נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן פרע''ח שליט''א. דער רבי האט איבערגעקוקט די סדר הנסיעה ווי מען וועט אי"ה זיין אויף דעם שב"ק פרשת חיי שרה בעיר האבות סיגוט יע"א, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א. דערנאך זענען אלע משתתפי הנסיעה אריבער, און דער רבי האט אנגעוואונטשן און פארטיילט שליח מצוה געלט.

ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז אריין בקו''פ הרב הגאון ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בנו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני נישואין, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"א מרחשון תשפ"ז11/1/2026

באריכט
שב''ק פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקת הנרות האט רבינו שליט''א אנגעטון דעם שטריימל פאר די חתנים:
- החתן קלמן אליעזר ב"ר שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו.
- החתן יואל זאב ב"ר יושע בער שווארטץ הי"ו.

ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
- קבלת שבת: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 8:00. עס איז פארגעקומען א אפיל פאר כולל דוויליאמסבורג, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה''ג ר' משה בן הרה"ג ר' יושע אשר כהנא שליט"א (ירושלים).
- כל מקדש: הרה''ג ר' משה כהנא שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרב שלמה בן הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם וסעדו לבכם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מקרא נדרש לפניו ולפני פניו.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' דוד לייב אקער הי"ו (לאנדאן).
- ברכהמ''ז: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א (וומסב''ג), בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק כ' חשון.

- קה רבון עלם: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים מאיר כ"ץ הי"ו (בני ברק).
מען האט געענדיגט ארום 11:45.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדמאן הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

פארן ליינען האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו אויסגערופן די הכרזה בשם די הנהלת הקהילה והמוסדות איבער די וויכטיגקייט פון גיין שטימען אין די וואלן.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מיכל גרינפעלד הי"ו.
- הולכת הס''ת לבימה: הרה"ח ר' ישכר בער הירש הי"ו.
עליות.
- כהן: החתן ב"ר שלום שווארטץ הי"ו.
- לוי: החתן ב"ר אהרן שלמה אפפעל הי"ו.
- שלישי: החתן קלמן אליעזר ב"ר שלמה הערש עקשטיין הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן יואל זאב ב"ר יושע בער שווארטץ הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן מרדכי דוד ב"ר יחיאל דוב פריעדמאן הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' משה יוסף ברא"ש פרידלענדער הי"ו.
- ר' אברהם שמעון וויינבערגער הי"ו.
- ר' יעקב ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
- ר' שמשון סעגעדין הי"ו.
- ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי"ו.
- ר' יעקב גדלי' מיללער הי"ו.

- שביעי: החתן ב"ר יוסף זאב בר"א מויזקאפף הי"ו.
- הוספות: החתן יעקב ב"ר יואל קויפמאן הי"ו.
- החתן ליפא ב"ר שמואל ברא"ל בראך הי"ו.
- אחרון: החתן נפתלי צבי ב"ר אברהם פאלאטשעק הי"ו.
- מפטיר: החתן אברהם עיבר ב"ר יחזקאל פראנקעל הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו.
- החזרת הס''ת: הרה"ח ר' יחזקאל פראנקעל הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו (וומסב''ג).
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלום אליעזר ברא"ש סאנדעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל מרדכי ווירצבערגער הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' שלום שווארטץ הי"ו (מאנטרעאל).
- לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
- שלישי: הר"ר איתמר טובי' קויפמאן שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירא אליו ה' באלני ממרא' און געטייטשט אז דורך לימוד התורה איז מען זוכה צו קענען הערן די בת קול און אזוי נתעורר ווערן צו תשובה, 'והיה אם שמוע בישן תשמע בחדש' - אז מען וועט לערנען תורה בקביעות, דאן תשמע בחדש, וועט מען הערן די פרישע בת קול היוצאת בכל יום.

און שטארק מעורר געווען זיכער צו מאכן אז מען האט א שיעור אין לימוד התורה בקביעות גמור, און דורכדעם וועט מען זוכה זיין צו קענען הערן די בת קול.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' מיכל גרינפעלד הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
- הגבהת הכוס: החתן אברהם משה ב"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:50.

ארום 10:15 איז פארגעקומען בקו''פ בביתו נאוה קודש די קריאת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב שמעון קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' שלמה משה וויינבערגער הי"ו. דער רבי האט געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, די מחותנים, פארן עלטער זיידע משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה.

ארום 10:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו צום סיום אויף שו"ע אורח חיים הלכות ברכות דורך חבורת 'קנין הברכה' שע"י מבצר הכוללים בראשות נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בהלכות ברכות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א און פאר אלע חברי החבורה.

ארום 10:50 איז דער רבי אריבער צו די נייע הויפטקווארטיר פון די 'חברים' ארגענעזאציע אויף די עיקערס גאס, און קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די חברים וואלענטירן וועלכע העלפן ארויס אידן אין אלע צייטן און אין אלע מצבים, וואס דאס איז די מדה פון אברהם אבינו און איז משפיע חסד ורחמים פאר יעדן איינעם. און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א וועלכער איז עומד בראש פון די ארגענעזאציע בדבר ה' זו הלכה און מאכט זיכער אז יעדע דבר קטן וגדול איז אויסגעהאלטן אינגאנצן, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. דערנאך איז דער רבי ארום אין אלע צימערן און אנגעוואונטשן פאר די ראשי הארגענעזאציע.

ארום 11:15 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום בחינה פומבי דורך חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק. הרה''ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט''א מרבני קהלתינו וומסב''ג, און הרה''ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א (וומסב''ג), האבען פארהערט די בחורים בע"פ, און דערביי האט דער רבי אויך געפרעגט עטליכע שאלות פון די בחורים און זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי והנהלת החבורה, פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - פטרון החבורה, און פאר אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם' און ארויסגעברענגט די הנאה וואס מען האט ווען מען זעט ווי אזויפיל בחורים פארהערן זיך צענדליגע מסכתות בעל פה, און אנגעוואונטשן מען זאל קענען ווייטער גיין מסכתא נאך מסכתא, און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 12:30 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים יוצאי ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וומסב''ג אינאיינעם מיטן מנהל הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א, און זיך געשטעלט צום פארהער בקו''פ אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר אויף מסכת גיטין, בבא קמא און ביצה. דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים א זילבערנעם בעכער.

אויך זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש דער אסעמבלימאן 'קריס עיקוס' וועלכער פארטרעט קרית יואל און לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו - ווילעדזש אדמיניסטראטאר, און בנש"ק הרה''ח ר' שמחה אייכנשטיין הי''ו - אסעמבלימאן פון ב''פ. דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין שטענדיגע הילף לטובת קרית יואל און פאר זיין הילף אוועקצושטעלן די געזעץ צו ראטעווען די היימישע חינוך אין ניו יארק, און באזונדער האט מען אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים וואס ער וועט אי"ה שטיין צו הילף פאר קרית יואל'ס שטענדיגע הרחבות גבולי הקדושה, כדי צו קענען האלטן ביליג די דירות פרייזן, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג