פרייטאג ערש''ק כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יוסף בראדער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מאיר אלי' גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר יואל ראזינגער הי"ו.
- ב"ר יצחק אייזיק פאוועל הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ר"י דושינסקיא.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יהודא' נאך דער זיידע הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל ע"ש מרן הגה"ק הייטב לב זיע"א.
נאכן ברית איז מען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום פערטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען דעם מעמד 'ברנה יקצרו' וסיום חזרת לימודי השנה דורך די קרוב צו 500 תלמידי כתה ה' פון אלע סניפי מוסדות קרית יואל.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת הברית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט'. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה ברית און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערש"ק.
ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א. אויך האט איינער פון די בחורים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, און דער מנהל האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די בחורים וועלכע האבן אינאיינעם געלערנט אריבער 2,000 שעות רצופות אלץ הכנה צום רבי'נס באזוך.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דב''ק והדרכה, מצות מילה ברענגט אריין חכמה אין א מענטש אז מען זאל קענען אפמאכן ווען זיך צו באניצן מיט מידת ענוה און ווען מען דארף זיך יא באניצן מיט מידת הגיאות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די מלמדים, מען האט געענדיגט ארום 2:00.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פונעם בעל ברית און געוואונטשן פאר די יולדות.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכטן
← ווייזט אלעספרייטאגח' אלול תשפ"ו8/21/2026
דאנערשטאג כי תצא
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר מענדל לעווי הי"ו.
- ב"ר משה דוד ב"ר הערשל טעללער הי"ו.
- ב"ר יואל יעקב יודא ווייס הי"ו.
- ב"ר אברהם האפמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך איז פארגעקומען אן אסיפה בחדרו הפרטי מיט די מנהלי המתיבתא ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים בנוגע די קומענדיגע שנת הלימודים הבעל"ט, און דערביי האט דער רבי קובע געווען צו לערנען מסכת כתובות.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת לאנדא היושבים ע"פ אחיהם הרה"ח ר' הערשל לאנדא ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' בנציון ראפאפארט הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברנ"ה שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' חיים מאיר ברש"ד ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"ה בערקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 9:40 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' משה ארי' גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"י לאקס הי"ו.
- הרה"ח ר' מאיר סאקס הי"ו און הרה"ח ר' מאיר נפתלי פערל הי"ו.
- הרה"ח ר' אברהם לייב קליין הי"ו און הרה"ח ר' יצחק דוד שווארטץ הי"ו.
ארום 12:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי נכדו למז"ט דעם זונטאג כי תבא אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית טשערנאביל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דערנאך זענען אריין בקו''פ הנהלת כולל שומרי החומות, אין שפיץ פון הרה"צ מטאלטשאווע שליט"א מראשי הנהלת הכולל, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די קאמפיין וועלכע קומט יעצט פאר אין קרית יואל לקראת די ימים טובים הבעל"ט, זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די לעצטיגע פעולות פונעם כולל און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה ארום 1:45 איז דער רבי אריבער צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, בבית אביו אין שכונת ברך משה, עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די ביטערע גזירות הגיוס וואס שוועבט אויף די טויזענטער בחורים און אברכים אין ארץ ישראל ווי עס װערן ליידער טעגליך ארעסטירט בחורים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן ברכות קדשו. דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 2:05.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך כי תצא
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לוי יצחק לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמואל עקשטיין הי"ו.
- ב"ר דוד בר"א קויפמאן הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז בזכות פון לימוד התורה וואס 'אפילו אחד עוסק בתורה שכינה עמו' קוקט הקב''ה אויף א פגם פון א עבירה לויט וויאזוי עס קוקט אויס אויף די וועלט און נישט וויאזוי עס קוקט אויס בעולם העליון, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט דער רבי געבענטשט פלעשלעך האניג וועלכע וועט אפגעשיקט ווערן דורך הרבנית הצדיקת תליט"א פאר די הונדערטער אלמנות פון קהלתינו הק' פון איבער דער גארער וועלט, לכבוד יו"ט ראש השנה הבעל"ט, און דערביי געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די פעולות צו ארויסהעלפן די אלמנות און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 3:30 איז דער רבי אריבער געפארן קיין מאנסי צו די יערליכע זמני כניסה פאר אנ''ש לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול צו די זמני כניסה, במשך די זמני כניסה זענען אריין הונדערטער אידן זקנים עם נערים לברך ולהתברך בפתקא ופדיון לקראת די ימים נוראים הבעל"ט.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
נאך מנחה ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הביהמ"ד צו די סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי אנגעוואונטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט מאנסי בן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א וויבאלד כלל ישראל זענען עבדים למקום קען הקב"ה אוועקנעמען עולם הזה פון די אומה"ע און עס געבן פאר די אידן, בזכות וואס א מענטש לאזט זיך אראפ נידריגער פון זיינע מדריגות ארויסצוהעלפן פאר אנדערע, קומט הקב"ה אויך אראפ צום עולם השפל און קוקט אויף די פגם פון א עבירה לויט וויאזוי עס קוקט אויס אויף די וועלט און נישט וויאזוי עס קוקט אויס בעולם העליון, דאס האט מען געזען ביים בעל הילולא זיע''א וואס האט זיך אראפגעלאזט צו יעדעם איינעם און בפרט צו בחורים און געפירט א ישיבה און מרביץ תורה געווען פאר בחורים, און אונז דארף מיר זעהן צו גיין אין זיינע וועגן און זיך פירן ווי תלמידים פונעם ייטב לב.
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי און פונעם רב שליט"א וועלכע שטייט בראש, און מעורר געווען צו שיקן נאר אין אונזערע ישיבות, און ארויסהעלפן און שטיצן די מוסדות הק' צו קענען ענדיגן די נייע בנינים וואס בויען זיך יעצט פאר די ישיבה און ת"ת און פאר די בית רחל, און ביים סוף מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צו די ימי הרחמים והרצון מיטן לערנען ספרי חסידות וספרי מוסר און קובע געווען צו לערנען ספר תפארת שלמה זיך אנציווארעמען דאס הארץ צו תשובה ולקראת הימים הנוראים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 9:50 און דער רבי איז צוריק אריין לחדרו הפרטי און ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.
ארום 12:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
נאך מעריב איז פארגעקומען בקו''פ א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון החתן בן הר''ר יחיאל מיכל בערקאוויטש שליט''א בן הגאון הגדול דומ"ץ קר"י שליט''א וחתן האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א, עב"ג הכלה בת הר''ר יוסף מאיר שמידמאן שליט''א בן הגה''צ אב"ד קראלי פלעטבוש שליט''א וחתן הר''ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל, מען האט געמאכט קבלת קנין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית אין ביהמ"ד בית מנחם זאב בשכונת ויואל משה לבן הנולד אצל ר' שמשון אינדיג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
פארן ברית האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די נייע פליגל וועלכע ווערט צוגעבויעט צום ביהמ"ד און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הביהמ"ד איבער די בוי פלענער.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישראל שלום בשכונת ויואל משה לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ ר' אברהם מאיר שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ, וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
- סנדק מעומד: הגה"צ ר' אברהם מאיר שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: דער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יואל' נאך רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, עס האבן אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן יודא שליט"א, און די זיידעס הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, און הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב הלל בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דב''ק בעניני ברית מילה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און מעריב ארום 11:20, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית שמואל צבי ספינקא ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען האדמורי"ם שליט"א די קינדער און ברודער פון האדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל.
ארום 12:35 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר''י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךו' אלול תשפ"ו8/19/2026
מאנטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי ארום 9:50 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום יערליכן באזוך אין די מחנות הקיץ דמוסדותינו הק' פון וומסב"ג און ב"פ.
ארום 10:50 איז דער רבי אנגעקומען אין די בחורים קעמפ מחנה רב טוב אין סוואן לעיק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון וומסב''ג און ב"פ, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר וואלף לאנדא הי"ו.
- ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
- בעל תפילה: הב' יצחק דניאל ני"ו ב"ר יואל דאנא ע"ה (וומסב''ג).
- פתיחה: הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א - מנהל כתה ט' וומסב''ג.
- בעל קורא: הב' זיידל בן הר"ר מענדל פאנעט שליט"א (ב"פ).
- כהן: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א - מנהל כתה ט' ב"פ.
- לוי: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א (ב"פ).
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר וואלף לאנדא הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו בשכינות פונעם קעמפ אויף פת שחרית.
ארום 1:50 איז דער רבי צוריק אנגעקומען אינעם בחורים קעמפ, דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום פאר א לענגערע צייט צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' פון וומסב''ג, איידערן פארלאזן די ביהמ"ד האט דער רבי געבעטן די מייק און איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די לימודים.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' פון ב''פ דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מגי''ש און בחורים, און משמיע געווען דברות קודש צו הארעווען אין די אינגע יארן צו באקומען יראת שמים און אזוי וועט דאס אנהאלטן אויף די שפעטערע יארן, דורך לערנען חסידישע און מוסר ספרים, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 2:50.
פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די 'אינגל קעמפ' מחנה רב טוב אין מאנטיסעלאו ווי דער רבי איב אנגעקומען ארום 3:05.
דער רבי איז ארויף צו די 4 בתי מדרשים פון די עלטערע כתות ו' ז' ח', תלמידי מוסדותינו אין וומסב''ג סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א, און דערנאך ביי תלמידי מוסדותינו ב''פ בהנהלת הר"ר זרח שפירא שליט"א.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, און געפרעגט שאלות ביי יעדע סניף עקסטער אין זייערע לימודים, דער רבי האט עקסטער באגריסט די איר-אייניקלך שיחי' און נכדי אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו רביה''ק זיע''א.
דערנאך זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים.
די קינדער האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דאן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די מלמדים און תשב"ר און משמיע געווען דב''ק ארויסגעברעגענדיג אז כדי די לימוד התורה זאל האבן א קיום דארף מען קודם האבן יראת שמים, און דאס דארף מען וויסן שוין פון די אינגע יארן ווען מען הייבט אן צו לערנען תורה אז אן קיין יראת שמים האט די לימוד התורה נישט קיין קיום, און מסיים געווען בברכות קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער.
מען האט געענדיגט ארום 4:15 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ און וואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין מחנה פון ישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומסב''ג בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א חנוכת הבית פארן בנין הביהמ"ד 'בנין לאנדא' נדבת הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו, אינאיינעם מיט א הנחת אבן הפינה פאר א נייע דארמעטארי בנין נדבת הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און זיך אומגעקוקט אויפן בנין הביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געגאסן די אבן הפינה און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א צו גיסן.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר רב שליט"א און די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ועשית מעקה לגגך' און ארויסגעברענגט אז מען באנייט א נייע בנין אינעם קעמפ ווי מען וויילט אין די זומער נזהר זיין מיט שמירת עינים, מעק"ה איז ר"ת ה'רהורי ע'בירה ק'שה מ'עבירה, און מעורר געווען די בחורים נזהר צו זיין אויף שמירת עינים וואס דאס איז די יסוד פון זיין א ערליכע איד, און ארומגערעדט בשבח פון די חשובע נדבנים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די נדבנים, הנהלת הישיבה, און רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט מען איבערגעגעבן א מנחת ביכורים פאר רבינו שליט"א פון אריבער אכט טויזענט בלעטער גמרא וואס די בחורים האבן געלערנט אלץ א הכנה צום באזוך פון רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פירות פאר די נדבנים.
מען האט געענדיגט ארום 5:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי חודש תשרי און איבער די באזוכן פון אביו האדמו"ר מליסקא זצ"ל ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר ברוך ברא"ש שווארטץ שליט"א און הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15 און מעריב ארום 12:50.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קר"י אינאיינעם מיט מחותנו הר"ר פנחס אלימלך שטיין שליט"א בן האדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וחתן כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי צאצאיהם למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגן זונטאג כי תבא אין קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די יחוס פון די חתן וכלה און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ עסקני מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית, און איבערגעבן א באריכט פונעם מעמד חנוכת הבית וואס איז פארגעקומען פריער אויפדערנאכט בראשות כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א ובית דינו הצדק, און גדולי האדמורי"ם ומנהיגי הקהילות החונים תחת דגל העדה החרדית, פארן נייעם גיגאנטישן הויפטקווארטיר פונעם מרכז אין ירושלים עיה"ק, פארן נייעם בנין פון עטליכע שטאק מיט אריבער צען צימערן צו ערמעגליכן צו פארברייטערן די פעולות המרכז אויף א דראסטישע פארנעם אין די יעצטיגע קריטישע תקופה, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א באריכט פונעם באזוך דורך די הנהלת המרכז ביים ירושלימ'ער רב שליט"א, און די נאכפאלגנדע מעמד בראשות די חברי הבד"ץ שליט"א, וואו הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' האט אויפגעטרעטן בשליחות הקודש פון מרן רבינו שליט"א.
די עסקנים האבן דערמאנט די קידוש השם אז אפילו פון די אגוד'יסטישע קרייזן זענען אויך אנוועזנד געווען פילע רבנים און ראשי ישיבות נאך וואס אפילו אין זייערע קרייזן דערזעהט מען זיך מיטן מציאות אז אלע זייערע א.ג. פארטרעטער פון אינעווייניג האבן גארנישט געקענט אויפטון, און די איינציגסטע ווירקזאמע מיטל צו באקעמפן דעם ביטערן גזירת הגיוס איז דורך די אפיסעס וואס רבינו שליט"א האט אויפגעשטעלט מיט 13 יאר צוריק נאך איידער איינער האט אפילו באגריפן אז עס שוועבט א געפאר פון א גזירה.
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פעולות פונעם מרכז און די אנגייענדע תמיכה דורך קהלתינו הק', און געוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים מען זאל ווייטער קענען אויפטון למען הכלל אפצוראטעווען אידישע נשמות פון שמד.
נאך מעריב ארום 1:10 איז דער רבי אריבער צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ, וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, בבית חמיו אין שכונת ויואל משה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן ייטב לב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט די וואך, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און די זיידעס.
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש כנהוג און אנגעוואונטשן פאר די יולדות. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ביים אנקומען אהיים האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן בחצר ביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. בהשתדלות ר' אליעזר גפן הי''ו, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען די מצוה, און געמאכט א שליח ר' אליעזר גפן הי''ו אראפצונעמען די אייער, און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים גאלדמאן הי"ו אין ביהמ"ד היכל הברכה ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה בהנהלת הר''ר אשר אנשיל גריסגאט שליט''א אינעם נייעם בנין הישיבה וועלכע איז אין די טעג פארענדיגט געווארן די ערשטע פאזע פונעם בנין ברוב פאר והדר.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און מיטן נדבן היכל הביהמ''ד הרה''ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו, דער רבי איז ארום אינעם גאנצן בנין און דערביי געהערט א באריכט פון הרה''ח ר' הערשל ווערטהיימער הי''ו - יו"ר וועד קרן הבנין, איבער די ווייטערדיגע בוי פלענער פון די צווייטע פאזע.
דער רבי איז אריין בהיכל הישיבה און ארום צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אליעזר יואל יערמיאש הי"ו.
- ב"ר שלמה משה גרינפעלד הי"ו.
- ב"ר דוד לוי קויפמאן הי"ו.
- ב"ר אהרן יעקב לעבאוויטש הי"ו.
בעל תפילה: הרה''ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל דעם חנוכת הבית בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן רב, נדבן, הנהלה, און די בר מצוה בחורים, און די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז געבן צדקה אום חודש אלול איז א גוטע הכנה צום יום הדין, און דאס איז א חסד פון הקב"ה אז טראץ דאס געלט באלאנגט דאך פאר הקב"ה דאך רעכנט ער די מצוה פון צדקה פארן בעה"ב וואס גיבט עס, און ארויסגעברענגט די שמחה ווען מען איז מחנך א נייע בנין לתורה ולתפילה און מאריך געווען בשבח פון די ישיבה, און פונעם חשובן נדבן הביהמ"ד, וועלכע האט עס מנדב געווען לע"נ אביו הרה"ח ר' גדלי' ע"ה וואס די ערשטע יארצייט געפאלט היינט זונטאג, און עס איז א שטארקע נחת רוח און טובה פאר די נשמה, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה א זילבערנע בעכער פארן נדבן הרה''ח ר' אברהם יקותיאל הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף פת שחרית אין שטוב פון הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו.
ארום 2:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח הישיש ר' הערש אלימלך ווערצבערגער הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א גרויסן סכום לטובת דעם בנין הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א אין די בראשית יארן אין אמעריקע און איבער דעם באזוך אין מאנסי בשנת תשל"ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
פון דארט ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם צענטראלן שער בבנין הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק' אין מאנסי, דערביי איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ארי' האפפמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט אפגעקויפט א זכות פון א כתה בבנין הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 3:20 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:20 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר נפתלי שטערן שליט"א און הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים ראובן שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' דוד לייב אקער הי"ו (לאנדאן) אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אברהם קלעפנער הי"ו און הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הענדיל ע"ה אשת חבר פון הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקל ט"ב זצ"ל מוואלאווע.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו פון וומסב''ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך משפחת הרה"ח ר' שמואל חיים וואהלבערג ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם שמחה קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ח רייזמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ברא"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
ארום 10:20 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכע וויילט אויף אפרוה בשכונת טשעסטער אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס, צווישן אנדערע איבער די שיינקייט פון די הייליגע שטאט קרית יואל, בסיפורי בית צאנז און פון בנו הרה"ק רבי ישעי'לע מטשעחוב זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן היינט זונטאג.
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און געגעבן ספרו לב אהרן סוגיות אויף מסכת פסחים און עס האט זיך פארצויגן א שמועס אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילתו וואס האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א לערענט פאר אין די יעצטיגע וואכן בהיכל ישיבתו, דערנאך האט אים דער רבי ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הגה"צ גאב"ד בואנעס איירעס שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער אידישקייט אין ארגענטינע און איבער די גוטע פירות וואס קומען ארויס פון דארט, ערליכע שוחטים און מלמדים וכו', דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו מראשי הנהלת הקרי' און איבערגעגעבן א באריכט פון די אנטוויקלונגען איבער עטליכע אנגייענדע פראיעקטן לטובת הציבור, און פונעם באנקעט און עסקנים אווענט צווישן ראשי ונכבדי קהלתינו הק' פון איבער גרעיטאר ניו יארק און קאנגרעסמאן מייק לאולער פון מאנסי לקראת די בעפארשטייענדע וואלן, וועלכע איז פארגעקומען אין קרית יואל אין שטוב פון הרה''ח ר' שלמה בוים הי''ו, אים ארויסצוהעלפן אין זיין ווידערוויילונג קאמפיין נאך וואס ער טוט נאכקומען און אויספירן יעדע בקשה פון די היימישע עסקנים, בפרט זיין גרויסע הילף פאר די ישיבות הק' אין ניו יארק, און דיסקוטירן ווייטערדיגע פעולות לטובת יהדות ניו יארק, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פרטים, און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגג' אלול תשפ"ו8/16/2026
שב''ק פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן אברהם יודא ארי' ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו.
- החתן משה אברהם ב"ר יעקב ברי"א קליין הי"ו.
- החתן יחזקאל שרגא בהר"ר נפתלי שטערן שליט"א.
- החתן מרדכי ני"ו ב"ר אהרן דוד יצחק רובינשטיין ע"ה.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' בנציון מאנדעלבוים הי"ו (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 10:05. נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן און אוקריינע. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: האדמו"ר מלייפניק שליט"א פון בני ברק.
- כל מקדש: הרב הגאון ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהלתינו לינדען.
- מנוחה ושמחה: הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א (בני ברק).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילתו.
- קה אכסוף: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
- ברכת המזון: האדמו"ר מלייפניק שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ו' אלול.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב יצחק מאשקאוויטש הי"ו (בית שמש).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אויך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר, און געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
- אז ביום השביעי: בעל שמחה הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 2:00.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 9:45.
- ברכות: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו (ב''פ).
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א (ב"פ).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין הי"ו (וומסב''ג).
עליות.
- כהן: ר' יואל ברי"א פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: הרה"ח ר' יואל יו"ט יאזשעף הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א.
- רביעי: החתן יואל ברוך ב"ר יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן אליעזר זוסמאן בהר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו.
- ר' מענדל גרשון בר"ש פריעדמאן הי"ו.
- ר' יוסף מרדכי אבערלענדער הי"ו.
- ר' יואל נתן פריעדמאן הי"ו.
- ר' יקותיאל יצחק מייזעלס הי"ו (וומסב''ג).
- שביעי: החתן משה אברהם ב"ר יעקב ברי"א קליין הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן אברהם יודא ארי' ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו - באווארפען.
- החתן יחזקאל שרגא בן הר"ר נפתלי שטערן שליט"א - באווארפען.
- החתן אלימלך ב"ר אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו.
- החתן מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא די וואך פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף מאיר שטערן הי"ו (מאנסי).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ז פרידריך הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
ביים קידושא רבא בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל הרב יואל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין מאנסי.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם יושע עסטרייכער שליט"א (לאנדאן).
- כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק ו'ה' א'מר ל'כם ל'א תספון לשוב בדרך הזה עוד' וואס די דורשי רשומות זאגן אז די ר"ת איז אלול, און נאכגעזאגט די סיבה פארוואס משיח קומט נישט נאך א חודש אלול ותשרי ווען כלל ישראל איז עוסק בתשובה ותיקון המעשים איז וויבאלד נאך די הייליגע טעג איז ושבו בנים לגבולם און יעדער גייט צוריק צו זיינע אלטע דרכים און מען האלט נישט איין די קבלת טובות, זאגט אבער דער ייטב לב אז די עצה יא צו קענען בלייבן מיט די קבלת טובות איז עוסק צו זיין בתורה און דאס מאכט אז מען זאל קענען עומד זיין אויף די קבלת טובות אויף א גאנץ יאר.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו (מאנטרעאל).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן בריעף הי"ו (מאנסי).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא ו' אלול די וואך.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.
ארום 12:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגא' אלול תשפ"ו8/14/2026
פרייטאג ערש''ק שופטים ב' דר"ח אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ש גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
ביים אנקומען אין ישיבה האבן אפגעווארט אינדרויסן די קלענערע קינדער וועלכע זענען סטאנציענירט אינעם בנין הישיבה קטנה, דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר אהרן זילבערשטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שלמה ראובן ג'ברא הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל.
נאך ברכו נפשי האט מען געזאגט לדוד ה' אורי וישעי, כנהוג.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז מען דארף האבן א זכי' צו קענען נתעורר ווערן לתשובה פון תקיעת שופר און דאס קען מען צוקומען דורך לימוד התורה, און מעורר געווען די בחורים אויסצוניצן חודש אלול צו איבערחזר'ן די לימודים פון א גאנץ יאר, און מסיים געווען בברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג שופטים - א' דר"ח אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר אהרן וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר יעקב יושע קליין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז לימוד התורה איז די בעסטע מליץ יושר ביים יום הדין און דאס איז די פאסיגסטע הכנה חודש אלול, און מסיים געווען בברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו און הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
צווישן די חופות איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו צום יערליכע מסיבה לטובת מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן און אוקריינע, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די לעצטיגע פעולות לטובת די פליטים, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר די אנדערע חברי הנהלה.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר עקשטיין הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אריין צו די תנאים פון די מחותנים, הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמואל מרדכי שטיין הי"ו, דער רבי האט געלייענט די תנאים און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' לוי יצחק גרינבערג שליט"א אב"ד מיהאלאוויץ לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ל פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים יחזקאל לאזאר הי"ו.
- ב"ר יעקב פעלדמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב חיים פאללאק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
ארום 1:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אמירת יום כיפור קטן כנהוג אום ער"ח אלול, און געזאגט מיט א שטארקע התעוררות ובכי בפרט ביי אמירת ווידוי דרבינו נסים.
- בעל תפילה: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:45.
ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען אינעם טהרה שטיבל בבית החיים דקרית יואל און מנחם אבל געווען האחים האדמורי"ם מקשאנוב שליט"א היושבים ע"פ אמם הרבנית מקשאנוב ע"ה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי ומנהגי בית צאנז און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ס''ת דורך תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה לע"נ הב' יהודה ע"ה בהר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א פון בני ברק ממציוני תלמידי הישיבה.
ארום 4:50 האט דער רבי ארויסגעפירט די ס''ת פון ביתו נאוה קודש, דער רבי האט געטאנצן מיטן ס''ת בביתו נאוה קודש עטליכע מינוט און דערנאך ארויסגעפירט די ס''ת לרחובה של עיר און געטאנצן אינטער די חופה פאר עטליכע מינוט, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 6:40 איז דער רבי ארויף להיכל המתיבתא סניף ויואל משה צום הכנס"ת, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש כנהוג, און דערנאך מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, די בני המשפחה און די חברי הנהלת המתיבתא צו טאנצן, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. און דערנאך געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 7:15.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:20 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברי"מ דייטש הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.
- הרה"ח ר' מרדכי יושע לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ארי' האללענדער הי"ו.
- הרה"ח ר' ברוך יוסף ברוין הי"ו און הרה"ח ר' דוד בלום הי"ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ א קבוצה דעוועלאפער'ס בעלי בתים וועלכע פארמאגן אין זייער באזיץ הונדערטער אקער לאנד אין מאנטיסעלא מיטן פלאן צו בויען אין די קומענדיגע יארן קרוב צו דרייצן טויזענט דירות! און האלטן שוין אין די לעצטע פאזעס פון באקומען פערמיטן צו בויען די ערשטע עטליכע טויזענט דירות פאר ביליגע פרייזן פאר חרדי'שע אידן, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען פילע דעטאלן איבער די מאסיווע פלענער און גאר ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים הערש פישער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך די תלמידי הישיבה, לע"נ הב' יודא ע"ה בהר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א פון בני ברק - ממציוני תלמידי הישיבה.
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און הבה"ח שאול ב"ר אלימלך בראך ני"ו האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד.
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, און מען האט ממשיך געווען בנגוני התעוררות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פאר הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א און די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט בטירחא דגופא ובטירחא דממונא און געשריבן א ספר תורה פאר א חבר מתלמידי הישיבה וואס איז א גרויסע זאך פאר די נשמה, ובפרט פאר איינער וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, בראשית איז די אותיות ב' ראשית וואס גייט ארויף אויף די צוויי תורות, תורה שבכתב און תורה שבע"פ, תורה שבכתב האט מען שוין מקיים געווען, און מעורר געווען אויסצוניצן די לעצטע חודש ביז סוף זמן צו חזרן די תורה שבע"פ, די לימודי הישיבה במסכת בבא בתרא, או מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א לענגערע צייט, הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א איז געגאנגען גלילה, לבישת החגורה: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו, לבישת המענטעלע: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א, נתינת הכתר: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו - חברי הנהלת המתיבתא.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען דער דיין שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה און דערנאך ממשיך געווען מיט די ריקודין.
מען האט געענדיגט ארום 6:20,
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חיים יושע כ"ץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שלמה זלמן ברילל הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יחזקאל יחיאל מיכל מעזעי הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם משה ראזענבערג הי"ו.
- ב"ר אברהם ג'ברא הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש
ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' יצחק יואל שטיין הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן אין ניו יארק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין לאנדאן, און ער האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו החדש אויף הלכות טהרה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש - נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג שופטים - כ''ו מנחם אב הילולא קדישא פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל אפפעל הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל אלטר גאלדשטיין הי''ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין ישיבה על קברו היכל המתיבתא סניף דברי יואל, סמוך ונראה צום ציון המצויינת, אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש ותלמידי המתיבתא.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט ביים עמוד, און יורד געווען לפני התיבה ביומא דהילולא בהתעוררות רב.
עטליכע מינוט נאכן דאווענען ארום 12:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט געמאכט דעם סיום ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא און געזאגט קדיש, מען האט געזינגען נגוני התעוררות ודביקות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט משמיע געווען דב''ק הכנה והתעוררות איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש אויפן פסוק 'צדק צדק תרדוף וירשת' און געטייטשט אז משה רבינו וואס איז געווען א שר האט אבער באקומען דעם כח פון א עבד וואס האט שטענדיגע צוטריט צום מלך צו קענען פועל'ן ישועות, דאס זעלבע רביה"ק בעל הילולא זיע''א און מיט דעם קען ער פועלן ישועות און משפיע זיין פאר כלל ישראל, און ארומגערעדט איבער די מתיבתא הקדושה וואס איז א המשך פון די ישיבה וואס רביה"ק זיע''א האט אויפגעשטעלט און וואס דאס מיינט פאר א תלמיד הישיבה, און ממשיך געווען איבער די פילע בקשות וואס כלל ישראל איז מתפלל היינט ביומא דהילולא סיי בעניני רוחניות, און בגשמיות זה בכה וזה בכה, רפואות, בזכות פונעם בעל הילולא האפט מען אויסצופועלן אלעס גוטס, ובפרט די גאולה השלימה אויף וואס רביה"ק זיע''א האט אלץ מתפלל און מעורר געווען און פארגאסן טייכן טרערן אויף דעם, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די מסיבת לחיים ארום 1:15 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון המצויינת, אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש און די תלמידי המתיבתא.
ביים אנקומען אין ביה''ח האט דער רבי געמאכט די ברכה, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה ליכט, און געזאגט די תפילה 'שלום עליך' פונעם ישמח משה זיע''א, און דערנאך פארגעזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי"ר בהשתפכות הנפש, דערנאך האט דער רבי געלערנט פרקי משניות און געזאגט קדיש דרבנן.
רבינו שליט"א האט געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, בשעת מ'האט געזונגן ניגוני התעוררות וואס פלעגט געזינגען ווערן בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא, דערביי האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ספעציעלע קוויטל פון די נדבנים פון 'קרן קרית יואל', דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט אלע נעמען און אראפגעלייגט די קוויטל ביים ציון הק', דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף ציון הק' א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 2:15.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, צו די חאלאקע פון בנו הילד יואל ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 3:00.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול. דער רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.
נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד צו די צענטראלע סעודת הילולא פונעם בעל הילולא זיע''א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מאריך געווען שלחנו הטהור, און דאן געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט דעם הדרן און קדיש, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב''ד הוניאד קר''י.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'צדק צדק תרדוף וירשת' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א, און איבער גדלתו וצדקתו, מיט זיין אש להבה פון יראת שמים איז ער אנגערופן געווארן א עבד פון הקב"ה און כל הקונה עבד עברי לעצמו כאילו קונה אדון לעצמו האט ער געהאט די כח פון צדיק גוזר והקב"ה מקיים און משפיע זיין ישועות און מבטל זיין גזירות פון אידישע קינדער, זיינע תלמידים וואס ער האט אויפגעשטעלט א קהילה יראים ושלמים א מוסד תורה ויראה און ב"ה שטייענדיג צענדליגע יארן נאך זיין פטירה וואקסן די מחנה אלקים, ערליכע בעלי בתים, נשים כשירות וצניעות, און דאס איז אלעס זיין השפעה יראת ה' טהורה עומדת לעד, ובפרט אין קרתא קדישא הדין בעיר קרית יואל וואס איז לשמו ולזכרו וואוינען שוין היינט קרוב צו ניין טויזענט משפחות אלעס ערליכע אידן וואס גייען אין זיינע דרכים, און מעלה געווען זכרונו הטוב פון אביו רביה"ק זיע''א וועלכע האט אריינגעלייגט אזויפיל כוחות ממשיך צו זיין די ארבעט און די ירושה פונעם פעטער ז"ל אין קרית יואל.
דער רבי האט ממשיך געווען בדברים העומדים על הפרק איבער די פילע דירות פראיעקטן וועלכע בויען זיך און גרייטן זיך צו ווערן געבויעט אין אלע זייטן פון קרית יואל וואס וועט צוברענגען קרוב צו פיר טויזענט נייע דירות אין די קומענדיגע עטליכע יאר, און אלעס פאר די פרייז פון 300 דאלער א סקווער פיס! און עס וועט זיין לתפארת קר"י און פונעם מייסד העיר זיע''א.
דערביי מבשר געווען די בשורה טובה אז מען האט ב"ה ערהאלטן פארגאנגענע וואך די פערמיטן פאר די נייע קריה אין מאנטיסעלא פאר די ערשטע 200 דירות ספעציעל פאר אנ"ש, און וועט גערופן ווערן 'קרית משה' לשמו ולזכרו פון אביו רביה"ק זיע''א, און וועט זיין נאך ביליגער ווי קרית יואל.
דאן האט דער רבי מיט ווייטאג ארויסגעברענגט די שקרים וכזבים וואס מוכרים רעדן איין פאר די קונים, סיי מיט די גרויסקייט פון די דירה און מיט די שטייערן וכו', דאס איז אונאה, א איסור דאורייתא און דערביי דערציילט א מעשה שהיה אז א איד האט געקויפט א דירה אין קרית יואל המורחבת ווי דער מוכר האט אים געזאגט אז די שטייערן זענען זעקס טויזענט דאלער א יאר און למעשה איז עס זיבעצן טויזענט דאלער!.
דער רבי האט אפעלירט צו די אלגעמיינע חסידישע גאס פון איבער גאנץ ניו יארק וועלכע פלאגן זיך צו קויפן א דירה צוליב די טייערע פרייזן אז מען זאל זיך אויפהייבן און זיך אריבערציען קיין מאנטיסעלא ווי עס בויען זיך יעצט אריבער דריי טויזנט נייע דירות פאר גאר ביליגע פרייזן.
דער רבי האט ממשיך געווען איבער די ביליגע שמחה זאלן וועלכע זענען געבויעט געווארן אין קר"י סיי פאר חתונות און סיי פאר שבת שבע ברכות, א דבר טוב מאוד, און מבשר געווען א בשורה טובה אז מען וועט קענען באקומען א הלואה פון פערציג טויזענט דאלער מיט קליינע תשלומין פון פינף הונדערט דאלער א חודש ספעציעל פאר די וועלכע שטעלן זיך צו צו די שלוה תקנות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן דאס צושטאנד געברענגט.
דערנאך ארומגערעדט דברי הכנה צו חודש אלול מרבה זיין בלימוד התורה און זיין אנגעשלאסן אין איינע פון די חברות פון קהלתינו הק' בקביעות גמור, די חורבנות וואס קומען ארויס פון די טמא'נע כלים, און דערמאנט די דרשה פון רביה"ק זיע''א שבת פרשת שופטים תשכ"ה פאר קריאת התורה איבער די פרישע מאדעס ביי לבושי נשים סיי די שייטלען און סיי די דורכזיכטיגע זאקן, און מחזק געווען די תקנת פון מוסדותינו הק', און דערביי געבעטן הנהלת קהלתינו אין וומסב''ג אז זיי זאלן איבערדרוקן די פייערדיגע דרשה, און ממשיך געווען איבער די מלחמה לה' בעמלק וואס רביה"ק בעל הילולא זיע''א האט געפירט מיט די טומאת הציונית און נאכגעזאגט זיינע הייליגע ווערטער וואס דער רבי האט אליינס געהערט אז ער האט מורא אז עס וועט קומען א צייט וואס א ערליכע איד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל צוליב די גזירה פון גיוס בני ישיבות, איז ארויסגעברענגט די שווערע מצב וואס מען געפינט זיך, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס זענען דא אזעלכע וואס זענען גרייט צו מאכן פשרות און סעלעקציעס, און דאס איז חוץ מזה וואס אזא געזעץ וועט במילא נישט אדורכגיין די בג"ץ הציוני און עס איז א שאד צו פאפן זיך אדער אנדערע, נאר מען דארף זיך אפטיילן אינגאנצן פון זיי, און מחזק געווען די מוסדות עטה"ק און בפרט מוסד הק' קרן הצלה - וועלכע איז די לעצטע מוסד וואס רביה"ק זיע''א האט מייסד געווען לפני פטירתו - וועלכע העלפט ארויס אלע מוסדות עטה"ק, און דערמאנט לשבח די עסקנים פון מוסדות יטב לב - וועלכע איז די ערשטע מוסד וואס רביה"ק זיע''א האט מייסד געווען נאך די מלחמה - וועלכע האבן אוועקגעשטעלט די מוסד אויף די רעלסן און געהעכערט די תמיכה און ב"ה מען האט שוין עטליכע חדשים באצאלט די געהאלט אין צייט, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים און נדבנים, און מסיים געווען בשבח פון די מתיבתא הקדושה וועלכע געפינט זיך על קברו און מעורר געווען אנ"ש צו שטיצן די ישיבה ברוח נדיבה און געענדיגט מיט ברכות לרוב.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 10:40.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת ראה - מברכים חודש אלול - שבת לפני הילולא קדישא של רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
- החתן שלום ב"ר משה ברוך כ"ץ הי"ו.
- החתן מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 10:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- כל מקדש: הרה"ג ר' מנחם יודא גאטליעב שליט"א אב"ד ניאמץ וומסב''ג.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' דוד יואל כוואן שליט"א ראה"כ בארגענטינע.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור.
- קה אכסוף: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ).
- ברכת המזון: הגאון רבי אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א בן הגאון הגדול מרא דארעא קדישא שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון דודו מרן רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס די יארצייט געפאלט זונטאג כ"ו אב.
- קה רבון עלם: הר"ר יחזקאל יואל סאמעט שליט"א (וומסב''ג).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 2:05.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.
פארן ליינען איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש אויף צד מזרח, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
- הולכת הס"ת לבימה: הר"ר ישראל ידא ווערצבערגער שליט"א.
עליות.
- כהן: החתן שלום ב"ר משה ברוך כ"ץ הי"ו - באווארפען.
- לוי: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.
- שלישי: החתן מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן אלימלך ב"ר אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן יעקב בן הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' אברהם שמעון גלאנץ הי"ו.
- ר' חיים שלמה פארקאש הי"ו.
- ר' אייזיק הערש בר"י שפילמאן הי"ו.
- ר' שמעון ב"ר יעקב רייך הי"ו.
- ר' שמואל דוד קליין הי"ו.
- ר' משה ב"ר יואל בר"ש ראזענפעלד הי"ו.
- ר' אביעזר מרדכי ברב"ז שווארטץ הי"ו.
- שביעי: החתן משה יואל ב"ר שלמה מענדלאוויטש הי"ו.
- הוספה: החתן הערשל בהר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
- אחרון: החתן שמואל זאנוויל בן הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' ישראל אלעזר טאבאק הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה מענדלאוויטש הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
- החזרת הס"ת: הרה"ח ר' חיים מרדכי געשטעטנער הי"ו (ב"ב).
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא כ"ו אב.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו (מאנסי).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שלמה קעסטענבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו פרקי אבות בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה כ' 'יהודה בן תימא אומר הוי עז כנמר וכו' יהי"ר שיבנה ביהמ"ק במהרה בימינו ותן חלקינו בתורתך' און געטייטשט אויף אכט אופנים בדרך דרוש אגדה ומוסר.
ביים סוף ארומגערעדט איבער די מהודר'דיגע קרית יואל'ע עירוב וועלכע נעמט ארום קרית יואל און אלע שכונות ארום קרית יואל צו א סך הכול פון צענדליגע מיילן, און ארויסגעברענגט די פראבלעמען וואס פלעגן זיך מאכן בעפאר עס איז געווען איין גרויסע עירוב, און אזוי אויך איז די עירוב מאחד גאנץ קרית יואל כאיש אחד, און מעורר געווען אנ"ש צו שטיצן די וועד העירובין ברוח נדיבה צו קענען אהערשטעלן איין גרויסער 'עירוב קרית יואל' און ארויסהעלפן די גרויסע הוצאות וואס דאס קאסט אפ וועכענטליך, צו בודק זיין, פאררעכטן, וכו', און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 8:05 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:40.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה יואל פריעדמאן הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יעקב חיים פאללאק הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).
- שלישי: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפען.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה וקללה' און געטייטשט אז דאס אז שכר מצוה בהאי עלמא ליכא דאס איז נאר אויב מען האט א דין עבדים למקום, אבער אויב האט מען א דין בנים למקום איז יא דא שכר בהאי עלמא, אבער אויב האט מען א דין בנים למקום איז יעדע עבירה וואס מען טוט סאך הארבער, און מאריך געווען בדברי מוסר לקראת חודש אלול הבעל"ט און שטארק מעורר געווען צו מאכן א עכטע חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט און זיך צוגרייטן צום יום הדין כדבעי, און אז מען וועט זוכה זיין צו א געהויבענע אלול וועט מען זוכה זיין צו א לעכטיגן חודש תשרי און ארויסגיין זכאי בדין און האבן א גוט יאר.
- ידיד נפש: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א.
- קל מסתתר: הגה"צ ר' ברוך בערגער שליט"א ממישקאלץ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען ליל הילולא קדישא כ''ו אב.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:00.
ארום 12:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט אפגעקויפט די זכות פונעם ארון הקודש ופרוכת בבנין החדש פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה מאנסי, עס האט זיך פארצויגען א שיינע שמועס איבער די בליה און וואוקס פון קהילתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי, און הרה''ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - חבר הנהלת הישיבה האט געגעבן א באריכט פון די בוי ארבעט אויפן ערשטען פאזע פונעם בנין וועלכע מען גרייט זיך צו עפענען קומענדיגע וואך.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ד מנחם אב תשפ"ו8/7/2026
פרייטאג ערש''ק ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר בער רובינפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א בבנין הת"ת בנין גאלדשטיין. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב ב"ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און מעורר געווען די בחורים אויסצוניצן די לעצטע חודש ביז סוף יאר מיט מער לימוד התורה און מיטן אויפשטיין פארטאגס לערנען, און מסיים געווען בברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.מפארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישעי' אייגנער הי"ו.
- ב''ר יקותיאל יודא מאלאח הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש הנגיד הטפסר ר' ראובן (רובי) שארון הי"ו פון פלעטבוש אינאיינעם מיט בני משפחתו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די בית השחיטה און די מקוה טהרה נאכן באזוכן דארט בעפאר, און איבער די ביליגע פרייזן צו מאכן שמחות אין קר"י, דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן און זיך באדאנקט פאר זיינע גרויסע נדבות למען הכלל והפרט, ובפרט פאר די קופת הצדקה פון הרבנית הצ' תליט"א, און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן.
ארום 7:20 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש צום שמחת פדיון הבן פון נכדו, בן הנולד אצל הרב יואל טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, און מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און האדמו"ר מדאמבראווע שליט"א.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך איז פארגעקומען די פדיון הבן, אלץ כהן הפודה האט געדינט הר"ר יחיאל גלאנץ שליט"א חתן הרה"צ רבי שלום האלבערשטאם שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב יואל טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און טועם געווען מזונות און פיש, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און געטייטשט אז ביי א פדיון הבן איז הקב"ה אויך מוחל אלע עבירות פון אלע משתתפים אזוי ווי ביי א ברית, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 9:00 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברב"י ווייס הי"ו און הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרב יהודה גארמי שליט"א הויפט רב פון איראן אינאיינעם מיט חברי הנהלת מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער אידישקייט אין איראן היינט צוטאגס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:30 איז דער רבי אריין אינעם נייעם ביהמ''ד בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה וחנוכת הבית אינאיינעם מיט די פילע נייע שטובער און איינריכטונגען וועלכע זענען געבויעט געווארן לטובת אלפי אנ"ש הבאים אל הקודש פנימה.
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג מיט א ברכה און דערנאך מכבד געווען די ראשי הקהילה און די נדבנים צו קלאפן א מזוזה אויף די איבריגע שטובער, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי הקהילה נדבנים און עסקנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט מיט קורת רוח אז מען האט אהערגעשטעלט דא אינעם שטוב פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א א בית וועד לחכמים ארויסצוהעלפן אידן בעת שמחתם און ערמעגליכן צו מאכן תנאים'ס און שבת שבע ברכות פאר שטוינענד ביליגע פרייזן, און מסיים געווען בברכות לרוב.
אויך איז אריין בקודש פנימה עסקני מרכז עזרה ויועץ אינאיינעם מיט ר' נתן ראזענבלאט הי"ו פון ירושלים - א גרויסע לויער למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס און שטייט אלץ צו די הילף פאר מרכז עזרה ויועץ, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילע פעולות און מהלכים וואס מען באניצט זיך ארויסצוהעלפן טויזענטער בחורים פונעם גזירת הגיוס, און ער האט זיך דערביי שטארק באדאנקט פאר די הילף וואס חסידי סאטמאר שטעלן צו מיטן בויען נאך און נאך אפיסעס ארויסצוהעלפן ווי מער בחורים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א און הר"ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"א אבראמאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ש שניטצער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברד"א גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענפעלד הי"ו.
- הר"ר יואל אקער שליט"א און הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו.
ארום 10:10 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די שמחת קישור החיתון פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, החתן בן הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד צישענוב קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער מנהגי נשואין ביי רבותינו הק' זיע''א לבית סיגוט און צאנז.
מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בני משפחה, און פארן גאנצן ציבור, צום סוף האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה ובני המשפחה און פאר אחותו הרבנית ממאנטרעאל תליט"א, מען האט געענדיגט ארום 10:30.
אויך איז פארגעקומען בקו''פ א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ חברי הנהלת מוסדות החינוך פון מאנטיסעלא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בליה און וואוקס פון די מוסדות התורה איבער די גאנצע יאר, און איבער די פילע נייע תושבים וועלכע האבן זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטיסעלא נאך די רוף פון רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא פארגאנגענע כ"ו ניסן פאר כלל חסידי זיך אריבערצוציען פון ברוקלין קיין מאנטיסעלא, און דער רבי האט זיי מאציל געווען צברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים שלמה קרויס הי"ו.
- ב"ר שמואל שאלילאף הי"ו.
- ב"ר אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר ברוך מרדכי רייך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' צבי מרדכי מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' יצחק האכהייזער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברי"מ לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' עזריאל בלומענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:05 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יוסף יצחק ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ שבט הלוי מאנסי אינאיינעם מיט עטליכע עסקנים פון די 'הגיבורים' ארגענעזאציע לעניני טעכנעלאגיע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות פון די ארגענעזאציע און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת 'מוסדות קרית יואל' און האבן איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א פונעם היינטיגן באזוך דורך די הויכגעשעצטע גאווערנער האוקל אין מחנה בית רחל ווי זי איז ענטפאנגען געווארן מיט די ריכטיגע כבוד דורך די טויזענטער תלמידות און מען האט איר באדאנקט פאר איר הילף לטובת החינוך, און באזונדער אויסגעשמועסט די דעטאלן פונעם נאכפאלגנדער זיצונג מיט די עסקנים אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים לטובת אחב"י תושבי ניו יארק בכלל און תושבי קר"י בפרט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל נפתלי הירצקא גלאנץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א און הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שלמה מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א און הרה"ח ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע"ה אין די זאלן פון גינת קליין.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש מיט די רבני וועד לטהרנו דקהלתינו הק', מען האט א לענגערע צייט דן געווען איבער די שטארקע הצלחה בנוגע טעכנעלאגישע כלים מיטן הכשר פון וועד הקהילות, דער רבי האט אויסגערימט די פעולות פון וועד הקהילות און איבערגעגעבן הוראת קדשו צו שטיין ווייטער על המשמר מיט א פאראייניגטן כח אינאיינעם מיט אלע קהילות און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:35 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי פנחס פריעדמאן שליט"א ראש הכוללים דחסידי בעלזא בארה"ק, אינאיינעם מיט חתנו הרה"ג ר' משה שטעסל שליט"א מדייני בעלזא ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכות טריפות, און איבער די נייע בעלזא שטעטל וועלכע בויעט זיך יעצט אין אמעריקע, דערביי האבן די דיינים ארויסגעברענגט די שטארקע אפקלאנג וואס די דרשות פון רבינו שליט"א האבן בנוגע וואס דער ציל פון האבן א אייגענע שטעטל און וואס מען דארף זיכער מאכן ביים בויען א נייע אידישע שטאט, ובפרט נישט צו בויען נעבן א עקזיסטירנדע חסידישע שטעטל וואס מאכט חרוב יענעמס הארעוואניע און יענעמס צילן פון בויען א עקסטערע שטעטל, און דאס האט א שטארקע השפעה אויף אלע ערליכע קהילות, הגה"צ רבי פנחס שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו בשבילי פנחס און דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן על מס' הש"ס און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מסקאליע 18 שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, האדמו"ר מסקאליע שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספר מעין גנים פון זקינו הרה"ק מסקאליע זצ"ל וואס איז לעצטנס איבערגעדרוקט געווארן, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל קאסירער הי"ו (מאנסי) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר צבי ווייס הי"ו.
- ב"ר יצחק שניטצער הי"ו.
- ב"ר אליעזר וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו.
- ב"ר ישכר מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ישראל מאיר שפילמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם מאיר שווארץ הי"ו.
- ב"ר אליעזר ארי' יונגרייז הי"ו.
- ב"ר חיים רחמים סרוגא הי"ו.
- ב"ר דוד וויינבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט שלום גענומען פון רבינו שליט"א הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד.
אויך איז אריין בקו''פ הר"ר מרדכי דוב מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר' אהרן שליט"א ונכד הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו פרי חמד אויף רבית, דער רבי האט מעיין געווען דערין א שטיק צייט און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:00 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די 'חומש סעודה' פאר די 550 תלמידי כתה א' בליע"ה פון אלע סניפים פון מוסדות קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון תשב"ר און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל, ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם מעמד, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א קורת רוח, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויף די יערליכע באזוך אין מחנה בית רחל.
ביים אנקומען ארום 2:45 איז דער רבי אריבער אינעם נייעם ביהמ''ד פון די קאנטרי 'בית אברהם אבא'. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבני המחנה און זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, פאר די רבני המחנה, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בשבח פון הנהלת המחנה וועלכע גיבן זיך אוועק פאר די תלמידות הבית רחל אז זיי זאלן קענען נתחנך ווערן אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות ע"ד המסורה לנו, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, ביים ענדיגן האט דער רבי געגעבן פאר הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, ספרו לב אהרן אויסצוטיילן פאר די לומדי הכולל שע"י מחנה בית רחל.
דערנאך ארום 3:05 איז דער רבי אריבער צו בנין שערי שלוה ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזענטער תלמידות בית רחל, דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב''ק והדרכה בעניני צניעות, און מסיים געווען בברכות קדשו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א און געבעטן דעם רבי'ן בשם די טויזענטער תלמידות אז דער רבי זאל אינזינען האבן די תלמידות אין די ימי הרחמים והרצון מען זאל קענען שטייגן בתורה ויראת שמים און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו איינע פון די דארמעטארי בנינים, און זיך אומגעקוקט אויף די שלאף צימערן, דערביי האט דער רבי געבעטן די הנהלת המחנה מ'זאל זיך אריינלייגן צו פארברייטערן די דארמיטארי בנינים צו קענען אהערשטעלן שלאף צימערן פאר די תלמידות אויף א מער א רחבות'דיגע פארנעם, און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת המוסדות און חברי הנהלת המחנה, מען האט געענדיגט ארום 3:30.
פון דארט איז דער רבי געפארן קיין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא צו די שמחת הכנסת ספר תורה לע"נ הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ הקריה.
ארום 3:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני תורה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקריה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר
די פילע אנוועזנדע רבנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק די שמחה פון א סיום כתיבת ספר תורה, און מאריך געווען בשבח המקום וועלכע איז א הערליכע ווינקל א מקום שהכול פונים בה במשך די זומער וואכן, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הקריה וועלכע שטעלן צו אלע געברויכן פארן ציבור במשך די לעצטע 27 יאר וואס די קריה איז געגרינדעט געווארן, דער רבי האט דערמאנט דעם חשובן דיין הגה"צ רבי לייבוש זצ"ל וועלכע איז געשטאנען בראש פון די קריה במשך אלע יארן, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר בנו דומ"ץ הקריה וועלכע גייט אין די דרכים פון זיין טאטע און איז עוסק לדון ולהורות פארן גאנצן ציבור, און מסיים געווען בברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, מען האט געענדיגט ארום 4:25.
דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום המספיק רעזארט אין די קעטסקילס, דער רבי איז צום ערשט אריין אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו אינעם רעזארט אויף א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די פילע דירות פראיעקטן וועלכע בויען זיך אין די קעטסקילס און איבער די פילע פעולות פון די המספיק ארגענעזאציע, צווישן אנדערע די קעמפ 'ממתקים' פאר פילע תלמידות פון המספיק אוו ראקלענד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו, און פאר הר''ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט''א מנהל מחנה ממתקים.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין פון קעמפ ממתקים און זיך אומגעקוקט אינעם נייעם צוגעבויטן פליגל פונעם בנין און אריין אין זאל ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידות און די איינגעשטעלטע פונעם קעמפ.
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א און מקבל געווען פני רבינו שליט''א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק פאר די תלמידות און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון ארויסהעלפן חולי ישראל, און האט דערמאנט לשבח פון הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט דעם מוסד און טוט אזויפיל פאר חולי ישראל שוין פאר לאנגע יארן, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 5:00.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון עטרת ווערטהיימער אינעם רעזארט ווי עס איז פארגעקומען דער סיום מסכת שבת - תלמוד ירושלמי במסגרת חבורת תורתך שעשועי. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיטן נואם הכבוד הרה"ג ר' נח אייזיק איילבוים שליט"א אבד"ק הומנא, און מען האט געזינגען חרוזים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק די שמחה ביי א סיום מסכת איז נישט נאר אויף די מסכת וואס מען האט געענדיגט נאר אויך פרייט מען זיך אז מען הייבט אן א נייע מסכת, און ארומגערעדט בשבח פון די מסיימים וואס א גרויס חלק האבן שוין מסיים געווען גאנץ ש"ס תלמוד בבלי, און אנגעוואונטשן מען זאל קענען מסיים זיין גאנץ תלמוד ירושלמי און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת חבורת תורתך שעשועי און פאר אלע לומדים.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון ורוח החיים פון חבורת תורתך שעשועי.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פראכטפולע מקוה מיט אירע קרוב צו 300 זיץ פלעצער. און ארום 5:30 האט דער רבי פארלאזט די רעזארט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א און הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ישראל מאיער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם פארקאש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד החדש בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מנחה איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג און הרה"ח ר' חיים עלענבויגן הי"ו.
- הר"ר הערש אלימלך רובינפעלד שליט"א און הר"ר יואל ברמ"ג שפיטצער שליט"א.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:10 ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' צבי אביגדור פעקעטע שליט"א אבד"ק נאפקאר און האט איבערגעגעבן ספרו החדש אמרי טל מיט א קיצור פונעם ספר שמלה חדשה אויף הלכות שחיטה, דער רבי האט מעיין געווען דערין א שטיק צייט און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ט מנחם אב תשפ"ו8/2/2026
שב''ק פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערשל בן הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
- קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 10:20. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסד הק' קרן הצלה פאר די מוסדות עטה"ק בארה"ק. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- הגבהת הכוס: הר"ר ישראל הערש ווייס שליט"א.
- כל מקדש: הר"ר שמואל פרענקל שליט"א (ב"ב).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' חיים עזריאל יאזשעף הי"ו (ב"ב).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואכתוב את הדברים אשר היו על הלוחות הראשנים אשר שברת' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טעם כעיקר.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א צו זאגן דברי תורה.
- קה אכסוף: הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגאון רבי אפרים זלמן מרגליות זצ"ל בעמח"ס מטה אפרים וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג כ"ד אב.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלמה קובאלסקי הי"ו (ביתר).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- אז ביום השביעי: ר' יחזקאל טייטלבוים הי"ו (מאנסי).
מען האט געענדיגט ארום 2:05.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40
- ברכות: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלטר פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א, מראה"כ.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו.
- לוי: הגה"צ ר' מרדכי אייזען שליט"א אדמו"ר מליזענסק ב"פ.
- שלישי: החתן משה יוסף ב"ר יואל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
- רביעי: החתן יעקב בהר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א - באווארפען.
- חמישי: החתן משה יואל ב"ר שלמה מענדלאוויטש הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' לייב ברא"ה שפילמאן הי"ו.
- ר' פנחס יוחנן ראטטער הי"ו.
- ר' בנימין יוסף גוטמאן הי"ו.
- ר' אשר אנשיל יאזשעף הי"ו.
- ר' הערשל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
- ר' אברהם ברמ"י סאמעט הי"ו.
- ר' הערש לייב גאטליעב הי"ו.
- שביעי: החתן ליפא בהר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א - באווארפען.
- אחרון: החתן הערשל בהר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א - באווארפען.
- מפטיר: הרה"ח ר' יואל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' עקיבא געשטעטנער הי"ו.
- מוסף: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר שמואל פרענקל שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:45.
- בעל תפילה: הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שרגא יצחק ברי"ח ווייס הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א.
- שלישי: הגה"צ ר' ברוך בערגער שליט"א ממישקאלץ.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש הי"ו (ב"פ).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפען.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה עקב תשמעון את המשפטים האלה' און געטייטשט וואס דער בני יששכר זאגט ע"ד מוסר אז דאס גייט ארויף אויף סוף יאר זיך צו מאכן א חשבון הנפש און זיך צוגרייטן צום יום הדין כראוי, און ממשיך געווען מיטן משל הידוע וואס רבותינו הק' זיע''א פלעגן נאכזאגן הושענא רבא איבער א מלך וועלכע פלעגט קומען באזוכן זיין מדינה און די קלוגע מענטשן פלעגן זיך צוגרייטן ווי עס פאסט און ארויסגיין אפווארטן די מלך בשמחה רבה, משא"כ די נישט קלוגע מענטשן פלעגן אנקומען דעם לעצטן טאג מיט גרויס בושה, מען שטייט יעצט נאך חמשה עשר באב ווען די כרוזים הייבן אן ארויסצוגיין איז יעצט די צייט זיך צוצוגרייטן צו ראש השנה מיט תשובה און תיקון המעשים און אזוי אויספועלן א גוט יאר און נישט ח"ו עס אפשטופן און אנקומען מיט גרויס בושה אין די לעצטע מינוט.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
ארום 12:30 איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, ווי מען האט א לענגערע צייט דן געווען בכובד ראש איבער פארשידענע קאמפליצירטע ענינים בנוגע די שחיטה המהודרת לגסות דקהלתינו הק', דערביי האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בכמה ענינים בהלכה איבער וואס מ'האט דן געווען, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ברוב ידידות.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
