בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ד מנחם אב תשפ"ו8/7/2026

באריכט
זונטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל קאסירער הי"ו (מאנסי) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר צבי ווייס הי"ו.
- ב"ר יצחק שניטצער הי"ו.
- ב"ר אליעזר וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו.
- ב"ר ישכר מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ישראל מאיר שפילמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם מאיר שווארץ הי"ו.
- ב"ר אליעזר ארי' יונגרייז הי"ו.
- ב"ר חיים רחמים סרוגא הי"ו.
- ב"ר דוד וויינבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט שלום גענומען פון רבינו שליט"א הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד.
אויך איז אריין בקו''פ הר"ר מרדכי דוב מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר' אהרן שליט"א ונכד הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו פרי חמד אויף רבית, דער רבי האט מעיין געווען דערין א שטיק צייט און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ארום 1:00 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די 'חומש סעודה' פאר די 550 תלמידי כתה א' בליע"ה פון אלע סניפים פון מוסדות קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון תשב"ר און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל, ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם מעמד, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א קורת רוח, מען האט געענדיגט ארום 1:50.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויף די יערליכע באזוך אין מחנה בית רחל.
ביים אנקומען ארום 2:45 איז דער רבי אריבער אינעם נייעם ביהמ''ד פון די קאנטרי 'בית אברהם אבא'. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבני המחנה און זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, פאר די רבני המחנה, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בשבח פון הנהלת המחנה וועלכע גיבן זיך אוועק פאר די תלמידות הבית רחל אז זיי זאלן קענען נתחנך ווערן אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות ע"ד המסורה לנו, און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, ביים ענדיגן האט דער רבי געגעבן פאר הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, ספרו לב אהרן אויסצוטיילן פאר די לומדי הכולל שע"י מחנה בית רחל.

דערנאך ארום 3:05 איז דער רבי אריבער צו בנין שערי שלוה ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזענטער תלמידות בית רחל, דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב''ק והדרכה בעניני צניעות, און מסיים געווען בברכות קדשו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א און געבעטן דעם רבי'ן בשם די טויזענטער תלמידות אז דער רבי זאל אינזינען האבן די תלמידות אין די ימי הרחמים והרצון מען זאל קענען שטייגן בתורה ויראת שמים און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו איינע פון די דארמעטארי בנינים, און זיך אומגעקוקט אויף די שלאף צימערן, דערביי האט דער רבי געבעטן די הנהלת המחנה מ'זאל זיך אריינלייגן צו פארברייטערן די דארמיטארי בנינים צו קענען אהערשטעלן שלאף צימערן פאר די תלמידות אויף א מער א רחבות'דיגע פארנעם, און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת המוסדות און חברי הנהלת המחנה, מען האט געענדיגט ארום 3:30.

פון דארט איז דער רבי געפארן קיין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא צו די שמחת הכנסת ספר תורה לע"נ הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ הקריה.
ארום 3:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני תורה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקריה.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר
די פילע אנוועזנדע רבנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק די שמחה פון א סיום כתיבת ספר תורה, און מאריך געווען בשבח המקום וועלכע איז א הערליכע ווינקל א מקום שהכול פונים בה במשך די זומער וואכן, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הקריה וועלכע שטעלן צו אלע געברויכן פארן ציבור במשך די לעצטע 27 יאר וואס די קריה איז געגרינדעט געווארן, דער רבי האט דערמאנט דעם חשובן דיין הגה"צ רבי לייבוש זצ"ל וועלכע איז געשטאנען בראש פון די קריה במשך אלע יארן, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר בנו דומ"ץ הקריה וועלכע גייט אין די דרכים פון זיין טאטע און איז עוסק לדון ולהורות פארן גאנצן ציבור, און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, מען האט געענדיגט ארום 4:25.

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום המספיק רעזארט אין די קעטסקילס, דער רבי איז צום ערשט אריין אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו אינעם רעזארט אויף א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די פילע דירות פראיעקטן וועלכע בויען זיך אין די קעטסקילס און איבער די פילע פעולות פון די המספיק ארגענעזאציע, צווישן אנדערע די קעמפ 'ממתקים' פאר פילע תלמידות פון המספיק אוו ראקלענד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו, און פאר הר''ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט''א מנהל מחנה ממתקים.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין פון קעמפ ממתקים און זיך אומגעקוקט אינעם נייעם צוגעבויטן פליגל פונעם בנין און אריין אין זאל ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידות און די איינגעשטעלטע פונעם קעמפ.
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א און מקבל געווען פני רבינו שליט''א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק פאר די תלמידות און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון ארויסהעלפן חולי ישראל, און האט דערמאנט לשבח פון הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט דעם מוסד און טוט אזויפיל פאר חולי ישראל שוין פאר לאנגע יארן, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 5:00.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון עטרת ווערטהיימער אינעם רעזארט ווי עס איז פארגעקומען דער סיום מסכת שבת - תלמוד ירושלמי במסגרת חבורת תורתך שעשועי. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיטן נואם הכבוד הרה"ג ר' נח אייזיק איילבוים שליט"א אבד"ק הומנא, און מען האט געזינגען חרוזים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק די שמחה ביי א סיום מסכת איז נישט נאר אויף די מסכת וואס מען האט געענדיגט נאר אויך פרייט מען זיך אז מען הייבט אן א נייע מסכת, און ארומגערעדט בשבח פון די מסיימים וואס א גרויס חלק האבן שוין מסיים געווען גאנץ ש"ס תלמוד בבלי, און אנגעוואונטשן מען זאל קענען מסיים זיין גאנץ תלמוד ירושלמי און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת חבורת תורתך שעשועי און פאר אלע לומדים.

אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון ורוח החיים פון חבורת תורתך שעשועי.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פראכטפולע מקוה מיט אירע קרוב צו 300 זיץ פלעצער. און ארום 5:30 האט דער רבי פארלאזט די רעזארט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א און הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ישראל מאיער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם פארקאש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד החדש בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

נאך מנחה איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג און הרה"ח ר' חיים עלענבויגן הי"ו.
- הר"ר הערש אלימלך רובינפעלד שליט"א און הר"ר יואל ברמ"ג שפיטצער שליט"א.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:10 ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' צבי אביגדור פעקעטע שליט"א אבד"ק נאפקאר און האט איבערגעגעבן ספרו החדש אמרי טל מיט א קיצור פונעם ספר שמלה חדשה אויף הלכות שחיטה, דער רבי האט מעיין געווען דערין א שטיק צייט און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️