בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ז מנחם אב תשפ"ו8/10/2026

באריכט
מאנטאג שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חיים יושע כ"ץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שלמה זלמן ברילל הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יחזקאל יחיאל מיכל מעזעי הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם משה ראזענבערג הי"ו.
- ב"ר אברהם ג'ברא הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש

ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' יצחק יואל שטיין הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן אין ניו יארק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין לאנדאן, און ער האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו החדש אויף הלכות טהרה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש - נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 456