בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגח' אלול תשפ"ו8/21/2026

באריכט
דאנערשטאג כי תצא

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר מענדל לעווי הי"ו.
- ב"ר משה דוד ב"ר הערשל טעללער הי"ו.
- ב"ר יואל יעקב יודא ווייס הי"ו.
- ב"ר אברהם האפמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך איז פארגעקומען אן אסיפה בחדרו הפרטי מיט די מנהלי המתיבתא ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים בנוגע די קומענדיגע שנת הלימודים הבעל"ט, און דערביי האט דער רבי קובע געווען צו לערנען מסכת כתובות.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת לאנדא היושבים ע"פ אחיהם הרה"ח ר' הערשל לאנדא ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' בנציון ראפאפארט הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברנ"ה שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' חיים מאיר ברש"ד ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"ה בערקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 9:40 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' משה ארי' גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"י לאקס הי"ו.
- הרה"ח ר' מאיר סאקס הי"ו און הרה"ח ר' מאיר נפתלי פערל הי"ו.
- הרה"ח ר' אברהם לייב קליין הי"ו און הרה"ח ר' יצחק דוד שווארטץ הי"ו.

ארום 12:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי נכדו למז"ט דעם זונטאג כי תבא אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית טשערנאביל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

דערנאך זענען אריין בקו''פ הנהלת כולל שומרי החומות, אין שפיץ פון הרה"צ מטאלטשאווע שליט"א מראשי הנהלת הכולל, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די קאמפיין וועלכע קומט יעצט פאר אין קרית יואל לקראת די ימים טובים הבעל"ט, זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די לעצטיגע פעולות פונעם כולל און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 1:45 איז דער רבי אריבער צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, בבית אביו אין שכונת ברך משה, עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די ביטערע גזירות הגיוס וואס שוועבט אויף די טויזענטער בחורים און אברכים אין ארץ ישראל ווי עס װערן ליידער טעגליך ארעסטירט בחורים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן ברכות קדשו. דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 2:05.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 373