בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ב מנחם אב תשפ"ו8/5/2026

באריכט
מיטוואך ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א און הר"ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"א אבראמאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ש שניטצער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברד"א גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענפעלד הי"ו.
- הר"ר יואל אקער שליט"א און הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו.

ארום 10:10 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די שמחת קישור החיתון פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, החתן בן הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד צישענוב קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער מנהגי נשואין ביי רבותינו הק' זיע''א לבית סיגוט און צאנז.
מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בני משפחה, און פארן גאנצן ציבור, צום סוף האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה ובני המשפחה און פאר אחותו הרבנית ממאנטרעאל תליט"א, מען האט געענדיגט ארום 10:30.

אויך איז פארגעקומען בקו''פ א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ חברי הנהלת מוסדות החינוך פון מאנטיסעלא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בליה און וואוקס פון די מוסדות התורה איבער די גאנצע יאר, און איבער די פילע נייע תושבים וועלכע האבן זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטיסעלא נאך די רוף פון רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא פארגאנגענע כ"ו ניסן פאר כלל חסידי זיך אריבערצוציען פון ברוקלין קיין מאנטיסעלא, און דער רבי האט זיי מאציל געווען צברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️