בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ט מנחם אב תשפ"ו8/12/2026

באריכט
מיטוואך שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ל פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים יחזקאל לאזאר הי"ו.
- ב"ר יעקב פעלדמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב חיים פאללאק הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.

ארום 1:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אמירת יום כיפור קטן כנהוג אום ער"ח אלול, און געזאגט מיט א שטארקע התעוררות ובכי בפרט ביי אמירת ווידוי דרבינו נסים.
- בעל תפילה: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:45.

ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען אינעם טהרה שטיבל בבית החיים דקרית יואל און מנחם אבל געווען האחים האדמורי"ם מקשאנוב שליט"א היושבים ע"פ אמם הרבנית מקשאנוב ע"ה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי ומנהגי בית צאנז און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.

נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ס''ת דורך תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה לע"נ הב' יהודה ע"ה בהר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א פון בני ברק ממציוני תלמידי הישיבה.

ארום 4:50 האט דער רבי ארויסגעפירט די ס''ת פון ביתו נאוה קודש, דער רבי האט געטאנצן מיטן ס''ת בביתו נאוה קודש עטליכע מינוט און דערנאך ארויסגעפירט די ס''ת לרחובה של עיר און געטאנצן אינטער די חופה פאר עטליכע מינוט, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 6:40 איז דער רבי ארויף להיכל המתיבתא סניף ויואל משה צום הכנס"ת, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש כנהוג, און דערנאך מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, די בני המשפחה און די חברי הנהלת המתיבתא צו טאנצן, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. און דערנאך געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 7:15.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:20 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברי"מ דייטש הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.
- הרה"ח ר' מרדכי יושע לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ארי' האללענדער הי"ו.
- הרה"ח ר' ברוך יוסף ברוין הי"ו און הרה"ח ר' דוד בלום הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ א קבוצה דעוועלאפער'ס בעלי בתים וועלכע פארמאגן אין זייער באזיץ הונדערטער אקער לאנד אין מאנטיסעלא מיטן פלאן צו בויען אין די קומענדיגע יארן קרוב צו דרייצן טויזענט דירות! און האלטן שוין אין די לעצטע פאזעס פון באקומען פערמיטן צו בויען די ערשטע עטליכע טויזענט דירות פאר ביליגע פרייזן פאר חרדי'שע אידן, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען פילע דעטאלן איבער די מאסיווע פלענער און גאר ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️