מסיבת לחיים בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל לרגל שמחת קישור החיתון פון החתן נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פרע"ח הרב יואל דושינסקיא שליט"א ממצויני תלמידי הישיבה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ור"מ בישיבה.
מאנטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - בן הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין וומסב''ג. - ב"ר משה יודא ברמ"ז הירש הי"ו. - ב"ר דוד ארי' גאלדבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ד'.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום מסיבת לחיים רבתי לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ור"מ בישיבה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה, דער מנהל הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א און די מחותנים הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז ווען עס איז מצא אשה מצא 'טוב' דארף זיין 'טוב' להודות לה', און בשבח פונעם חשוב'ן שידוך ממשפחתי ומבית אבי אן אייניקל פונעם זיידן הגה"ק דער ייטב לב זיע"א און הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א און קרובים כמה פעמים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. דערנאך האט דער חתן געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' שלמה לייב גרובער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"מ ראזענבערג הי"ו. - הרה"ח ר' יעקב קליין הי"ו און הרה"ח ר' חיים מאיר ווייס הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ המשפיע הרה"ג ר' אשר זעליג מרגליות שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זיין זיידן הגה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגח' טבת תשפ"ו12/28/2025
באריכט
שב''ק פרשת ויגש - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו, החתן הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים. - החתן יודא אלימלך ב"ר חיים קארנבלי הי"ו. - החתן אליקים ב"ר אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.
א האלבע שעה נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר נכדו החתן הרב יצחק אייזיק ט"ב שליט"א און דערנאך אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותן, און פארן זיידן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א, דערנאך איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם חתן און מחותנים בשירה וזמרה.
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר דוד אייכנשטיין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:50. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר די רפואה העלפ ליין ארגעניזאציע. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. - אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - הגבהת הכוס: הגה"צ ר' ישכר בעריש רובין שליט"א מדאמבראווע.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. - כל מקדש: הגה"צ ר' ישכר בעריש רובין שליט"א. - מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א ראה"כ באבוב 45 ב"פ.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובני דן חושים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו פאר מתן תורה האט מען געהאט א דין בן נח אדער א דין ישראל. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א צו זאגן דברי תורה.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק שינאווער רב זיע''א וואס די יארצייט איז געווען עש"ק ו' טבת.
- קה רבון עלם: הר"ר מנחם שלמה טויב שליטא (ב"פ). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. - אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אלימלך הלברשטאם שליט"א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:35.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20. - ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר לייבוש טויב שליט"א. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער הי"ו. - פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קניזשא. עליות: - כהן: החתן משה ב"ר יואל כ"ץ הי"ו - באווארפען. - לוי: החתן יודא לייב ב"ר מנחם ישעי' לעווי הי"ו. - שלישי: נכד רבינו החתן הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א, - באווארפן און מען געזינגען כנהוג. - רביעי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. - חמישי: הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' וואלף כהן הי"ו. - ר' אהרן ברי"י וויינשטאק הי"ו. - ר' בנציון ב"ר יואל זאלדאן הי"ו. - ר' יואל ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
- שביעי: הגה"צ ר' ישכר בעריש רובין שליט"א מדאמבראווע. - הוספות: החתן יודא אלימלך ב"ר חיים קארנבלי הי"ו - באווארפען. - החתן זלמן לייב ב"ר אלי' שפיטצער הי"ו - באווארפען. - החתן אליקים ב"ר אליעזר הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען. - החתן יוסף דוב ב"ר יעקב קאפל סימאן הי"ו - באווארפען. - אחרון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. - מפטיר: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו. - הגבה: הרה"ח ר' הלל שפיטצער הי"ו (וומסב''ג). - גלילה: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.
- מוסף: הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר יודא אייזנבאך הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישעי' שלום פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא לרגל די באווארפען בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א האט אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ואנכי אעלך גם עלה' און געטייטשט בעניני נשואין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 12:50.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05. - בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו. - שלישי: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הגה"צ ר' הערשל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב וומסב''ג בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אל תירה מרדה מצרימה כי לגוי גדול אשימך שם' און געטייטשט אז דורך האבן אמונה אין הקב"ה און עוסק זיין בתורה איז דבוק אין הקב"ה הייסט מען א בעל חי און מען קען נישט נדחה ווערן פון די קדושה און עס ניצט תשובה.
- ידיד נפש: הר"ר מענדל אייכנשטיין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א. - קל מסתתר: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות. - מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך איז דער רבי אראפ אין היכל התורה און זיך אומגעקוקט ביי די לימודים במסגרת ושננתם לבניך, דער רבי איז ארום צווישן די טישן א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, מען האט געענדיגט ארום 7:45.
במוצאי יום גילה
ארום 9:40 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים לרגל די גמר המקח פאר א שטח אדיר צו בויען א נייע ביהמ"ד גדול ומפואר דקהלתינו הק' בשכונת זרע קודש אין קרית יואל המורחבת מיט די באטייליגונג פון די רבני ותושבי השכונה, הנהלת קהלתינו הק', און די חברי וועד הרחבת גבולי העיר. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו מחשובי תושבי השכונה ויו"ר הנהלת קרן הבנין. רבינו שליט''א האט משמיע געווען ברכת הקודש און ארויסגעברענגט די שמחה פון די תושבי השכונה און אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב אנהייבן און ענדיגן צו בויען די ביהמ"ד להגדיל תורה ולהאדירה און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רבני ותושבי השכונה.
דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזענדע חברי הנהלת הקהילה איבער די פעולות לטובה פון הרה"ח ר' ברוך ליפא הי"ו לרומם קרן קהלתינו הק' און אלע מסיבות און טישן בצל הקודש, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:40 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית בבית מדרשינו החדש והמפואר 'ביהמ"ד ישראל שלום' אין שכונת ויואל משה נדבת הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם נייעם פראכטפולע מקוה אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ רב הביהמ''ד שליט''א און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די 4 חדרי התפילה און די עזרת נשים און דערביי מכבד געווען בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א צו קובע זיין מזוזות, און דערנאך מכבד געווען דעם נדבן הביהמ"ד. דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד צום מסיבת לחיים, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט. ס'האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א. מען האט געזינגען ניגוני שמחה דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, פאר הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א מו''ץ הביהמ"ד, פארן נדבן הרה"ח ר' עקיבא הערש הי"ו, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה מיטן באנייען א ביהמ"ד וועלכע וועט זיך אויסצייכענען בתורה עבודה וגמילות חסדים, און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי השכונה, און מסייםמגעווען בברכה פאר בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פאר הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ הביהמ"ד צו קענען מרים זיין כבוד התורה והביהמ"ד, און מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו וועלכע האט אויפגעבויעט די גאנצע שכונה און די ארטיגע בתי מדרשים , ועוד ידו הנטויה צו בויען נאך בתי מדרשים, און דאס איז חוץ זיינע פילע נדבות פאר קהלתינו ומוסדותינו הק', און אזוי אויך זיינע חשובע פעולות ארויסצוהעלפן האלטן די דירות פרייזן ביליג. דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת לרוב בכל ענינים, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט הרה"ח ר' משה יודא ברמ"ז הירש הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי זכרון פון זקינו הרה"ח ר' ישראל שלום גאלדבערגער ע"ה וואס דאס ביהמ"ד איז נקראת על שמו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.
ביים אנקומען אהיים האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ' כסלו תשפ"ו12/10/2025
באריכט
זונטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר פישל כ''ץ הי"ו. - ב"ר שמחה מאיר פאלקאוויטש הי"ו. - ב"ר זאב אלעזר רייכמאן הי"ו. - ב"ר שאול יחזקאל גליק הי"ו. - ב"ר יחיאל אלתר פאללאק הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דעם בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול רבי מתתי' דייטש שליט"א גאב"ד שכונת רמת שלמה בירושלים עיה"ק ובעל שו"ת. נתיבות אדם, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון קרוב צו א שעה צייט בדברי תורה והלכה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויס באגלייט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 6:20 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יעקב יצחק שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אפרים זעלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:50 האט דער רבי געליינט די תנאים בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק יונה זאבעל הי"ו.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום צענטראלן שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו בהשתתפות אלפי אנ''ש, צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות, במשך די שבע ברכות האט מען געזינגען פילע ניגוני שבח והודאה ושמחה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק וועלכע האט ארויסגעברענגט די הרגשים פון חברי קהלתינו הק' מיט די גרויסע שמחה בבית רבינו שליט''א און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דערנאך אויפגערופן דעם רב שליט"א. דער רב שליט"א האט געזאגט דברי תורה לכבוד די שמחה און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי קר"י און די זכי' וואס זיי האבן זיך צו מסתופף זיין בצל הקודש פון רבינו שליט"א יעדע שבת ובפרט די געהויבענע ימים טובים, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן חתן און פונעם מחותן חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר רבינו שליט"א אז עוד ינוב בשיבה עד ביאת גואל צדק בב"א. מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני נשואין און משלב געווען יו"ט חנוכה מיט נשואין, און דערנאך ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט חנוכה הבעל"ט און מעורר געווען צו לערנען ספר בני יששכר אויף חנוכה אלץ הכנה צו חנוכה, 'דער יו"ט איז גאר אנדערש נאכן לערנען אזא הייליגע ספר בני יששכר' דער רבי האט מסיים געווען בשבח צו הקב"ה אויף די גרויסע שמחה פון חתונה מאכן א דור רביעי למז"ט, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור אז יעדער זאל זוכה זיין צו חתונה מאכן א דור רביעי און זיך משתתף זיין בבריאות השלימות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און עס איז פארגעקומען א פאנעל בדברי בדחנות דורך הרה''ח ר' חיים הערש גלאנצער הי''ו און הרה''ח ר' יואל ברוין הי''ו.
היום! שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, שמחת נישואי נכדת דור רביעי הראשונה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, נכדתו הבכירה של בנו בכורו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, בת לחתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, מו"ץ בקהילתינו הק'.
עב"ג הבה"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' בקרית יואל בן הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א אבד"ק שערי תפילה קרית יואל יצ''ו. בן הגה''צ יחיאל אשר פאנעט שליט''א אדמו''ר מקארלסבורג מאנטרעאל. חתן הגה''צ ר' יושע העשיל וואגשאהל שליט''א אב''ד יאסלא מאנסי, בן הגה''צ ר' שמואל חיים ראובן זצ''ל, בן כ''ק הגה''צ ר' אלטר יעקב יצחק מ'לאנצהוט זצ''ל וחתן הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א אב"ד גרינוויל יצ''ו.
שיתקיים ברצו"ה במקהלות אלופי אלפי אנשי שלומינו בהיכל ביהמ"ד הגדול וומסב"ג, ואח"כ בגרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד. מנחה בשעה 4:30 קבלת פנים בשעה 5:15. ואח"כ מעמד החופה לפני בית מדרשינו הגדול.
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון
מיטוואך פרשת תולדות - הר הצופים, בית שמש, ירושלים
אינדערפרי נאך די מקוה אום 8:50 האט רבינו שליט"א פארלאזט בית האכסניא אויפן וועג צו הר הצופים מול מקום המקדש, ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 9:05. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ספעציעלע פלאטפארמע ווי רינגס ארום זענען געווען שווערע הונדערטער אנ''ש מרחבי ארה"ק און אויך האט זיך שוין אהנגעזעהן פרישע געסט פון חוץ לארץ, מען האט געזינגען מערערע נגוני גלות וגאולה אמונה בביאת המשיח בשעת דער רבי האט מאריך געווען בדמעות בצפייה לגאולה. דערנאך האט מען געזאגט די קאפיטלעך תהילים און דער רבי האט געריסן קריעה און געזאגט דעם ברכה דיין האמת און אויסגעבראכן אין שטורמישע בכיות בבכי ומספד וועלכע האט אויף געציטערט די הונדערטער באטייליגטע. נאך לענגערע מינוטען ביים פארענדיגן האט דער רבי נאכגעזאגט אז עס שטייט 'שישו אתה משוש כל המתאבלים עליה' אז אויב פרייט מען זיך שוין יעצט מיט די גאולה העתידה וועט מען זוכה זיין זיך צו קענען פרייען ביי די גאולה השלימה, און דער רבי האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון 'יבנה המקדש' און מיט גרויס שמחה ארויס אין א פייערדיגע טאנץ אויפן פלאץ ברגשי געגועים.
נאכן מעמד ארום 9:45 האט רבינו שליט"א פארלאזט הצופים אויפן וועג קיין בית שמש ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 10:25.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען בבית מדרשינו אין שכונת רמת אברהם אין בית שמש צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי מוסדותינו הק', און צום ערשט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון קינדער מיט א שטארקע קורת רוח און ארום צווישן די טישן און פארהערט די קינדער.
דערנאך האט דער רבי געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל הירש הי"ו (בית שמש). בעל תפילה: ר' שמעון יאזשעף הי"ו (בית שמש)
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הת"ת, די קינדער האבן פארגעזינגן עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און דערביי פארגעשטעלט די השתלשלות פון די מוסדות וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך רבינו שליט''א, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אברהם מאיר דירנפעלד שליט''א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א בשם די תלמידי המוסדות און דערנאך איבערגעגעבן פארן רבין א קוויטל כוללות פון די שעות רצופות מיט וואס די קינדער האבן זיך געגרייט צום געהויבענעם באזוך. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מנהלים און מלמדים און פאר די הנהלת הת"ת פון בית שמש און פון חוץ לארץ, און משמיע געווען דב''ק הדרכה פאר די קינדער און מחזק געווען די הנהלת המוסדות פון בית שמש און חוץ לארץ וועלכע געפינען זיך אין ביהמ''ד און געוואונטשן פאר די מוסדות "זה הקטן גדול יהיה" און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די מלמדים און קינדער. דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע קינדער. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום שכינותדיג'ן ביהמ"ד קהל חסידים בשכונת רמת אברהם בראשות הגאון ר' אשר אולמאן שליט''א, ווי עס איז פארגעקומען א יציקות הבורות פאר די נייע מקוה וואס ווערט געבויעט נעבן ביהמ"ד, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען דעם רב הביהמ"ד צו גיסן, און דערנאך אריין בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וקבלת פנים, מען האט געזינגן עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אביעזר שפירא הי"ו מגדולי תומכי כוללינו אין בית שמש, עס האט אויפגעטרעטן ר' אביעזר הי"ו און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך בבנין מוסדותינו הק', דער רבי איז אריין אין אלע כתות אויף אלע שטאקן און פארהערט די קינדער די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו מראה"ק והמוסדות.
ארום 3:30 האט דער רבי אנגעהויבן זמני כניסה פאר אנשי שלומינו תושבי בית שמש, עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר קרוב צו 3 שעה נאכאנאנד להפקד בדבר ישועה ורחמים.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת ראזענבוים - מחסידי גור בית שמש, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: ר' יוסף חיים דאנציגער הי"ו. נאך מנחה זענען אריין בקו''פ בחורי שלומינו פון בית שמש, דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה, און פארטיילט ספרו אמרא טבא פאר די בחורים.
ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין בית מדרשינו אהל יהושע צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חברי קהילתינו הק' לע"נ רבותינו הק' זיע''א. מען האט געזינגן ניגוני התעוררות, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו מגדולי נדבני הספר תורה. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען הגאון הגדול ר' שמואל בראנסדארפער שליט"א חבר הבד"ץ צו טאנצן מיטן ספר תורה, און הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהילתינו ב"פ וועלכע האט ארויסגעפירט די ספר תורה פון ביהמ''ד.
פון דארט ארום 8:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' נתן קופשיץ שליט"א גאב''ד קרית נחלה ומנוחה בית שמש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ברית מילה, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש וחבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה''ק, עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס איבער הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט אין די טעג, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און פאר חתנו האדמו"ר מנדבורנא בית שמש שליט''א, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי ש"ב כ''ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות לבית וויזניץ, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען צום הכנסת ספר תורה דורך קהלתינו הק' לע"נ רבותינו הק' זיע''א, אין א ספעציעלע ארויסגעדינגענע זאל, דער רבי האט איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין א זייטיגע שטוב און געדאווענט תפילת מעריב, בעל תפילה: ר' שלום בר"י מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).
ארום 10:00 אויפדערנאכט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אינעם זאל צום מסיבת לחיים לרגל הכנסת ספר תורה. ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ''ק אדמו"ר מוויזניץ בי"ש שליט"א, כ''ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, און נאך פילע רבני העיר. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א, און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די קהילה און פון די מוסדות וועלכע שטייט היינט אינעם יובל העשור, א פלאץ וואו רבינו שליט"א האט אליינס אויפגעשטעלט מוסדות און איז נישט געווען בעפאר דעם. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און משלב געווען סוף התורה לתחילתה און ארומגערעדט לענגערע הדרכה פאר אנ"ש תושבי בית שמש און געזאגט אז אנדערש ווי אנדערע שטעט איז אין קהלתינו הק' אין בית שמש נישט דא קיין עלטערע אידן אויף וועם ארויפצוקוקן במילא דארף יעדער זיכער מאכן זיך אויפצופירן ווי עס פאסט אז די קינדער זאלן האבן אויף וועם ארויפצוקוקן, און שטארק מעורר געווען בעניני צניעות ובעניני דעות והשקפה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 10:40, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ירושלים עיה"ק.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין טעלזסטון ווי עס איז פארגעקומען א יציקת היסודות פאר די נייע בנין פון בית החלמה ליולדות, דער רבי איז ארום זיך אומקוקן אינעם גאנצן בנין אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גבריאל פאפענהיים הי"ו מנהל המוסד. דער רבי האט געגאסן די יסודות, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און אנגעוואונטשן פאר די הנהלה און פארן אנוועזנדער ציבור.
ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו אין ירושלים ווי דער רבי האט ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו תושבי ירושלים עיה"ק, עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר עטליכע שעה נאכאנאנד ביז ארום 2:20 שפעט אויפדערנאכט ווען אלע
אנ''ש אין ירושלים עיה''ק האבן געהאט די זכיה אריינצוגיין בקו''פ.
בעת די זמני כניסה זענען געווען באזוכן בקו''פ. - ביקור גומלין דורך כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט.
- כ''ק אדמו"ר מטריסק שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
- הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט''א בן האדמו"ר מבעלזא שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בעפארשטייענדער חתונה הגדולה פונעם עלטסטן אור אייניקל פון רבינו שליט"א, און איבער די גרויסע יחוס פון די חתן כלה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. אויפן וועג ארויס האבן איינע פון די באגלייטער פון ר' אהרן מרדכי שליט"א זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אהערשטעלן און פינאנצירן דעם 'מרכז עזרה ויעוץ' שע"י העדה החרדית און דערציילט וויאזוי ער און אנדערע זענען געהאלפן געווארן דורך די מצילים שיחיו.
- הגאון רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א בעמח"ס פסקי תשובות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה והלכה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
- הגאון ר' משה סאלאווייטשיק שליט''א ר"י בריסק שכונת אחוה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' נחמן יעקב פוקס הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאך די זמני כניסה ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אינעם בנין פונעם ארגענעזאציע 'מעלה', דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות המוסד, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן די עוסקים במלאכת הקודש, און פארן אנוועזנדן ציבור, און דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"ב מרחשון תשפ"ו11/3/2025
באריכט
שב''ק פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 8:05. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי ארויפשפאצירט צום בנין המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט מעריך געווען דעם שלחן הטהור אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים. ביים אנקומען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. - אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - הגבהת הכוס: הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. - כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. - מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לך לך מארצך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו תפילה איז א דאורייתא.
- קה אכסוף: הר"ר ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א מטעמעשוואר קר"י. - ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המאור עינים זיע''א וואס די יארצייט איז געווען זונטאג י"א חשון. - קה רבון עלם: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' אברהם פאגעל הי"ו. - אז ביום השביעי: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 11:30.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איזןדער רבי אריינגעקומען ארום 9:45. - ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק. און צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו. - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו. - הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו.
עליות. - כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. - לוי: החתן יעקב הערש ב"ר משה יוסף פריעדמאן הי"ו. - שלישי: החתן חיים מרדכי ב"ר משה ישעי' סאמעט הי"ו - באווארפען. - רביעי: החתן נחמן ב"ר יושע הערש פריעדמאן הי"ו. - חמישי: החתן שלמה זלמן ב"ר פנחס מרדכי קליין הי"ו. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' יואל ברי"ב רייך הי"ו. - ר' קלמן אליעזר ברא"י עקשטיין הי"ו. - ר' שמואל ישעי' וויינשטאק הי"ו (אנטווערפן). - ר' משה יצחק דוד סימאן הי"ו.
- שביעי: החתן מרדכי שמואל ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו. - אחרון: החתן משה ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו. - מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. - הגבה: הרה"ח ר' יואל ב"ר יהוסף שווארטץ הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו.
- מוסף: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה נתן וויינשטאק הי"ו (לאנדאן).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל ברמ"ב לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' יעקב משולם בר"ש לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:55.
ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה און דער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת הקידושא רבא פון בת הנולדה אצל נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע איז פארגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין ב"פ, ויקרא שמה בישראל: חי' פעסיל נאך די באבעס הרבנית הצדיקת אשת חבר פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ובתו הרבנית אשת חבר פון הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25. - בעל תפילה: הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א (וומסב''ג). - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד חיים גראס הי"ו (וומסב''ג). - כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). - לוי: הרה"ח ר' אברהם שפירא הי"ו (שיכון סקווירא). - שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לך לך מארצך' און געטייטשט אז דורך מצות קריאת שמע קומט אראפ השפעות גדולות און פרנסה בהרחבה און מען ווערט ניצל פון נסיון העושר, און מעורר געווען נזהר זיין אין מצות קרי"ש וואס פעלט זיך נישט אויס קיין טירחא דגופא און נישט קיין טירחא דממונא נאר אביסל כוונה און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו פרנסה בהרחבה גדולה.
- ידיד נפש: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך שליט"א אב"ד וועגשייד וומסב''ג. - קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול. מען האט געענדיגט ארום 8:45.
בביתו נאוה קודש איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בן האדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:50 האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' בנציון הי"ו ואחיו הר"ר חיים קליין שליט"א היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' נח קליין ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די נייע פארברייטערטע אפיסעס פון Ahcieve, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז דער רבי אריין אויף א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וועלכע האט ארויסגעברענגט די פעולות פונעם ארגענעזאציע לטובת די חולי ישראל בנפש רח"ל. דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און משמיע געווען דב"ק איבער די וויכטיגקייט פון די פעולות ארויסצוהעלפן אידן ארויסצוקומען פון זייער פריוואטער גלות און די חיוב זיך צו פירן ע"פ דעת תורה ביי יעדע פעולה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
פון דארט ארום 11:40 איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה ביי די נייע בנין פון די 'ידידים' ארגענעזאציע אינאיינעם מיט א שמחת שבע ברכות פאר החתן בן הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו - מראשי המפעל. דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו. דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון טוהן חסד מיט אנדערע אידן ובפרט פאר חולי ישראל וואס דאס איז מקרב ביאת המשיח און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור, און דערנאך ארום אויף אלע שטאקן פונעם בנין און שטארק באוואונדערט די פילע פעולות פונעם ארגענעזאציע און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די הנהלה און אלע מיטארבעטער.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגט' מרחשון תשפ"ו10/31/2025
באריכט
דאנערשטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נתנאל ברוין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל דעם נייעם זמן. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד מאיר ני"ו בן הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חאלאקע אינגל, פאר די זיידעס הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און פאר די גאנצע משפחה.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר יוסף חיים ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אהרן ברמ"ב שווארטץ הי"ו.
ארום 12:00 איז פארגעקומען בקו''פ א מסיבת לחיים לרגל פתיחת בית מדרשינו החדש אין לינדען וועלכע עפענט זיך אויף דעם שב"ק ברוב פאר והדר, מיט די באטיילוגונג פון הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און ראשי הנהלת הקהילה אינאיינעם מיט פילע אנ''ש תושבי לינדען, דער רבי האט געהערט א באריכט פונעם רב שליט"א, און דערנאך משמיע געווען דב"ק לרגל פתיחת הביהמ"ד און אויסגעשמועסט אלעס וואס פארלאנגט זיך פאר א חסידישע ביהמ"ד בעניני תורה, תפילה, גמילות חסדים און צניעות, און מסיים געווען בברכת קדשו. דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען ברכת קדשו פאר הרה"ג רב דקהלתינו שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען לכבוד המאורע און דערנאך זענען אלע תושבים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ג תשרי תשפ"ו10/5/2025
באריכט
כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו
יום הקדוש תשפ"ו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו
מיטוואך ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:10, נאך סליחות זענען אריבער א גרויסע ציבור אנ''ש תושבי קר''י לברך ולהתברך אין ערב יום הקדוש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען דעם מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן. דערנאך ארום 6:40 איז רבינו שליט"א אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי הר''ר יואל בר''מ ווערצבערגער שליט''א האט געשחט'ן דעם עוף, דער רבי האט בודק געווען דעם חלף, און נאכן שחט'ן געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכה און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם. אויך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און דערנאך אריין אויף א באזוך אינעם בית השחיטה פלענט און אריבערגעגאנגן על כל פרט ופרט כדרכו בקודש.
דערנאך ארום 7:10 איז דער רבי אריבער צום נייעם כפרות לאקאציע ביי די בוטשער געשעפט אויפן 208 אין שכונת זרע קודש, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די סדר השחיטה און בודק געווען די חלפים פון די שוחטים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די שוחטים און איינגעשטעלטע, און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק שטערן הי"ו. - בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי, ווי דערביי איז דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו אריין ווי דער רבי האט גענומען לקח און מטיב געווען דעם משמש כנהוג. און דערנאך אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן בעל ברית ובני משפחתם.
אינטערוועגנס האט רבינו שליט''א אהנגערופען - פארן זמן אין ארה''ק אין אייראפע - עטליכע פון די מסירת נפש'דיגע ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק און אייראפע, און מאציל געווען מברכות קדשו צום נייעם יאר.
נאכמיטאג ארום 1:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בהיכל תהילות יהוסף אין ביהמ''ד הגדול. פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, ביי לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן אז גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר, ביי די זופ איז געווען קרעפלעך און די פלייש איז געווען פון דעם עוף וואס דער רבי האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג. במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערען בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט במה אקדם 'אבל עתה בזכרי מלכות שם המיוחד' און געטייטשט אז ביי יציאת מצרים האבן די אידן נישט געהאט קיין זכותים האט הקב"ה מצרף געווען מתן תורה און אזוי האבן די אידן געקענט געראטעוועט ווערן, די שם הוי"ה ווייזט אויף היה הוה ויהיה און דאס איז מרמז אז הקב"ה רעכנט די טוב העתיד פון א יעדע איד און אזוי גייט מען ארויס זכאי בדין, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 3:15.
וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם נאכן טיש איז רבינו שליט"א אריין בביתו נאוה קודש שע''י ביהמ''ד הגדול ווי עס זענען אריבער אלפי אנ''ש להתברך צום הייליגן טאג, אויף א ספּעציעלן שנעלן סדר צוליב די ריבוי העם.
נאכן בענטשן דעם ציבור אום 4:10 איז רבינו שליט"א אריבער צו די פריוואטע מקוה אין שטוב פון הרה''ח ר' וואלף לאנדא הי''ו, און ארום 4:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אנגעצינדען די נרות שעוה ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, ביי די ווידוי הגדול האט דער רבי מאריך געווען בבכיות. מען האט געענדיגט ארום 5:20.
נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה אין ביהמ''ד הגדול לעת כניסת היום. ביים זמן האט דער רבי געצינדן בביתו נאוה קודש די יזכור ליכט, און א געזונטע לעכט.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק, בית שמש, און אייראפע.
רבינו שליט''א האט געמאכט דעם ברכת להתעטף אויף זיין אייגענעם טלית, און דערנאך אנגעטוהן דעם טלית, קיטל און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.
במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ''ד הגדול מיט אלע גאלעריען און היכלים געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה נישט קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש אינעם דעם הייליגן טאג.
בזאת יבא אהרן אל הקודש ארום 7:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי, דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה מיט גרויס התעוררות ובקול בכי אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה', און געטייטשט אז מיט די כח פון מצות מילה קען מען זוכה זיין צו תשובה מיט בלויז א דיבור אבער די דיבור דארף זיין מיט א אמת. נאך א בחינה, אז יעדע איד דארף זיך מתבונן זיין צו מיט זיינע מעשים בויעט ער די ביהמ"ק השלישי אדער ער מאכט חלילה חרוב וואס די צדיקים הקודמים האבן געבויעט מיט זייערע מעשים טובים, און יעצט ווען די צדיקים געפינען זיך דא אין ביהמ"ד דארף מען האבן א שטארקע בושה פאר זיי אויב מען האט חלילה חרוב געמאכט זייערע פעולות אויפצובויען דעם ביהמ"ק.
נאך די דרשה לעת כניסת היום האט רבינו שליט''א דערמאנט די מנהג פון רבותינו הק' צו זאגן וידוי לעת כניסת היום און אנגעהויבן בבכיות עצומות מאין הפוגות 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור מיט ניגון 'אשמנו בגדנו..' ווען צווישן יעדע ווארט ברעכט דער רבי אויס אין א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.
נאך וידוי האט דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת בחביבות און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות און געזאגט מען דארף מפייס זיין די תורה הקדושה ובקול בוכים ממשיך געווען און געזאגט אז מיט יעדע מצוה באשאפט מען א מלאך טוב וואס העלפט טוהן נאך מצות און מיט יעדע עבירה באשאפט מען ח''ו א מלאך רע וואס העלפט טוהן נאך עבירות אבער מיט די כח פון לימוד התורה קען מען מבטל זיין די שלעכטע מלאכים, און דער רבי האט געבעטן פון די תורה הק' אז זי זאל זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל וואס איז די איינציגסטע פאלק וואס איז מקיים מצות ומעשים טובים און איז עוסק בתורה און יעדע איד איז זיך מקבל צו מוסיף זיין בלימוד התורה לפי מדרגתו, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און מסיים געווען מיט א גמטריא המחזיר שכינתו לציון 'שכינתו' איז בגי' תשפ"ו און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין במהרה צו המחזיר שכינתו לציון.
אלע תפילות האט רבינו שליט''א געדאווענט אין א מחזור תפילה ישרה. נאך קם רבי שמעון האט רבינו שליט"א זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן 'כל נדרי'. צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א מאיהעל און הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני קהלתינו.
דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן מערבית בהתעוררות רב. מיט פתיחות ביי מעריב זענען נתכבד געווארן: - הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א, מו"ץ. - הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א, מו"ץ. - הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין. - הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן. - הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א.
נאך מעריב האט הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו פארגעזונגען אדון עולם און געזאגט די פיר קאפיטלעך תהילים. שיר היחוד האבן פארגעזאגט: - הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א, מו"ץ. - הר"ר משה אלי' גראס שליט"א.
- הר"ר יואל הערש קאהן שליט"א, מו"ץ. - נכד רבינו הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א. - הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א. - שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הר"ר ישעי' ליכטענשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:20. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן בצהלות פניו 'א גוט יו"ט' לכל הקהל הקודש ולכל העם העומדים בעזרה, אויף אלע זייטן פון ביהמ''ד.
ונתנה תוקף קדושת היום
יום הקדוש אינדערפרי בשעת עטיפת הטלית איז געווען אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אהן ביי מוסף.
- פתיחת הארון הקודש: הרה''ח ר' יצחק עהרנפעלד הי''ו. - אנעים זמירות: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו. - פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ. וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק. - שחרית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' אהבת התורה אין וומסב"ג בן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א. מיט די פתיחת זענען נתכבד געווארן. - הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו. - הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו. - הרה"ח ר' בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו. - הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו. - הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו. מען האט געענדיגט שחרית ארום 10:45.
- הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט, און הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ. רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און געליינט בהתעורורות רב. עליות: - כהן: הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' יואל אברהם וואלף אפפעל הי"ו. - שלישי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו. - רביעי: הרה"ח ר' אלכסנדר גוטמאן הי"ו. - חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו. - שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' שמואל מאיר מערץ הי"ו. - ר' אלי' שמחה רעטעק הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ. - גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו - מאנטרעאל. - מפטיר: הרה"ח ר' יחיאל מיכל פריינד הי"ו. - הגבה: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:40, עס איז געווען פויזע. און עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברד"א קטינא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 1:20 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין ביהמ"ד און עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אברהם פרענקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז געווען יזכור.
טהור לב פסע ופניו לקודש ומתפלל, אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת, קהל עדותינו עליך יסמוכו, ועל ידך תהא סליחתינו אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון רבינו הגה"ק שליט"א. אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת בפרט ביי די עבודת הקודש ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש. ובכן צדיקים יראו וישמחו די ריקודי קודש למעלה מהשגתינו ביי די שטיקלעך און ביי די קדישים נאך די תפילות.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: - הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו. - הר"ר משה גדלי' פאלאטשעק שליט"א. - הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו. - הרה"ח ר' בנציון בר"א בראך הי"ו. - הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו. - הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו.
הגבה ביי כורעים זענען נתכבד געווארן משמש צו זיין ליד קדשו פון רבינו שליט"א. - די ערשטע כורעים: משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. - די צווייטע כורעים: הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו און הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו (ב"פ). - די דריטע כורעים: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטערן הי"ו. - די פערטע כורעים: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:40.
- צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א, מו"ץ. - כהן: הרה"ח ר' אברהם ברז"ל גליק הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי"ו. - שלישי - מפטיר יונה: רבינו שליט"א. דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן ווי יאר יערליך בשותפות דורך הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו. - הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי"ו. - פתיחת הארון ביי מנחה: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו (מאנסי). מען האט געדאווענט שנעל כנהוג. נאך מנחה האט מען געזאגט לדוד ה' אורי וישעי. מען האט געענדיגט ארום 6:05.
תיכף נאך מנחה האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אשרי 'תפלת נעילה' באש קודש ובבכיות עצומות, מען האט געזאגט די י"ג מידות ביי אלע שטיקלעך ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. פתיחה צו נעילה: הרה''ח ר' יצחק קליין הי''ו.
נאך קדיש תתקבל ארום 7:55 האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן די תקיעה גדולה און רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק לשנה הבאה בירושלים!.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד בן הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן דעם קאפל און די ציצית און מאציל געווען מברכת קדשו.
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש
ארום 11:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אנקומען איז דער רבי ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מען האט אריינגעברענגט די סדר המאכלים ווי יו''ט, במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני יו''ט ונגוני שמחה, און מיט ניגוני התעוררות מתפילת היום. ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר בגשמיות א גוט געבענטשט יאר ברוחניות, און ממשיך געווען איבער די מחלוקת פונעם קאזניצער מגיד זיע''א מיטן חוזה מלובלין זיע''א צו הקב"ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות אדער קודם רוחניות, און דער רבי האט געזאגט אז הקב"ה איז א כל יכול און קען משפיע זיין גשמיות מיט רוחניות צוזאמען.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען נגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן האדרת ואמונה בעוז ותעצומות א לענגערע צייט. מיטן זמר המבדיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרה''ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט''א מרבני קהלתינו.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל 'יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און געטייטשט אז בזכות פון יעקב אבינו וועלכע האט מקבל געווען די קידושין פאר כלל ישראל ביי מתן תורה האבן אידן א דין פון אשה לבעלה צו הקב"ה, און די הלכה איז אז ווען א פרוי צוברעכט א זאך אין שטוב איז מען פטור, במילא ווען א איד טוט ח"ו אן עבירה און איז פוגם בעולמות העליונים איז מען פטור, אזוי אויך איז הקב"ה מחיוב צוצושטעלן אלע חיובי בעל לאשה, און דער רבי האט צוגעלייגט זאגענדיג אז פון יעקב אבינו זעט מען אז הקב"ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות און נאכדעם רוחניות, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר גאנץ כלל ישראל.
מען האט ממשיך געווען מיט נגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט און א גוט שבת.
מען האט געענדיגט ארום 12:50, ווען מ'האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה ובזמרה. אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים נייעם בנין הבית רחל אויף בעדפארד ביי קיעפ ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולע בנין וועלכע ווערט פארענדיגט אין די יעצטיגע וואכן במלא הדרו. אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגח' תשרי תשפ"ו9/30/2025
באריכט
מאנטאג פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- פתיחה: ר' מרדכי עפשטיין הי"ו. - כהן: ר' משה ברא"ש כ"ץ הי"ו. - לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א. - שלישי: רבינו שליט"א. נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט פילע געסט פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען וויילן אויף חודש תשרי בצל הקודש. - הגבה: נכד רבינו הב' חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א. - גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א בהיכל הביהמ"ד. רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א. ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'ישעיהו' נאך הרה"ק בעל מעשי למלך מווייטצען זצ"ל. נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקו''פ חברי התאחדות אברכים דקהלתינו הק' אין וומסב"ג מקבל זיין ברכת הקודש לרגל התחלת חבורת לימוד ירושלמי מיוחד דוקא פאר די וועלכע האבן שוין מסיים געווען ש"ס במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים פון די חבורה און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען דער סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד צד דרום, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן חדב"ן הגה"צ שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א. מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק מכ'ל חטאתיכ'ם לפנ'י ה' וואס די ס"ת איז 'מילה' און געטייטשט אז בזכות מילה ניצט תשובה, און ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורים איבער די קשר פון רבותיה"ק לבית סיגוט זיע''א מיט הרה"ק בעל מעשי למלך זצ"ל און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א בשכונת ברך משה המורחבת ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.
אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די ימים הנוראים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 11:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20 און מעריב ארום 11:15, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און נאך מעריב געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת וילך - שבת שובה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו, ביי לכה דודי האט די קאפעליע געזינגען די נייע ניגונים. מען האט געענדיגט ארום 9:00. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית אלעזר שליט"א. הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. - כל מקדש: נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו. - מנוחה ושמחה: הר"ר שמחה בונם רוקח שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגטתורה אויפן פסוק 'וילך משה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
- קה אכסוף: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א. - ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א. עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג שלש עשרה מידות. - קה רבון עלם: נכד רבינו הרב אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א, מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און דער בעל שמחה האט אנגעגאסן ביר, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר אלע אייניקלעך און פארן גאנצן ציבור. - אז ביום השביעי: הר"ר יוקל שלעזינגער שליט"א (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 1:20.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. שחרית: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו. - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
עליות. - כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו. - לוי: ר' יוסף ברש"ל גרובער הי"ו. - שלישי: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א. - רביעי: ר' יואל ברנ"מ קויפמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - חמישי: הב' הבר מצוה ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו. - שישי: רבינו שליט''א. - שביעי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל בר"מ מיטטעלמאן הי"ו. - אחרון: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו. - מפטיר: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. - הגבה: הר"ר יוקל שלעזינגער שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים מאיר ערנטאהל הי"ו (אנטווערפען). מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:15. - מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יודא גאלדבערגער שליט"א (מאנסי). - כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו. - לוי: הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א. - שלישי: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'שובה ישראל עד ה' אלקיך' און געטייטשט אז כדי עס זאל זיין פתחו לי פתח כחודו של מחט איז גענוג אז עס איז דא קחו עמכם דברים, א דיבור של תפילה, א דיבור של חרטה ותשובה צו הקב"ה, און מאריך געווען בדברי התעוררות זאגענדיג אז שטייענדיג בין כסא לעשור איז יעצט די צייט צו מתפלל זיין מען זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו. - קל מסתתר: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס. מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 9:25.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגט"ו אלול תשפ"ה9/8/2025
בילדער · 9
שמחת פדיון הבן פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, פארגעקומען נעכטן מוצש"ק אין ביהמ''ד אהל פיגא, ובהשתתפות פונעם זיידע כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.