כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו
יום הקדוש תשפ"ו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו
מיטוואך ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:10, נאך סליחות זענען אריבער א גרויסע ציבור אנ''ש תושבי קר''י לברך ולהתברך אין ערב יום הקדוש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען דעם מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן.
דערנאך ארום 6:40 איז רבינו שליט"א אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי הר''ר יואל בר''מ ווערצבערגער שליט''א האט געשחט'ן דעם עוף, דער רבי האט בודק געווען דעם חלף, און נאכן שחט'ן געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכה און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם. אויך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און דערנאך אריין אויף א באזוך אינעם בית השחיטה פלענט און אריבערגעגאנגן על כל פרט ופרט כדרכו בקודש.
דערנאך ארום 7:10 איז דער רבי אריבער צום נייעם כפרות לאקאציע ביי די בוטשער געשעפט אויפן 208 אין שכונת זרע קודש, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די סדר השחיטה און בודק געווען די חלפים פון די שוחטים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די שוחטים און איינגעשטעלטע, און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק שטערן הי"ו.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי, ווי דערביי איז דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו אריין ווי דער רבי האט גענומען לקח און מטיב געווען דעם משמש כנהוג. און דערנאך אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן בעל ברית ובני משפחתם.
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג וויילן אויף יום הקדוש.
אינטערוועגנס האט רבינו שליט''א אהנגערופען - פארן זמן אין ארה''ק אין אייראפע - עטליכע פון די מסירת נפש'דיגע ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק און אייראפע, און מאציל געווען מברכות קדשו צום נייעם יאר.
נאכמיטאג ארום 1:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בהיכל תהילות יהוסף אין ביהמ''ד הגדול.
פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, ביי לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן אז גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר, ביי די זופ איז געווען קרעפלעך און די פלייש איז געווען פון דעם עוף וואס דער רבי האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערען בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט במה אקדם 'אבל עתה בזכרי מלכות שם המיוחד' און געטייטשט אז ביי יציאת מצרים האבן די אידן נישט געהאט קיין זכותים האט הקב"ה מצרף געווען מתן תורה און אזוי האבן די אידן געקענט געראטעוועט ווערן, די שם הוי"ה ווייזט אויף היה הוה ויהיה און דאס איז מרמז אז הקב"ה רעכנט די טוב העתיד פון א יעדע איד און אזוי גייט מען ארויס זכאי בדין, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 3:15.
וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם
נאכן טיש איז רבינו שליט"א אריין בביתו נאוה קודש שע''י ביהמ''ד הגדול ווי עס זענען אריבער אלפי אנ''ש להתברך צום הייליגן טאג, אויף א ספּעציעלן שנעלן סדר צוליב די ריבוי העם.
נאכן בענטשן דעם ציבור אום 4:10 איז רבינו שליט"א אריבער צו די פריוואטע מקוה אין שטוב פון הרה''ח ר' וואלף לאנדא הי''ו, און ארום 4:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אנגעצינדען די נרות שעוה ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, ביי די ווידוי הגדול האט דער רבי מאריך געווען בבכיות. מען האט געענדיגט ארום 5:20.
נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה אין ביהמ''ד הגדול לעת כניסת היום. ביים זמן האט דער רבי געצינדן בביתו נאוה קודש די יזכור ליכט, און א געזונטע לעכט.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק, בית שמש, און אייראפע.
רבינו שליט''א האט געמאכט דעם ברכת להתעטף אויף זיין אייגענעם טלית, און דערנאך אנגעטוהן דעם טלית, קיטל און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.
במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ''ד הגדול מיט אלע גאלעריען און היכלים געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה נישט קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש אינעם דעם הייליגן טאג.
בזאת יבא אהרן אל הקודש
ארום 7:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי, דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה מיט גרויס התעוררות ובקול בכי אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה', און געטייטשט אז מיט די כח פון מצות מילה קען מען זוכה זיין צו תשובה מיט בלויז א דיבור אבער די דיבור דארף זיין מיט א אמת.
נאך א בחינה, אז יעדע איד דארף זיך מתבונן זיין צו מיט זיינע מעשים בויעט ער די ביהמ"ק השלישי אדער ער מאכט חלילה חרוב וואס די צדיקים הקודמים האבן געבויעט מיט זייערע מעשים טובים, און יעצט ווען די צדיקים געפינען זיך דא אין ביהמ"ד דארף מען האבן א שטארקע בושה פאר זיי אויב מען האט חלילה חרוב געמאכט זייערע פעולות אויפצובויען דעם ביהמ"ק.
נאך די דרשה לעת כניסת היום האט רבינו שליט''א דערמאנט די מנהג פון רבותינו הק' צו זאגן וידוי לעת כניסת היום און אנגעהויבן בבכיות עצומות מאין הפוגות 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור מיט ניגון 'אשמנו בגדנו..' ווען צווישן יעדע ווארט ברעכט דער רבי אויס אין א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.
נאך וידוי האט דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת בחביבות און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות און געזאגט מען דארף מפייס זיין די תורה הקדושה ובקול בוכים ממשיך געווען און געזאגט אז מיט יעדע מצוה באשאפט מען א מלאך טוב וואס העלפט טוהן נאך מצות און מיט יעדע עבירה באשאפט מען ח''ו א מלאך רע וואס העלפט טוהן נאך עבירות אבער מיט די כח פון לימוד התורה קען מען מבטל זיין די שלעכטע מלאכים, און דער רבי האט געבעטן פון די תורה הק' אז זי זאל זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל וואס איז די איינציגסטע פאלק וואס איז מקיים מצות ומעשים טובים און איז עוסק בתורה און יעדע איד איז זיך מקבל צו מוסיף זיין בלימוד התורה לפי מדרגתו, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און מסיים געווען מיט א גמטריא המחזיר שכינתו לציון 'שכינתו' איז בגי' תשפ"ו און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין במהרה צו המחזיר שכינתו לציון.
ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט אויפן פלאץ צוויי מאל אור זרוע און פלגי מים, און דערנאך ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד ביז אריין אינעם נייעם צוגעלייגטן עקסטענשאן - טראץ דעם שווערן געדרענג - און געזאגט נאך דריי מאל, איין מאל אויף יעדע זייט פון ביהמ"ד.
אלע תפילות האט רבינו שליט''א געדאווענט אין א מחזור תפילה ישרה.
נאך קם רבי שמעון האט רבינו שליט"א זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן 'כל נדרי'. צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א מאיהעל און הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני קהלתינו.
דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן מערבית בהתעוררות רב.
מיט פתיחות ביי מעריב זענען נתכבד געווארן:
- הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א, מו"ץ.
- הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א, מו"ץ.
- הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין.
- הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן.
- הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א.
נאך מעריב האט הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו פארגעזונגען אדון עולם און געזאגט די פיר קאפיטלעך תהילים.
שיר היחוד האבן פארגעזאגט:
- הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א, מו"ץ.
- הר"ר משה אלי' גראס שליט"א.
- הר"ר יואל הערש קאהן שליט"א, מו"ץ.
- נכד רבינו הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.
- הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א.
- שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הר"ר ישעי' ליכטענשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:20. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן בצהלות פניו 'א גוט יו"ט' לכל הקהל הקודש ולכל העם העומדים בעזרה, אויף אלע זייטן פון ביהמ''ד.
ונתנה תוקף קדושת היום
יום הקדוש אינדערפרי בשעת עטיפת הטלית איז געווען אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אהן ביי מוסף.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 7:55.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בהשתפכות הנפש ובבכיות נוראות דער קול בוכים וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד.
- פתיחת הארון הקודש: הרה''ח ר' יצחק עהרנפעלד הי''ו.
- אנעים זמירות: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ.
וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק.
- שחרית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' אהבת התורה אין וומסב"ג בן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
מיט די פתיחת זענען נתכבד געווארן.
- הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו.
- הרה"ח ר' בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט שחרית ארום 10:45.
- הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט, און הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און געליינט בהתעורורות רב.
עליות:
- כהן: הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יואל אברהם וואלף אפפעל הי"ו.
- שלישי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' אלכסנדר גוטמאן הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' שמואל מאיר מערץ הי"ו.
- ר' אלי' שמחה רעטעק הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו - מאנטרעאל.
- מפטיר: הרה"ח ר' יחיאל מיכל פריינד הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:40, עס איז געווען פויזע. און עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברד"א קטינא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 1:20 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין ביהמ"ד און עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אברהם פרענקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז געווען יזכור.
אום 1:45 איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און מזמור לדוד הבו לה'. קדיש איז געווען 1:50.
טהור לב פסע ופניו לקודש ומתפלל, אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת, קהל עדותינו עליך יסמוכו, ועל ידך תהא סליחתינו
אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון רבינו הגה"ק שליט"א.
אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת בפרט ביי די עבודת הקודש ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש.
ובכן צדיקים יראו וישמחו די ריקודי קודש למעלה מהשגתינו ביי די שטיקלעך און ביי די קדישים נאך די תפילות.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
- הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו.
- הר"ר משה גדלי' פאלאטשעק שליט"א.
- הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו.
- הרה"ח ר' בנציון בר"א בראך הי"ו.
- הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו.
- הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו.
הגבה ביי כורעים זענען נתכבד געווארן משמש צו זיין ליד קדשו פון רבינו שליט"א.
- די ערשטע כורעים: משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- די צווייטע כורעים: הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו און הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו (ב"פ).
- די דריטע כורעים: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטערן הי"ו.
- די פערטע כורעים: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:40.
- צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א, מו"ץ.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם ברז"ל גליק הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי"ו.
- שלישי - מפטיר יונה: רבינו שליט"א.
דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן ווי יאר יערליך בשותפות דורך הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי"ו.
- פתיחת הארון ביי מנחה: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו (מאנסי).
מען האט געדאווענט שנעל כנהוג. נאך מנחה האט מען געזאגט לדוד ה' אורי וישעי. מען האט געענדיגט ארום 6:05.
תיכף נאך מנחה האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אשרי 'תפלת נעילה' באש קודש ובבכיות עצומות, מען האט געזאגט די י"ג מידות ביי אלע שטיקלעך ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. פתיחה צו נעילה: הרה''ח ר' יצחק קליין הי''ו.
נאך קדיש תתקבל ארום 7:55 האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן די תקיעה גדולה און רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק לשנה הבאה בירושלים!.
רבינו שליט"א האט צוגעווארט ביז דער גרויסער מנין ענדיגט און דאן זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
נאך מעריב האט רבינו שליט"א אנגעטוהן די שיך, און דערנאך אריבער אין היכל תהילת יהוסף, און געמאכט הבדלה און געמאכט א ברכת על הגפן.
דערנאך ארויס אויף קידוש לבנה פארענט פון ביהמ''ד און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוטע חודש און א גוט געבענטשט יאר.
נאך קידוש לבנה צוריק אריין אין היכל און אויסגעפאסט, מען האט געזינגען ניגוני יו''ט דער רבי האט געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און מען האט ארויסגעלייגט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיטן ניגון אשרי העם. מען האט געענדיגט ארום 8:45.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד בן הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן דעם קאפל און די ציצית און מאציל געווען מברכת קדשו.
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש
ארום 11:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אנקומען איז דער רבי ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מען האט אריינגעברענגט די סדר המאכלים ווי יו''ט, במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני יו''ט ונגוני שמחה, און מיט ניגוני התעוררות מתפילת היום.
ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר בגשמיות א גוט געבענטשט יאר ברוחניות, און ממשיך געווען איבער די מחלוקת פונעם קאזניצער מגיד זיע''א מיטן חוזה מלובלין זיע''א צו הקב"ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות אדער קודם רוחניות, און דער רבי האט געזאגט אז הקב"ה איז א כל יכול און קען משפיע זיין גשמיות מיט רוחניות צוזאמען.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען נגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן האדרת ואמונה בעוז ותעצומות א לענגערע צייט. מיטן זמר המבדיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרה''ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט''א מרבני קהלתינו.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל 'יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און געטייטשט אז בזכות פון יעקב אבינו וועלכע האט מקבל געווען די קידושין פאר כלל ישראל ביי מתן תורה האבן אידן א דין פון אשה לבעלה צו הקב"ה, און די הלכה איז אז ווען א פרוי צוברעכט א זאך אין שטוב איז מען פטור, במילא ווען א איד טוט ח"ו אן עבירה און איז פוגם בעולמות העליונים איז מען פטור, אזוי אויך איז הקב"ה מחיוב צוצושטעלן אלע חיובי בעל לאשה, און דער רבי האט צוגעלייגט זאגענדיג אז פון יעקב אבינו זעט מען אז הקב"ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות און נאכדעם רוחניות, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר גאנץ כלל ישראל.
מען האט ממשיך געווען מיט נגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט און א גוט שבת.
מען האט געענדיגט ארום 12:50, ווען מ'האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה ובזמרה.
אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים נייעם בנין הבית רחל אויף בעדפארד ביי קיעפ ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולע בנין וועלכע ווערט פארענדיגט אין די יעצטיגע וואכן במלא הדרו.
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
