בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי' כסלו תשפ"ו11/30/2025

באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

מיטוואך פרשת תולדות - הר הצופים, בית שמש, ירושלים


אינדערפרי נאך די מקוה אום 8:50 האט רבינו שליט"א פארלאזט בית האכסניא אויפן וועג צו הר הצופים מול מקום המקדש, ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 9:05.
רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ספעציעלע פלאטפארמע ווי רינגס ארום זענען געווען שווערע הונדערטער אנ''ש מרחבי ארה"ק און אויך האט זיך שוין אהנגעזעהן פרישע געסט פון חוץ לארץ, מען האט געזינגען מערערע נגוני גלות וגאולה אמונה בביאת המשיח בשעת דער רבי האט מאריך געווען בדמעות בצפייה לגאולה.
דערנאך האט מען געזאגט די קאפיטלעך תהילים און דער רבי האט געריסן קריעה און געזאגט דעם ברכה דיין האמת און אויסגעבראכן אין שטורמישע בכיות בבכי ומספד וועלכע האט אויף געציטערט די הונדערטער באטייליגטע.
נאך לענגערע מינוטען ביים פארענדיגן האט דער רבי נאכגעזאגט אז עס שטייט 'שישו אתה משוש כל המתאבלים עליה' אז אויב פרייט מען זיך שוין יעצט מיט די גאולה העתידה וועט מען זוכה זיין זיך צו קענען פרייען ביי די גאולה השלימה, און דער רבי האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון 'יבנה המקדש' און מיט גרויס שמחה ארויס אין א פייערדיגע טאנץ אויפן פלאץ ברגשי געגועים.

נאכן מעמד ארום 9:45 האט רבינו שליט"א פארלאזט הצופים אויפן וועג קיין בית שמש ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 10:25.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען בבית מדרשינו אין שכונת רמת אברהם אין בית שמש צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי מוסדותינו הק', און צום ערשט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון קינדער מיט א שטארקע קורת רוח און ארום צווישן די טישן און פארהערט די קינדער.

דערנאך האט דער רבי געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל הירש הי"ו (בית שמש).
בעל תפילה: ר' שמעון יאזשעף הי"ו (בית שמש)

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הת"ת, די קינדער האבן פארגעזינגן עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און דערביי פארגעשטעלט די השתלשלות פון די מוסדות וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך רבינו שליט''א, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אברהם מאיר דירנפעלד שליט''א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א בשם די תלמידי המוסדות און דערנאך איבערגעגעבן פארן רבין א קוויטל כוללות פון די שעות רצופות מיט וואס די קינדער האבן זיך געגרייט צום געהויבענעם באזוך.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מנהלים און מלמדים און פאר די הנהלת הת"ת פון בית שמש און פון חוץ לארץ, און משמיע געווען דב''ק הדרכה פאר די קינדער און מחזק געווען די הנהלת המוסדות פון בית שמש און חוץ לארץ וועלכע געפינען זיך אין ביהמ''ד און געוואונטשן פאר די מוסדות "זה הקטן גדול יהיה" און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די מלמדים און קינדער.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע קינדער. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום שכינותדיג'ן ביהמ"ד קהל חסידים בשכונת רמת אברהם בראשות הגאון ר' אשר אולמאן שליט''א, ווי עס איז פארגעקומען א יציקות הבורות פאר די נייע מקוה וואס ווערט געבויעט נעבן ביהמ"ד, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען דעם רב הביהמ"ד צו גיסן, און דערנאך אריין בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וקבלת פנים, מען האט געזינגן עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אביעזר שפירא הי"ו מגדולי תומכי כוללינו אין בית שמש, עס האט אויפגעטרעטן ר' אביעזר הי"ו און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך בבנין מוסדותינו הק', דער רבי איז אריין אין אלע כתות אויף אלע שטאקן און פארהערט די קינדער די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט.

דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו מראה"ק והמוסדות.

ארום 3:30 האט דער רבי אנגעהויבן זמני כניסה פאר אנשי שלומינו תושבי בית שמש, עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר קרוב צו 3 שעה נאכאנאנד להפקד בדבר ישועה ורחמים.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת ראזענבוים - מחסידי גור בית שמש, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: ר' יוסף חיים דאנציגער הי"ו.
נאך מנחה זענען אריין בקו''פ בחורי שלומינו פון בית שמש, דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה, און פארטיילט ספרו אמרא טבא פאר די בחורים.

ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין בית מדרשינו אהל יהושע צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חברי קהילתינו הק' לע"נ רבותינו הק' זיע''א.
מען האט געזינגן ניגוני התעוררות, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו מגדולי נדבני הספר תורה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען הגאון הגדול ר' שמואל בראנסדארפער שליט"א חבר הבד"ץ צו טאנצן מיטן ספר תורה, און הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהילתינו ב"פ וועלכע האט ארויסגעפירט די ספר תורה פון ביהמ''ד.

פון דארט ארום 8:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' נתן קופשיץ שליט"א גאב''ד קרית נחלה ומנוחה בית שמש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ברית מילה, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש וחבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה''ק, עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס איבער הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט אין די טעג, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און פאר חתנו האדמו"ר מנדבורנא בית שמש שליט''א, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי ש"ב כ''ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות לבית וויזניץ, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען צום הכנסת ספר תורה דורך קהלתינו הק' לע"נ רבותינו הק' זיע''א, אין א ספעציעלע ארויסגעדינגענע זאל, דער רבי האט איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך איז דער רבי ארויף אין א זייטיגע שטוב און געדאווענט תפילת מעריב, בעל תפילה: ר' שלום בר"י מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).

ארום 10:00 אויפדערנאכט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אינעם זאל צום מסיבת לחיים לרגל הכנסת ספר תורה.
ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ''ק אדמו"ר מוויזניץ בי"ש שליט"א, כ''ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, און נאך פילע רבני העיר.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א, און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די קהילה און פון די מוסדות וועלכע שטייט היינט אינעם יובל העשור, א פלאץ וואו רבינו שליט"א האט אליינס אויפגעשטעלט מוסדות און איז נישט געווען בעפאר דעם.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און משלב געווען סוף התורה לתחילתה און ארומגערעדט לענגערע הדרכה פאר אנ"ש תושבי בית שמש און געזאגט אז אנדערש ווי אנדערע שטעט איז אין קהלתינו הק' אין בית שמש נישט דא קיין עלטערע אידן אויף וועם ארויפצוקוקן במילא דארף יעדער זיכער מאכן זיך אויפצופירן ווי עס פאסט אז די קינדער זאלן האבן אויף וועם ארויפצוקוקן, און שטארק מעורר געווען בעניני צניעות ובעניני דעות והשקפה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 10:40, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ירושלים עיה"ק.

אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין טעלזסטון ווי עס איז פארגעקומען א יציקת היסודות פאר די נייע בנין פון בית החלמה ליולדות, דער רבי איז ארום זיך אומקוקן אינעם גאנצן בנין אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גבריאל פאפענהיים הי"ו מנהל המוסד.
דער רבי האט געגאסן די יסודות, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און אנגעוואונטשן פאר די הנהלה און פארן אנוועזנדער ציבור.

ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו אין ירושלים ווי דער רבי האט ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו תושבי ירושלים עיה"ק, עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר עטליכע שעה נאכאנאנד ביז ארום 2:20 שפעט אויפדערנאכט ווען אלע

אנ''ש אין ירושלים עיה''ק האבן געהאט די זכיה אריינצוגיין בקו''פ.

בעת די זמני כניסה זענען געווען באזוכן בקו''פ.
- ביקור גומלין דורך כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט.

- כ''ק אדמו"ר מביאלא שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו

- כ''ק אדמו"ר מטריסק שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

- הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט''א בן האדמו"ר מבעלזא שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בעפארשטייענדער חתונה הגדולה פונעם עלטסטן אור אייניקל פון רבינו שליט"א, און איבער די גרויסע יחוס פון די חתן כלה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. אויפן וועג ארויס האבן איינע פון די באגלייטער פון ר' אהרן מרדכי שליט"א זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אהערשטעלן און פינאנצירן דעם 'מרכז עזרה ויעוץ' שע"י העדה החרדית און דערציילט וויאזוי ער און אנדערע זענען געהאלפן געווארן דורך די מצילים שיחיו.

- הגאון רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א בעמח"ס פסקי תשובות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה והלכה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

- הגאון ר' משה סאלאווייטשיק שליט''א ר"י בריסק שכונת אחוה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' נחמן יעקב פוקס הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך די זמני כניסה ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אינעם בנין פונעם ארגענעזאציע 'מעלה', דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות המוסד, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן די עוסקים במלאכת הקודש, און פארן אנוועזנדן ציבור, און דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️