זונטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר פישל כ''ץ הי"ו.
- ב"ר שמחה מאיר פאלקאוויטש הי"ו.
- ב"ר זאב אלעזר רייכמאן הי"ו.
- ב"ר שאול יחזקאל גליק הי"ו.
- ב"ר יחיאל אלתר פאללאק הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דעם בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול רבי מתתי' דייטש שליט"א גאב"ד שכונת רמת שלמה בירושלים עיה"ק ובעל שו"ת. נתיבות אדם, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון קרוב צו א שעה צייט בדברי תורה והלכה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויס באגלייט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 6:20 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יעקב יצחק שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אפרים זעלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:50 האט דער רבי געליינט די תנאים בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק יונה זאבעל הי"ו.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום צענטראלן שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו בהשתתפות אלפי אנ''ש, צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות, במשך די שבע ברכות האט מען געזינגען פילע ניגוני שבח והודאה ושמחה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק וועלכע האט ארויסגעברענגט די הרגשים פון חברי קהלתינו הק' מיט די גרויסע שמחה בבית רבינו שליט''א און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דערנאך אויפגערופן דעם רב שליט"א.
דער רב שליט"א האט געזאגט דברי תורה לכבוד די שמחה און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי קר"י און די זכי' וואס זיי האבן זיך צו מסתופף זיין בצל הקודש פון רבינו שליט"א יעדע שבת ובפרט די געהויבענע ימים טובים, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן חתן און פונעם מחותן חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר רבינו שליט"א אז עוד ינוב בשיבה עד ביאת גואל צדק בב"א.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני נשואין און משלב געווען יו"ט חנוכה מיט נשואין, און דערנאך ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט חנוכה הבעל"ט און מעורר געווען צו לערנען ספר בני יששכר אויף חנוכה אלץ הכנה צו חנוכה, 'דער יו"ט איז גאר אנדערש נאכן לערנען אזא הייליגע ספר בני יששכר' דער רבי האט מסיים געווען בשבח צו הקב"ה אויף די גרויסע שמחה פון חתונה מאכן א דור רביעי למז"ט, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור אז יעדער זאל זוכה זיין צו חתונה מאכן א דור רביעי און זיך משתתף זיין בבריאות השלימות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און עס איז פארגעקומען א פאנעל בדברי בדחנות דורך הרה''ח ר' חיים הערש גלאנצער הי''ו און הרה''ח ר' יואל ברוין הי''ו.
- ברכהמ''ז: דער זיידע הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:15 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
