בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגז' תשרי תשפ"ו9/29/2025

באריכט
מאנטאג פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

- פתיחה: ר' מרדכי עפשטיין הי"ו.
- כהן: ר' משה ברא"ש כ"ץ הי"ו.
- לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א.
- שלישי: רבינו שליט"א.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט פילע געסט פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען וויילן אויף חודש תשרי בצל הקודש.
- הגבה: נכד רבינו הב' חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א בהיכל הביהמ"ד.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א. ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'ישעיהו' נאך הרה"ק בעל מעשי למלך מווייטצען זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אויך זענען אריין בקו''פ חברי התאחדות אברכים דקהלתינו הק' אין וומסב"ג מקבל זיין ברכת הקודש לרגל התחלת חבורת לימוד ירושלמי מיוחד דוקא פאר די וועלכע האבן שוין מסיים געווען ש"ס במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים פון די חבורה און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען דער סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד צד דרום, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן חדב"ן הגה"צ שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק מכ'ל חטאתיכ'ם לפנ'י ה' וואס די ס"ת איז 'מילה' און געטייטשט אז בזכות מילה ניצט תשובה, און ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורים איבער די קשר פון רבותיה"ק לבית סיגוט זיע''א מיט הרה"ק בעל מעשי למלך זצ"ל און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:45.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א בשכונת ברך משה המורחבת ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.

אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די ימים הנוראים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 11:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20 און מעריב ארום 11:15, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און נאך מעריב געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 309