מוצ"ש זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה סניף קדושת יואל אינאיינעם מיטן מנהל הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י, מקבל זיין ברכות קדשו לקראת די נסיעה לקברי רבותינו הקדושים באייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען דברי הדרכה, דערנאך זענען די בחורים אריבער נעמען ברכות קדשו פון רבינו שליט''א.
ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די מעמד חלוקת הוספות התמיכה פאר עטליכע חבורות רבני מבצר הכוללים בקר''י, וועלכע האבן זיך פארהערט אויף פארשידענע מקצועות, בנדבת הרה''ח ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו. ביים מעמד זענען אויך אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א וועלכע האבן פארהערט די רבני הכולל, אזוי אויך די ראשי והנהלת הכולל, און דער רבי האט פארטיילט די גרויסע סכומים פאר די אינגעלייט, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן הרה"ח ר' משה יעקב יוסף הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד יודא זילברשטיין הי''ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' נפתלי צבי בראדי שליט''א (בני ברק).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' אליעזר דוב כהן הי''ו (בני ברק), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שרגא ענגעל הי''ו (בני ברק).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ולקחת מראשית כל פרי האדמה' און געטיישטש אז מיטן כח פון מצות מילה וואס מיינט קבלה במסירת נפש איז מען זוכה צו שכר בעולם הבא בלי קצבה.
קה אכסוף: הרה''ח ר' מרדכי מיטטעלמאן הי''ו (וומסב''ג), ברכהמ"ז: הרה''ג ר' נפתלי צבי בראדי שליט''א (בני ברק).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' מרדכי דוב האראנסטייפלער זיע"א, וואס די יארצייט איז געפאלן היינט זונטאג כ''ב אלול. קה רבון עלם: הרה''ח ר' יוסף יחיאל ברייטשטיין הי''ו (בית שמש).
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:35.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' שלמה ברוך בר''מ טייטלבוים הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמעון פריעדמאן הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יואל שטיין שליט"א מו''ץ בקהלתינו וחבר הביד"צ דהתאקה"ח לאנדאן.
עליות. כהן: החתן ב"ר יואל כהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו (וומסב''ג), שלישי: החתן ב"ר דוד יודא זילבערשטיין הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, אחרון: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, מפטיר: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו מנהל מוסדותינו בית שמש, הגבה: הרה"ח ר' וואלף שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ד כהן הי"ו.
מוסף: הרה''ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרב חיים מאיר שטיין נכד האדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:30. מנחה: הר''ר חיים אלישע גראסמאן הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יצחק אליקים שווארץ הי''ו, לוי: ר' חיים אלעזר היימליך הי''ו, שלישי: הר''ר מרדכי ארנסטר שליט''א (ירושלים), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'יקומך ה' לו לעם קדוש' און געטיישטש אז אין חודש אלול איז אלעס מיוחד אויפן ענין פון תפילה אסאך מאל איז אבער די בחינה סגר עליהם המדבר עס איז שווער ארויסצוזאגן ריכטיג דבורים פארן הייליגן באשעפער, איז אבער די עצה גניחי גניח ילולי ילול, דער הייליגער באשעפער פארשטייט וואס עס מיינט א קרעכץ פון א אידיש הארץ א טרער פון א איד'ס אויג, דאס איז אבער נאר אויב מען פירט זיך בקדושה, אבער מיטן כח פון שבת וואס איז משפיע קדושה אויף אידן איז מען אויך זוכה צו דעם. און מאריך געווען בבכיות דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין יקומך ה' לו לעם קדוש מען זאל נישט קענען שלעכטס טוען דעם הייליגן חינוך לבנים ולבנות, יקומך ה' לו לעם קדוש איז א הבטחה אז אידן וועלן בלייבן א הייליג פאלק און מען וועט נישט משנה זיין גארנישט אפילו קיין זיז כל שהו אפילו ווען עס איז שווער, און מסיים געווען בברכות לרוב עס זאל זיין תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה און א כתיבה וחתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל.
ידיד נפש: הרה''ח ר' וואלף שווארץ הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
פרייטאג ערש''ק כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"א פייערשטיין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר מרדכי שבתי ווערצבערגער הי''ו. ב"ר ישראל מנחם ליכטענשטיין הי''ו. ב"ר יואל אונגאר הי''ו. ב"ר דוד זינגער הי''ו.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם צבי עזריאל שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יעקב ישראל קטינא הי"ו. ב"ר אלי' רייזמאן הי"ו. ב"ר דוד יודא מאנדעל הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
נאכן דאווענען זענען אריין בקו'''פ בחדרו הפרטי די מציונים תלמידי הישיבה סניף ברך משה וואס האבן זיך פארהערט אויף גאנץ מסכת בבא בתרא בעל פה, און דער רבי פארטיילט א ספר תהילים פאר אלע בחורים מיט וואס דער רבי האט זיך באנוצט במשך די לעצטערע וואכן. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:00 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם פינפטן סוגיא שיעור און די סוגיא פון 'אין שליח לדבר עבירה' און בעפארברייטונג צום דרשת שבת שובה, נאכן שיעור איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ"י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען דברות קודש והדרכה לימי בין הזמנים. מען האט געענדיגט ארום 1:45.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 6:15 נאכמיטאג ביז אום 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
מיטוואך פרשת כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין וומסב''ג, דער רבי האט געלייגט טו"ת אין ביהמ"ד, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין בארא פארק צו די זמני כניסה לקראת הימי הרחמים והרצון.
ביים אנקומען אין בארא פארק איז דער רבי אריבער אין שטוב פון בנש"ק הרה"ח ר' מנשה הלוי הורוויץ הי"ו, ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט אריינגעגעבן דעם פרייטאג נאכמיטאג צו ביהמ"ד ריגליץ אין בארא פארק, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת המנוח הרה"ח ר' זלמן לייב ראזענפעלד ע"ה.
נאכמיטאג ארום 6:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול, ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה, און איז גלייכצייטיג פארגעקומען צוזאמען מיט די יערליכע מסיבה לטובת קופת רבינו - אבני חסד, ווי די חשוב'ע נדבנים האבן געהאט די זכי' אריין צו גיין אל הקודש פנימה איבער געבן זייער נדבה.
ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.
צווישן די הונדערטער אנ"ש תושבי בארא פארק וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה להפקד בדבר ישועה ורחמים, האבן זיך אנגעזען, רבני ודייני קהילתינו און צענדליגער רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה. צווישן אנדערע: הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסעדערהעלי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, הגה"צ אב"ד בריזדאוויץ שליט"א אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד ראדאוויץ שליט"א, הרה"ג ר' יוסף מאיער שליט"א ר"י מאור התורה און נאך. עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועס'ן און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ר' שמואל יונה שלעזינגער הי"ו, ווי דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות ומאציל געווען מברכות קדשו.
דינסטאג פרשת כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל שלמה זלמן כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט דער רבי געהערט א באריכט פונעם בוי מייסטער און פון די גבאים איבער די הרחבת גבולי הקדושה און איבער די עפענונג פונעם מקוה המפואר דעם מיטוואך, און די חדרי התפילה וואס וועט אנהייבן מיט מנינים שחרית מנחה און מעריב בימי החול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד ישעי' ווייסמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וסיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל, ורמ"י הישיבה, און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש לרגל סיום הזמן און ארויסגעברענגט בשבח פונעם ישיבה וואס האט קונה געווען א שם טוב, און מסיים געווען בדברי חיזוק וברכות קדשו פאר די בחורים. נאך די מסיבה האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר די תלמידי הישיבה א סעט פון ספר קדושת יואל.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 5:00 נאכמיטאג ביז אום 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און תפילת מעריב ארום 11:05, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפגענומען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday18 Elul 57829/14/2022
Report
מאנטאג פרשת כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר פרידלענדער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו. בן הרב אברהם יואל לאפלער שליט"א. ב"ר יצחק גאלד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א בן הגה"צ יקותיאל יהודה שליט"א דומ"ץ מכון להוראה, חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. רבינו שליט''א איז געווען סנדק ומוהל. סנדק מעומד: דער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, ברכות: דער זיידע הרה"צ ר' ישראל דאכנער שליט"א. ויקרא שמו בישראל שלום דוב נאכן זיידן הגה''צ אב"ד מילדוי זצ"ל שווער פונעם זיידן הרה''צ ר' ישראל דאכנער שליט"א.
נאכן ברית איז דער עולם אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכלי הפאליש, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א, און דער זיידע אב"ד סיגוט שליט"א. יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א,. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ רבי יקותיאל יהודה שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני משפחה. מ'האט געענדיגט ארום 1:30.
ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטן סוגיא שיעור און די סוגיא פון 'אין שליח לדבר עבירה' און בעפארברייטונג צום דרשת שבת שובה, מען האט געענדיגט ארום 2:30. נאך סוגיא זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים פון סניף ברך משה מקבל זיין ברכת קדשו צו די נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע.
נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה''ח ר' יואל דאנציגער ע''ה, דער רבי האט אריין געשריבן די אותיות, און ארומגערעדט איבער די שערוריה פון די פסול'ע מזוזות און דערביי געוויזן פאר'ן סופר עטליכע פסול'ע מזוזות. דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן אלמנה און די גאנצע משפחה.
ארום 6:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צום הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרבני הנגיד ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי חיים יהודה ליבוש באב"ד שליט''א ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 1:00 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday17 Elul 57829/13/2022
Report
זונטאג פרשת כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ''ד עצי חיים סיגוט אין וויליאמסבורג. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. בן הר''ר אלי' אלטר האראנטשיק שליט''א. בן הר''ר צבי מאיר גאטליב שליט''א. ב''ר שמעון אלעזר מארמארשטיין הי''ו. תאומים בני ר' אליעזר יצחק פעלדמאן הי"ו. ב"ר וואלף ווייס הי"ו. רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט די יארצייט פון זקינו הרה''ק רבי ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זצ''ל. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
נאכמיטאג איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון ארום 2:45 ביז אום 6:30 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. נאך די זמני כניסה האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:30 איז רבינו שליט''א אהנגעקומען בבית מדרשינו המפואר בנין בראך, ווי סאיז געווען פארזאמלט א ריזן ציבור לכבוד די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורכ'ן בונה ומקים בנין ביהמ"ד הרבני הנגיד מוה"ר אברהם בראך הי''ו, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש בעוז ותעצומות, און מכבד געווען דעם נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם הי''ו אריינצולייגן די ס"ת אין ארון הקודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
און דערנאך איז דער רבי אריבער בבית בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א מפאר צו זיין די שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל חתנו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה, די חשובע זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און ס'האט זיך פארמירט א שמועס איבער'ן ציון אין וואלאווע און איבער קורות ימי חייו פונעם וואלאווע רב זצ"ל, וועמענס יארצייט איז געפאלן זונטאג. אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעווינטשן די יולדות.
ארום 10:05 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו בנין בראך צו די סעודה מפוארה לגומרה של תורה, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און עס האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א. דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה הרבני הנגיד ר' אברהם הי"ו, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "יקימך ה' לו לעם קדוש", און געטייטשט בעניני הכנסת ספר תורה, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ע נדבן ר' אברהם הי"ו וואס האט אהערגעשטעלט די הערליכע מקום לתורה לתפילה ולטהרה, און וואס דער נדבן טוט אלס אויף פאר קהלתינו הק' דאהי ובכל קצבי תבל ובפרט פאר די הייליגע מוסדות יטב לב אין בית שמש. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבער די כשרות סקאנדאל אין לעיקוואד, און ארויסגעברענגט די ווייטאג אז מ'פארלאזט זיך צו געבן השגחה פאר גוי'אישע אייגנטומער, און נאכמער אז אידן מיט בארד און פיאות מיט שטריימעל בעקישע פארלאזן זיך אויף די הכשרים, און מעורר געוועהן לתשובה ולתיקון המעשים בפרט יעצט בימי חודש אלול. דערנאך האט דער רבי דערמאנט דעם גזירות החינוך וואס הויערט אויפן יהדות ניו יארק, און געזאגט "תעיר ותריע להכרית כל מריע" מיט שופר וועט מען אפשטעלן די גזירות, אונז האמיר אן הבטחה "יקימך ה' לו לעם קדוש" ס'וועט פארבלייבן אן עם קדוש מיט'ן אויבערשטער'ס הילף לא ירעו ולא ישחיתו, עס וועט זיי נישט געלונגען צו טוישן נישט חינוך הבנים און נישט חינוך הבנות, אונז גיי מיר גארנישט משנה זיין קיינער וועט אונז נישט רירן אונז גיי מיר מחנך זיין אינעם עתיד אזוי ווי אונז האמיר מחנך געווען אינעם עבר, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:55.
ארום 11:45 איז דער רבי אנגעקומען אין לינדען ניו דזשערזי צום מעמד "פתיחת המוסדות וקביעת מזוזה" פאר מוסדותינו הק' אין לינדען, דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער הבנין, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרב הגאון ר' אלעזר מרדכי סופר שליט''א רב דקהלתינו לינדען, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א, הנהלת המוסדות, די נגידים, און פארן גאנצע ציבור, און משמיע געוועהן דברות קודש, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין לינדען, די אחריות וואס ליגט אויף די ערשטע תושבים וואס שטעלן דעם יסוד פאר די שטאט, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר אלע חשובע נדבנים ועסקנים. נאכ'ן לחיים האט זיך דער רבי אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין, און אריין אין די כתות, און מכבד געוועהן דער רב שליט"א צו קובע זיין א מזוזה, דערנאך איז דער רבי אריבער און זיך אומגעקוקט אינעם דערנעבנדיגע בנין פון די בית רחל. ארום 12:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday15 Elul 57829/11/2022
Report
מוצש"ק פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו צו די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריין געגעבן היינט זונטאג בבית מדרשינו המפואר ביהמ"ד בנין בראך', רבינו שליט"א האט אריין געשריבן די אותיות, דערנאך האט הרה"ח ר' אברהם הי"ו געצייגט פארן רבי'ן גאר אינטערעסאנטע ווערטפולע היסטארישע ספרי קודש אין כתבי ידות וואס ער האט אין זיין אוצר און דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי איבער געגעבן פאר ר' אברהם א טייערע מתנה א זילבערנע האניג האלטער און האניג, פאר זיינע פולע לייסטונגן לטובת מוסדות יטב לב אין בית שמש, און געוואונטשן לשנה טובה ומתוקה. דער רבי האט געטרינקן לחיים, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר אביו הרה"ח ר' שמואל חיים הי"ו, זיין שווער הרה"ח ר' חיים יהושע געלבשטיין הי"ו און פאר די גאנצע משפחה.
ארום 11:40 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די זאלן פון עידן פאלאס צום סיום מסכת קידושין וסיום הזמן פון כתה ט' מכינה לישיבה, ביים אנקומען האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דערנאך האט נכד רבינו הב' החשוב יקותיאל יהודה ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א געמאכט דעם סיום מסכת קידושין, און האט אויך דערנאך אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים לכבוד דעם געהויבענעם מעמד, דערנאך האט מען פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע. דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, עלטערן, און מרביצי תורה, און דערנאך משמיע געווען דב"ק. נאך די דב''ק האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים ספר אמרא דמר''א ט"ב על מסכת קידושין.
נאכ'ן סיום ארום 12:50 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט קיין ב''פ צום שמחת השבע ברכות בבית וויזניץ, וויען, דראהביטש, צוגעשטעלט דורך קהילת דראהביטש, ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען בבית הגה"צ אב"ד דראהביטש שליט"א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס מיט'ן מחותן הגה"צ אב"ד דראהביטש שליט"א איבער הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זצ"ל וועמעס יארצייט ס'געפאלט היינט זונטאג. דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"ג ר' מאיר מאיער שליט"א און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט די שבע ברכות אין א בעכער וואס איז נאכגעמאכט לויט דעם בעכער פון זקינו הגה''ק בעל ישמח משה זי"ע, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט'ן חתן ומחותנים שליט"א.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון העסקן ר' יודל פערלשטיין הי"ו צום שמחת השבע ברכות פון בנו החתן ני"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך געטאנצן מיט'ן חתן ומחותנים. ארום 2:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט''א (ב''פ) מנהל ישיבה לצעירים.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי אינעם ניי רענאווירטער בנין הילמאן. אריינקומענדיג האט דער רבי זיך אומגעקוקט ביי די אנגייענדיגע בוי רענאוואציעס.
ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל תהילות יוסף אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה לצעירים בוומסב''ג, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.
פאר מ'האט אויפגעגעבן די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה פאר די בחורים אויפן סמיכות פון די לא תעשה פון שעטנז ומצוות ציצית, פון דא לערנעט מען ארויס עשה דוחה לא תעשה, די טעם פון עשה דוחה לא תעשה איז ווייל אונסא כמאן דלא עביד אמרינן כמאן דעביד לא אמרינן פארדעם איז א עשה שטערקער, פון דעם דארף מען אראפלערנען פאר עבודת ה' אז תירוצים איז טאקע דא אסאך אבער אויפגעטוהן האט מען למעשה גארנישט, און עקסטער גערעדט פאר די בחורים צו לערנען אויף א ריכטיגע מהלך, פארשטיין א ענין לעומקה של תורה, גרונטליך בעיון, און נישט אויבערפלעכליך.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' הערשל הורוויץ שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט''א דומ''ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "לא תלבש שעטנז ופשתים יחדיו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה''ח ר' צבי עקיבה בריייטשטיין הי''ו מנהל מוסדותינו הק' בית שמש, ברכהמ"ז: הגה''צ אבד''ק בית אהרן שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' יעקב ישראל מטשערקאס זי"ע, וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג י''ג אלול. קה רבון עלם: הרב נחמן כהנא שליט''א בן האדמו''ר מסארעדנא שליט''א (בני ברק).
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און ביר און מען האט געזינגען ניגוני שמחה דער רבי האט טועם געווען און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, די זיידעס און דעם גאנצן ציבור. אזוי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' יואל ברח''א בערגער הי''ו. ר' יואל בר''י ווייס הי''ו. ר' אלכסנדר מיטטלמאן הי''ו. ר' שמואל בר''ש בראך הי''ו. ר' שמחה בונם קאהן הי''ו.
אז ביום השביעי: הרה''ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:35. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד.
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' שמשון אליעזר מערמעלשטיין שליט''א.
עליות. כהן: הרה"ח ר' ישראל חיים שלום יוסף קאהן הי"ו (מאנטריאל), לוי: החתן ב"ר בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו - באווארפן, שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' הערשל מיטטעלמאן הי"ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א, הוספה: בעל שמחה הרה"ח ר' יואל שלמה טייטלבוים הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לבתו הנולד למז''ט, אחרון: הרה"ח ר' יוסף עסטרייכער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמעון וואלדמאן הי"ו.
מוסף: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי''ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 12:35. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:40. מנחה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יוסף אהרן רובין הי"ו, לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, שלישי: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו (קרית יואל), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אלי' פאוועל הי"ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו (קרית יואל).
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'כי ה' אלקיך מתהלך בקרב מחניך' און געטייטשט אז, באמת זוכה זיין אז די זדונות זאל ווערן זכויות קען מען נאר דורך תשובה מאהבה, אבער אין א זמן פון כובד הגלות קען מען צוקומען צו דעם אפילו דורך תשובה מיראה, און האט ממשיך געווען בקול בוכים א לענגערע צייט מיט שיינע רמזים לרגל ימים הנוראים הממשמשים ובאים.
ידיד נפש: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב מוצ"ש האט רבינו שליט''א צוגעשיקט הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק רבי ישראל יעקב יוקל זצ''ל מוואלאווע, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 10:30
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
דאנערשטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא שטיין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אלי' בר"ח פארקאש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה.ַפארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר משה ברוך כלב ענגלענדער הי"ו. ב"ר מרדכי הירש הי"ו. ב"ר אלכסנדר גרשון ווייס הי"ו. ב"ר דוד משה שאמועל הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטן סוגיא שיעור און די סוגיא פון 'אין שליח לדבר עבירה' און בעפארברייטונג צום דרשת שבת שובה, מען האט געענדיגט ארום 2:55.
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה עסקנים פון די סעד ומרפא ארגאניזאציע בארה''ק, העסקן ר' מרדכי פריעד ושותפיו הי''ו, רבינו שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פעולות ומאציל געווען מברכות קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יחזקאל בערגער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א, באולם כינור דוד. ר' שמואל הכהן שעהנברוין הי"ו (וומסב''ג) - ר' אברהם יושע גפן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און נאך מנחה ביים זמן ר"ת געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ כ''ק אדמו''ר מטעמעשוואר שליט''א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו און ארויס באגלייט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday12 Elul 57829/8/2022
Report
מיטוואך פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' מרדכי אלי' מאסרי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' משה הלל וויינגארטן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יצחק וויינשטאק הי"ו. ב"ר יוסף בערקאוויטש הי"ו. ב"ר יואל בר"ל בערקאוויטש הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי האט געבלאזן שופר, דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
מיטאג ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף די ראצפערט גאס ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה טהרה וואס ווערט בעז"ה געבויעט פאר די אומגעגענט, עס איז אויך אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א און נאך רבנים פון די געגענט, דער רבי האט געגאסן די יסודות און מכבד געווען צו גיסן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א די רבנים שליט"א און די ראשי הקהלה ונדבנים, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, און עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 1:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטן סוגיא שיעור און די סוגיא פון 'אין שליח לדבר עבירה' און בעפארברייטונג צום דרשת שבת שובה, איידער דער רבי האט אהנגעהויבן דעם שיעור האט דער רבי ארויסגעברענגט בשבח והודי' אז דאס לעצטע מאל וואס מען האט געלערנט די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה, איז געווען פאר צוויי יאר צוריק בשעת תקופת הקאראנע ווען מען האט נישט געקענט פארלערנען ברוב עם נאר אויף א פריוואטן אופן בביתו נאוה קודש און בחסדי שמו הגדול קען מען שוין צוריק פארלערנען ברב עם, מען האט געענדיגט ארום 2:45.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 ביז אום 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים. ר' ליפא האלפערט הי"ו - ר' הערש אלימלך קליין הי"ו, באולם כינור דוד. ר' ברוך מרדכי דרעזדנער הי"ו (וומסב''ג)- ר' פנחס מענדלאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45, און מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' שמואל שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אלכסנדר ישראל לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל פאלאק הי"ו. ב"ר נפתלי הירצקא ברילל הי"ו. ב"ר אברהם הערש וועבער הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי האט געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
מיטאג ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שיכון סקווירא מנחם אבל זיין גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ובני משפחתו וחתנו האדמו"ר מזוועהיל שליט"א, ע"פ הרבנית מזוועהיל ע"ה, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים, און ארום 2:20 האט דער רבי פארלאזט שיכון סקווירא, אויפן וועג קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 5:00 ביז אום 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א דומ"ץ וראש ישיבת דינוב, בן כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די חתונה וואס קומט פאר דעם דאנערשטאג אויפדערנאכט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday10 Elul 57829/6/2022
Report
מאנטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משולם איסור לעווי הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים. ב"ר בנימין צבי שטערן הי''ו. ב"ר אברהם יושע גראס הי''ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 ביז אום 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים. הרה"ג ר' מאיר יעקב מויזקאפף ז''ל - הרה''ג ר' ישראל העניך שעהר שליט''א. ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו - ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' נפתלי צבי רוטנבערג שליט"א אדמו"ר מקאסאן בית שמש וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ''ל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די לעצטערע פעולות לטובה בעניני מזוזות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר משאץ מאנטריאל שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, זכרונות פון די באזוכן פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א אין מאנטריאל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday9 Elul 57829/5/2022
Report
זונטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים. ב"ר הערש לייב פישער הי''ו. ב"ר ברוך עקשטיין הי''ו. ב"ר מענדל פריעדמאן הי''ו. ביים דאווענען האט דער רבי פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' שמואל ברח"ד פריעד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' שמעון רובינשטיין הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים, אינאיינעם מיט די בעלי ברית בהיכל הביהמ''ד, ווי מ'האט געמאכט דעם מי שברך.
אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט"א געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' מנחם מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' במאנטרעאל, און הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א רב המכשיר אינעם נייעם פלייש געשעפט דקהלתינו הק' אין מאנטרעאל.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט''א בביתו נאוה קודש, מחותנו הגה"צ ר' יצחק דוד הורוויץ שליט"א אדמו''ר מראצפערט בראזיל, אינאיינעם מיט גיסו הגה"צ ר' זושא בעער שליט"א אדמו"ר מראצפערט מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער אידישקייט אין בראזיל, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
נאכן באזוך ארום 4:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 5:00 איז דער רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די לויה פון הרבנית מזווהיל ע"ה בת גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא, דער רבי איז אויך ארויף צום בית החיים און האט אויסגעווארט ביז נאך די קבורה. ארום 6:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קרית יואל. ביים אנקומען אויף קרית יואל האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יושע ברי"י ווערצבערגער ע"ה.
ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרבני הנגיד בנש"ק ר' יודא ווייס הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען דעם ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
רבינו שליט''א האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו - ר' יואל בר''י שטיינמעטץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' אלכסנדר אשר מרגלות שליט"א רב דקהל אהל משה - וויען עסטרייך, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה''ג רבי אלעזר מרדכי סופר שליט''א רב דקהלתינו הק' בלינדען ניו דזשערסי וועלכע האט געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש. שפעטער איז אריין בקו''פ האדמו"ר מראדוויל מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום סיום מסכת קידושין דורך די הונדערטער תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה, בהשתתפות פון די עלטערן און זיידעס. די בחורים האבן געזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש והדרכה לרגל סיום הזמן.
נאך די דב''ק האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א ספר על הגאולה ועל התמורה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, און נאך מנחה געזאגט די קדישים לכבוד די הילולא קדישא פון הגה"ק מרן הייטב לב זיע"א. קבלת שבת: הרה''ג רבי אלעזר מרדכי סופר שליט''א רב דקהלתינו הק' לינדען, ניו דזשערסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40, און ס'איז פארגעקומען אן אפיעל לטובת מוסד רב טוב. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הר''ר שלום יצחק שעהר הי''ו (אנטוורפען).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' מיכאל משה ברים הי''ו (בית שמש), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שלום לעווינטאהל הי''ו (ירושלים).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "כי יפלא ממך דבר במשפט" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה שבמקדש.
קה אכסוף: הרב חיים מאיר שטיין שליט''א נכד האדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א, ברכהמ"ז: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה''ק מרן הייטב לב זיע"א, וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג ו' אלול. קה רבון עלם: הרב מאיר פאנעט שליט''א בן האדמו''ר מדעעש היילענד מילס שליט''א.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און ס'איז פארגעקומען א שלום זכר לבן הנולד לר' אלי' בר''ח פארקאש הי''ו, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט''א מו''ץ בקהלתינו. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הר''ר דוד פאלקאוויטש שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' דוד שלמה בערגער הי''ו.
עליות. כהן: החתן ב''ר ישראל לייב כהן הי''ו, לוי: הרה''ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט''א מו''ץ בית מדרשינו דברי יואל, שלישי: החתן ב''ר יו''ט בערגער הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר אהרן וויינשטאק הי''ו, חמישי: החתן ב''ר דוד רובין הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' אלי' בר''ח פארקאש הי''ו. ר' מרדכי קרויס הי''ו. ר' משה הלל קרויס הי''ו.
שביעי: החתן ב''ר שרגא גאנדעל הי''ו, אחרון: הרה''ג רבי מרדכי אלעזר סופר שליט''א רב קהלתינו לינדען, מפטיר: הרה''ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי''ו (בראזיל), הגבה: הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יעקב הערש פערל הי''ו.
מוסף: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יונה דוד פערל הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:00. מנחה: הרה''ח ר' פנחס שפירא הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יוסף אהרן הכהן רובין הי''ו, לוי: הרה''ח ר' מיכל פריעדמאן הי''ו (מאנטשעסטער), שלישי: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אלי' שפיצער הי"ו (קרית טאהש).
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''וה' אמר לכם לא תוסיפון לשוב בדרך הזה עוד'' און געטייטשט אז עס איז דא צוויי אופני תשובה איינס דורך מידת הרחמים דורך א רוח טהרה ממרום, די צווייטע איז חלילה דורך מידת הדין, דורך עוסק זיין במידות צדקה איז מען זוכה אז עס ווערט נתהפך מידת הדין לרחמים, אויך דורך עוסק זיין בתורה ושבתי בבית ה' איז מען זוכה לחזות בנועם ה' צו א קריאה של חיבה משמים, און ממשיך געווען בדברי התעוררות לימי הרחמים והרצון.
ידיד נפש: הרה''ח ר' חיים אלעזר שפיצער הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה''ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט"א בבנין גאלדשטיין אויף די רימונוב גאס. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם שאול יעקב פריעדמאן הי"ו. ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו. רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה''ק מרן הייטב לב זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און הב' ישראל ב"ר יואל פאלאטשעק הי"ו האט געמאכט א סיום אויף מסכת יומא, און דער רבי האט געזאגט קדיש, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען קורצע דב"ק לרגל סיום הזמן.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יואל האלפערט שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער, און דערנאך פארטיילט שריים פאר עטליכע אייניקלעך.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יואל ברי"ד לאנדא הי"ו. ב"ר יואל גראס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ו'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש, חבורות בית אולפנא שע"י תלמידי שיעור ב' פון מתיבתא הק' סניף קדושת יואל אינאיינעם מיטן מנהל הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, אפנעמען דעם ברכת הקודש לרגל דעם סיום הש''ס צעטיילט אין די גאנצע חבורה, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די סדר הלימודים, און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די חבורה, דערנאך זענען אלע בחורים אריבער און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכמיטאג ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול במאנסי, ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה, בחדרו הפרטי, פאר הונדערטער אנ"ש תושבי מאנסי לקראת הימי הרחמים והרצון, וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה להפקד בדבר ישועה ורחמים
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה''ק מרן הייטב לב זיע''א. און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 10:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדהל''ק, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט דעם סיום ששה סדרי משנה וועלכע איז געלערענט געווארן דורך די חברי הקהילה און געזאגט די קדיש. במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א אב"ד עצי חיים סיגוט מאנסי, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
ארום 11:00 האט דער רבי אנגעהויבן משמיע זיין דברות קודש והדרכה דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר' און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע און פון זיין געוואלדיגע צדקות און קדושה, און ארויסגעברענגט רגשי לבבו די זכי' וואס מען האט געהאט צו זיין די יאר אויף שבת אין סיגוט, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' במאנסי, בפרט פון בית מדרשינו הגדול וואס איז א תל תלפיות און געט ארויס אזויפיל תורה ותפילה און צדקה וחסד, די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק' סיי ביי די ת"ת און סיי ביי די בית רחל, ווי מען בויעט יעצט נייע בנינים, און דערמאנט אז מען גרייט זיך צו בויען נאך א בנין פאר די ישיבה קטנה, און מען האפט בקרוב צו עפענען א נייעם פלייש געשעפט פאר די שטארקע געברויך פון אנשי שלומינו, און ארויסגעברענגט לשבח פון אנשי שלומינו אז רובא רובא באלאנגען אינעם מחנה אלוקים, און דערמאנט דעם היסטארישן אסיפת נשים צדקניות וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין קרית יואל און געבעטן מען זאל עס אויך מאכן אין מאנסי און דער רב שליט"א זאל משמיע זיין לדעת את הדרך אשר ילכו בה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט שבע ברכות פון עטליכע חתנים מאנשי שלומינו. מען האט געענדיגט ארום 11:45.
נאכ'ן טיש האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 1:15 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך מוה"ר יודל פערלשטיין הי"ו (ב"פ), דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
נאך די זמני כניסה ארום 1:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בקר''י, אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי די פלאץ ווי עס וועט בקרוב געעפענט ווערן דער לאקאל פאר די פלייש געשעפט אין מאנסי, ווי הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק, האט צוגעוויזן פאר'ן רבי'ן די פלענער און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday5 Elul 57829/1/2022
Report
מיטוואך פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור בן הרב ישעי' זילבערשטיין הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"א פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך בנש''ק הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו, לע''נ האור החיים הקדוש זיע''א און ווערט אריינגעגעבן דעם זונטאג כי תצא אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און דערנאך געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פון ר' יודא הי"ו לע"נ פונעם אור החיים הק', און איבער די חבורות אור החיים הק' בהיכלי המתיבתא בנדבת לבו הטוב, אויך האט ר' יודא איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די פלענער פונעם גיגאנטישן 6 שטאקיגען בנין ביהמ''ד המפואר ובנין ישיבה קטנה וואס וועט בקרוב געבויעט ווערן אויף די חברון גאס, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל אברהם יעקב ברייער הי"ו (נייטרא) - ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו. ר' נתן ברוינער הי"ו (וומסב''ג) - ר' דוד שטוהל הי"ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, נאך מעריב זענען אריין תלמידי ישיבת עסק התורה סניף טשעסטער בהנהלת הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה קומענדיגן וואך למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה, און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים, ומאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday4 Elul 57828/31/2022
Report
דינסטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר אשר זעליג בלייך הי"ו. ב"ר ישראל לייב כהן הי"ו. ביים דאווענען האט דער רבי געזאגט די קדשים לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת אשת חבר פון הרה"ק ר' ישראל יעקב יוקל זצ"ל מוואלאווע, בתו של הגה"ק מרן הייטב לב זצ"ל. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק לרגל סיום הזמן און מסיים געווען בברכות קדשו.
אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך דער רבי באטייליגט ביים לויה פון הרה"ח ר' אברהם יושע ברי"י ווערצבערגער ע"ה, פארענט פון ביהמ''ד ברך משה.
מיטאג ארום 2:45 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' הערשל בערקאוויטש הי"ו ע"פ אשתו ע"ה. פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יושע צבי בן שרל גליק הי"ו לרפו"ש, פון די געשעדיקטע אין די טעראר אטאקע מוצש"ק נחמו בארה"ק, אויף א קורצע ביקור חולים.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 5:15 ביז אום 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה''ק שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט"א צום שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מיטוואך כי תצא אין בארא פארק, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך איז אריין מחותנו הגה"צ ר' קלמן יושע באב"ד שליט"א אב"ד דראביטש ב"פ, מקבל זיין ברכת קדשו לקראת די חתונה פון בתו הכלה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday3 Elul 57828/30/2022
Report
מאנטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר. דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ו'.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א אסיפה אינאיינעם מיט רבני ועד משמרת חומתיך הגה''צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א חדב''ן, הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, ראשי הקהילה און חברי וועד הצניעות, אין שפיץ פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, ווי מען האט דן געווען א לענגערע צייט די תקנות ותיקונים גדולים בעניני הצניעות לנשים בקרית יואל, דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן אויף די תקנות, און מכבד געווען הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א אינטערצושרייבן.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' חיים דוד פריעד הי"ו - ר' מאיר ברח"א שפיטצער הי"ו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים. ר' ישראל לייב כהן הי"ו - ר' יואל בר"ה בראך הי"ו, באולם פון כינור דוד. ר' יואל ברי"י שווארץ הי"ו - ר' חיים טורנהיים הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים. ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו (מאנסי) - ר' יחזקאל גאלדשטיין הי"ו. הר''ר חיים משה כ"ץ שליט''א - הר''ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט''א.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.