בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday12 Elul 57829/8/2022

Report
דינסטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שמואל שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אלכסנדר ישראל לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל פאלאק הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא ברילל הי"ו.
ב"ר אברהם הערש וועבער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי האט געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שיכון סקווירא מנחם אבל זיין גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ובני משפחתו וחתנו האדמו"ר מזוועהיל שליט"א, ע"פ הרבנית מזוועהיל ע"ה, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים, און ארום 2:20 האט דער רבי פארלאזט שיכון סקווירא, אויפן וועג קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 5:00 ביז אום 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.

ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א דומ"ץ וראש ישיבת דינוב, בן כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די חתונה וואס קומט פאר דעם דאנערשטאג אויפדערנאכט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️