דינסטאג פרשת כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל שלמה זלמן כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט דער רבי געהערט א באריכט פונעם בוי מייסטער און פון די גבאים איבער די הרחבת גבולי הקדושה און איבער די עפענונג פונעם מקוה המפואר דעם מיטוואך, און די חדרי התפילה וואס וועט אנהייבן מיט מנינים שחרית מנחה און מעריב בימי החול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד ישעי' ווייסמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וסיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל, ורמ"י הישיבה, און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש לרגל סיום הזמן און ארויסגעברענגט בשבח פונעם ישיבה וואס האט קונה געווען א שם טוב, און מסיים געווען בדברי חיזוק וברכות קדשו פאר די בחורים. נאך די מסיבה האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר די תלמידי הישיבה א סעט פון ספר קדושת יואל.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 5:00 נאכמיטאג ביז אום 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און תפילת מעריב ארום 11:05, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפגענומען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️