בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday10 Elul 57829/6/2022

Report
מאנטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משולם איסור לעווי הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר בנימין צבי שטערן הי''ו.
ב"ר אברהם יושע גראס הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 ביז אום 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
הרה"ג ר' מאיר יעקב מויזקאפף ז''ל - הרה''ג ר' ישראל העניך שעהר שליט''א.
ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו - ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' נפתלי צבי רוטנבערג שליט"א אדמו"ר מקאסאן בית שמש וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ''ל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די לעצטערע פעולות לטובה בעניני מזוזות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר משאץ מאנטריאל שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, זכרונות פון די באזוכן פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א אין מאנטריאל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️