בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday6 Elul 57829/2/2022

Report
פרייטאג ערש''ק שופטים

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט"א בבנין גאלדשטיין אויף די רימונוב גאס.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם שאול יעקב פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו.
רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה''ק מרן הייטב לב זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און הב' ישראל ב"ר יואל פאלאטשעק הי"ו האט געמאכט א סיום אויף מסכת יומא, און דער רבי האט געזאגט קדיש, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען קורצע דב"ק לרגל סיום הזמן.

דערנאך איז דער רבי אראפ צו די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יואל האלפערט שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער, און דערנאך פארטיילט שריים פאר עטליכע אייניקלעך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️