בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

פרייטאגכ"ה תמוז תשפ"ו7/10/2026

באריכט
זמנים לשבת קודש בצל הקודש בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
- זמן הדלקה"נ: 8:16.
- תפילת מנחה: 9:00.
- עריכת שלה"ט: תיכף אחר אמירת גוט שבת.
- שחרית: 9:30.
- זמירות ודברי תורה בסעודת עתיקא קדישא: כשעה וחצי אחר התפילה (לערך 2:45).
- מנחה וס"ג: 9:00.
- זמן מוצש"ק 9:43.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון של''ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.

מוצש"ק ארום 12:30 וועט רבינו שליט"א אריינקומען צו די סעודת מלוה מלכה בהיכל הביהמ"ד, לרגל די יארצייט פונעם ריש שושלתא קדישא הגה"ק מרן הישמח משה זיע''א וואס פאלט אויס דעם מאנטאג כ"ח תמוז הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק מטו''מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:40. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם מאיר ראזענפעלד הי''ו (קר"י).
- בעל תפילה: ר' משה ברא"ש כ''ץ הי''ו (קר"י).

נאכן דאווענען זענען די פרישע געסט אריבער שלום נעמען. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער לערנען חומש רש"י ביינאכט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב פערל הי''ו (וומסב''ג).

- בעל תפילה: הרה''ח ר' נחמן דוב העללער הי''ו.
- פתיחה: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א.
- בעל קורא: הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו (קר''י).
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר''י).
- שלישי: הב' הבר מצוה ב''ר זלמן לייב פערל הי''ו.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- גלילה: הרה''ח ר' זלמן לייב פערל הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילע פעולות לטובה אין ניו יארק דורכ'ן רב הכולל הרה"צ רבי יעקב יוסף זצ"ל וואס ס'איז געווען די יארצייט.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:10. בעל תפילה: הרה''ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי''ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה''ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו (קר"י).
נאך מעריב זענען די פילע געסט אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארציילט סיפורים פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זיע''א.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הרה''ק הרמ"ק זצ"ל וואס ס'איז געווען די יארצייט.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:10. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה''ח ר' נחמן דוב העללער הי''ו (וומסב''ג).

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45.
- בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער הרה"ק ר' שלמה מקארלין זיע''א וואס ס'איז געווען די יארצייט.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:10. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45.
- בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
- פתיחה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב''פ).
- בעל קורא: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א.
- כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: רבינו שליט''א - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן היו (ב''פ) און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: הגה''צ אב''ד ראשית חכמה שליט"א.
- גלילה: הב' אלי' ב"ר יעקב פארקאש הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער מנהגי פדיון הבן.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:10. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"א תמוז תשפ"ו7/6/2026

באריכט
זונטאג מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד ארום 9:00.
- בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

נאכן דאווענען זענען די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע חפצים פון רבותינו הק' לבית סיגוט זיע''א.

אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש האדמו"ר מבאסטאן שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס פאר אריבער א האלבע שעה מיט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און איבער די אידישע ישוב אין באסטאן, דער רבי האט מכבד געווען מיט פירות און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:10, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און זמן ר"ת ארום 9:45 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ' תמוז תשפ"ו7/5/2026

באריכט
שב''ק פרשת פנחס בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר

אויף דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף דברי יואל

ערש"ק נאך די מקוה האט דער רבי מזכה געווען דעם פת פאר'ן עירובי חצרות וואס ווערט געמאכט ביים ביהמ"ד.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.ַקבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש). מען האט געענדיגט ארום 10:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און מערערע געסט מאנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א.
- כל מקדש: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי).
- מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א ר"מ בישיבה.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם איש ישראל המוכה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.

- קה אכסוף: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א ר"מ בישיבה.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ"ב תמוז.

- קה רבון עלם: הרה''ג ר' דוד ליכטנשטיין שליט''א ר"מ בישיבה.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הר"ר שלמה נח היילברוין שליט''א (קר"י).
מען האט געענדיגט ארום 1:45.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:50.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו (קר"י).
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו (קר"י).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- בעל קורא: הבה"ח משה עמרם ב"ר חיים מאיר עהרנטאהל הי"ו (אנטווערפען).
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו (קר"י).
- לוי: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט''א.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- חמישי: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו.
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו (מאנטרעאל), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה''ג ר' דוד ליכטנשטיין שליט''א.
- הוספות: הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו.
- חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
- הרה"ח ר' מענדל לעבאוויטש הי"ו (ב''פ).
- הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב''פ).
- הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (וומסב''ג).
- הרה"ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו (מאנטרעאל).
- הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג).
- הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו.
- הב' מאיר דוד ב"ר אברהם מאסרי הי"ו.
- הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
- הרה"ח ר' יוסף אלי' לעבאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
- אחרון: ר' חיים אפרים צוויבל הי"ו (קרית טאהש).
- מפטיר: הר"ר יעקב פאגעל שליט"א (קרית טאהש).
- הגבה: הרה"ח ר' אשר מרדכי לעבאוויטש הי"ו (קר"י).
- גלילה: הרה"ח ר' ישראל בער לעבאוויטש הי"ו (מאנסי).

דער רבי איז צוגעגאנגען צו מוסף לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה וועלכע געפאלט דעם מיטוואך כ"ג תמוז.
- פתיחה צו אנעים זמירות: ר' אהרן יוחנן גרינפעלד הי"ו (ב''פ).
מען האט געענדיגט ארום 1:10.

ביי די סעודת עתיקא קדישא איז דער רבי אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:20, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה, דער רבי האט טועם געווען פון די חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים
- ברוך ה' יום יום: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט''א.
- ברוך קל עליון: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן' און געטייטשט אז פנחס איז געווען אזוי אויסגעארבעט אז זיינע אברים האבן נאר געקענט טוהן מצוות, און פון דעם וואס ער האט געקענט נעמען די שווערד אין זיין האנט האט ער געוויסט אז עס איז א מצוה צו הרג'ענען זמרי, און דעם כח האט ער באקומען פון אהרן הכהן.

- ברכת המזון: חדבן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 4:15.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
- בעל תפילה: הר"ר יעקב פאגעל שליט''א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו (קר"י).
- בעל קורא: הרה"ח ר' אהרן שווארטץ הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו.
- לוי: הר"ר יואל גרובער שליט"א ר"מ בישיבה.
- שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי האט מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און נאכגעזאגט פונעם הייליגן תפארת שלמה אז יעדע מצוה וואס א מענטש טוט גייט אדורך די ביהמ"ק, און די זעלבע ח"ו יעדע עבירה גייט אויך אדורך און מאכט א פגם אינעם ביהמ"ק, און נאר אזוי האבן די אומה"ע געקענט האבן א שליטה און חרוב מאכן אזא הייליגע פלאץ, וויבאלד ס'איז נטמא געווארן פון די פילע עבירות וואס מען האט נעבעך געזינדיגט, דער רבי האט ממשיך געווען און ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז ווען מען איז געווען דאס יאר אין ארה"ק האט מען צוגעזען מיט די אייגענע אויגן אז עס איז בעוה"ר אויפגעשטעלט א טמא'נע תיפלה אויפן מקום המקדש און דאס איז אויך נאר וויבאלד דאס פלאץ האט א פגם פון אונזערע עבירות, און דאס איז די סיבה פארוואס עס גייט ארויס יעדן טאג א בת קול אוי לי שהחרבתי את ביתי טראץ מען שטייט שוין ליידער 1,958 יאר נאכן חורבן ביהמ"ק וויבאלד יעדן טאג ווען מען טוט ח"ו א עבירה ווערט די פגם אויפן מקום המקדש שטערקער, און מעורר געווען יעצט אין די ימי בין המצרים איז די צייט צו תשובה טוהן און אזוי אראפנעמען דעם פגם פונעם מקום המקדש און אזוי וועט מען זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק בב"א.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
- קל מסתתר: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט''א ר"מ בישיבה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה די וואך.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ח תמוז תשפ"ו7/3/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי משה דוד אשכנזי מטאלטשאווע זצ"ל.
- בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען און דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער הגה"ק מטאלטשאווע זצ"ל.


זמנים לשבת קודש בצל הקודש בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
- זמן הדלקה"נ: 8:19.
- תפילת מנחה: 9:05.
- עריכת שלה"ט: תיכף אחר אמירת גוט שבת.
- שחרית: 9:30.
- זמירות ודברי תורה בסעודת עתיקא קדישא: כשעה וחצי אחר התפילה (לערך 2:45).
- מנחה וס"ג: 9:05.
- זמן מוצש"ק 9:46.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון של''ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פנחס - שבעה עשר בתמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ב"ר אלי' ניישטאדט הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מאיר וועזעל הי"ו.
- ב"ר בערל ברד"ל אקער הי"ו.
- ב"ר יודא ארי' לאנדא הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים דף לג: אין די סוגיא פון 'נסכא דרבי אבא' און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא כנהוג איידערן אוועקפארן אויף מנוחת הנפש. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן שפעטער אין טאג קיין ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
- בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
- פתיחה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
- בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' יואל ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
- גלילה: ר' שלום ווייס הי"ו.
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען פון רבינו שליט"א.

ארום 5:10 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און געפארן צום סטוארט לופטפעלד, ווי דער פריוואטער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:00 אויפן וועג לעיר הנופש ניו העמפשיר אין באגלייטונג פון חדב"נ הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א און געציילטע מקורבים, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע פיר וואכן אויף אפרוה.

ארום 7:00 האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד אין ווייטפיעלד ניו העמפשיר, און דער אנוועזענדער ציבור איז אריבער שלום נעמען. דערנאך איז דער רבי צוגעפארן א וועג פון ארום פופצן מינוט צו ביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד ביים זמן ר"ת ארום 9:47, ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט ידידו הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א.
- בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אפרים צבי גלאזער הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר משה אלי' ברנ"ח עסטרייכער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים האט דער מנהל איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קובץ 'עסקי טהרה' מיט חידושים ובירורים פון די תלמידי הישיבה בהלכות מקוואות און רבי האט מעיין געווען דערין א לענגערע צייט, אויך האט הב' הבר מצוה ב"ר אפרים צבי גלאזער הי"ו געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און די רמ"י ותלמידי הישיבה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א וועלכע וויילט אויף די זומער וואכן אין קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און געגעבן ספרו לב אהרן - מסכת אבות.

ארום 11:30 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א וועלכע וויילט אויף שבת אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און דען ריכטיגן צוגאנג צו די מחאות אויף די גזירה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.

אויך איז אריין בקו''פ האדמו"ר מזוועהיל מאנסי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי נכדו למז"ט וועלכע קומט פאר חמשה עשר באב הבעל"ט אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און אנגעוואונטשן פאר בנו הר"ר פנחס אהרן שליט"א און פאר נכדו החתן ני"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מרדכי יוסף בן הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א, חתן הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבה תורת חסד לאנדאן.
- ב"ר דוד מאיר אדלער הי"ו.
- ב"ר אהרן ברוך אלכסנדר כהנא הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, און דערביי שטארק מחזק געווען די וואס קומען ארויס מוחה זיין אויף די גזירה זיך אנצונעמען פאר די כבוד התורה פון די לומדי תורה ובני הישיבות וואס זיצן אין תפיסה נאר צוליב לימוד התורה, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז די מחאות זענען א חילול השם, אדרבא עס איז א קידוש השם! א חילול השם איז ווען מען פארשווייגט אז בני תורה זיצן אין תפיסה, און געענדיגט מיט חיזוק פאר אחב"י בארה"ק.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א, פארן מנהל שליט"א, און פאר די בר מצוה בחורים ובני משפחתם.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת גלאנצער היושבים ע"פ אמם אלמנת הרה"ח ר' אברהם יעקב גלאנצער ע"ה.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' חיים סופר הי"ו ובניו און משפחת סטרולאוויטש, היושבים ע"פ אשתו /אמם / אחותם ע"ה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגט"ו תמוז תשפ"ו6/30/2026

באריכט
מאנטאג פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יוסף צבי גרינפעלד הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בערנאטה הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ברי"י שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יודא קעניגסבערג הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:55 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:50 איז דער רבי אראפ אין די נייע זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען דעם מעמד קביעות מזוזה פאר די נייע זאלן אינאיינעם מיט א אסיפת עסקנים לטובת די חתונה תקנות, הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה. דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען באנייט צוויי נייע ביליגע תנאים זאלן, און געזאגט אז די שמחה פון א תנאים איז גרויס וויבאלד התחלה איז חצי הכל במילא א תנאים וואס איז די אנהייב פון די שמחה איז א גרויסע שמחה, און ארויסגעברענגט לשבח פון די עסקנים וועלכע האבן דאס צושטאנד געברענגט און ארבעטן מיט אלע כוחות צו צושטעלן ביליגע זאלן פאר תנאים'ס, חתונות, און שבת שבע ברכות, מען זאל קענען חתונה מאכן גרינגערהייט מיט הרחבת הדעת, און ב"ה אז אין קר"י איז דא די ביליגסטע זאלן פון די גאנצע וועלט פאר אלע שמחות און דאס איז אלעס צו פארדאנקען פאר די עסקנים, און אזוי אויך פאר אלע מחותנים וואס שטעלן זיך צו און זענען גרייט צו מאכן שמחות אויף א ביליגע פארנעם און אזוי האלט מען די הוצאות די ביליגסטע וואס איז מעגליך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים.

דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה פאר די ראשי וועד החתונה תקנות הרה"ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו און הרה"ח ר' בנציון אליהו זאלדאן הי"ו, און דערנאך קובע געווען א מזוזה מיט א ברכה אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען בנו הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און די נדבנים און עסקנים צו קובע זיין א מזוזה אויף די אנדערע טיהרן, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר אלע עסקנים, מען האט געענדיגט ארום 9:15.

דערנאך האט דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך מענדל לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' בנימין בלעקמאן הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די בחורים מתלמידי ישיבות קטנות פון קר"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים פקודת הקודש קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדות קרית יואל, און דער רבי האט פארטיילט פאר די בחורים א מתנה ספרו לב אהרן - מסכת אבות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:55.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר ירחמיאל ביטמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"ל לאנדא הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א מו"ץ קהלתינו לאנדאן.
- בן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א.
- ב"ר מרדכי דוב נייהויזער הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שלמה כ"ץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:50 איז דער רבי אריינגעפארן קיין מאנסי צו די חומש סעודה פון תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל בבנין הבית רחל 'בנין דוד ניישטאדט' אין מאנסי, דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:30 און זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, און די אנדערע רבנים אויפן אויבנאן, די קינדער האבן פארגעזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד אנגעפירט דורכן מנהל הר"ר ישראל מאיר פריעדמאן שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א תהלים פאר אלע קינדער.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה ווען אזויפיל קינדער הייבן אן צו לערנען תורה שבכתב און וועלן בעז"ה ממשיך זיין מיט תורה שבע"פ, און ממשיך געווען בשבח קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי, און מעורר געווען צו שטיין על המשמר נישט אנצונעמען יעדע קינד אין די מוסדות נאר א קינד פון א ערליכע און חסידישע שטוב ווי עס פאסט, און אנהאלטן א שטארקע חומה סיי צווישן די גוי'אישע גאס און סיי צווישן די אידישע גאס, און מסיים געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הבית רחל 'בנין אלי' ניישטאדט' ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די עלטערע כתות פון מוסדותינו הק' וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת המוסדות, דערביי האט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות, איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א איבער די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי המוסדות מיטן בויען נאך א בנין פאר די בית רחל און אזוי אויך פארברייטערן די ביז איצטיגע בנינים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א און הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' מאיר יודא פערלמאן הי"ו און הרה"ח ר' שאול בראך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ניימאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' אלכסנדר אשר מרגליות שליט"א אב"ד אהל משה וויען עסטרייך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און אנגעוואונטשן פאר בנו הר"ר בערל שליט"א יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר קר"י, לרגל ארוסי בנו למז"ט, און פאר בנו הרב נתן קרפיל שליט"א לרגל נשואי בתו למז"ט.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' ברוך סטרולאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"נ גאלדבערג הי"ו.
- הרה"ח ר' דניאל אברהם ניווח הי"ו און הרה"ח ר' אלי' דניאל עבוד הי"ו.

אויך זענען אריין בקו''פ הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה אין מאנטיסעלאו אינאיינעם מיט הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו מנהל הקרי', מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די היי יעריגע זומער סעזאן הבעל"ט, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ג תמוז תשפ"ו6/28/2026

באריכט
שב''ק פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרב הגאון ר' יחיאל מיכל אברהם פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' בני ברק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרב הגאון ר' יחיאל מיכל אברהם פריעדמאן שליט"א דומ''ץ קהלתינו בני ברק.
- כל מקדש: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.
- מנוחה ושמחה: הר"ר נחמן כהנא שליט"א (ב"ב).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויגר מואב מאוד כי רב הוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו (אנטווערפען).
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק העטרת צבי מזידיטשוב זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג י"א תמוז.

- קה רבון עלם: הר"ר יואל בן הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א (לאנדאן).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מנחם פריינד הי"ו (ירושלים).
מען האט געענדיגט ארום 2:15.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: החתן ברוך יצחק מאיר בהר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א - באווארפען.
- שלישי: החתן שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו - באווארפען.
- רביעי: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל ברי"ה פערל הי"ו.
- ר' ליפא ב"ר יודל כ"ץ הי"ו.
- ר' משה הערש ווידער הי"ו.
- ר' משה אהרן שעהנברוין הי"ו.
- ר' אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).
- ר' זלמן לייב גאטליעב הי"ו.
- ר' דוב ארי' בר"נ גאלדבערג הי"ו.

- שביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- הוספות: החתן משה ב"ר שמעון לאנדא הי"ו.
- החתן משה דוב בן הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א.
- החתן הערשל ב"ר שמואל יעקב שווארטץ הי"ו.
- החתן יואל בן הר"ר פישל סופר שליט"א.
- הרה"ג ר' שמחה אהרן שטראהלי שליט"א רב דביהמ"ד שערי איש דזשעקסאן.
- אחרון: החתן מרדכי בהר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א - באווארפען.
- מפטיר: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' משה דוד אקערמאן הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ח ביקעל הי"ו.
- החזרת הס"ת: הרה''ח ר' הירצקא ווייסמאן הי''ו.

- מוסף הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא טייטלבוים הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בר"י שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
- כהן: הר"ר נחמן כהנא שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש דקהלתינו וומסב''ג.
- שלישי: הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא הביט עון ביעקב ולא ראה עמל בישראל' און געטייטשט אז דער באשעפער האט געגעבן די סגולה פון די י"ג מדות, יעשו לפני כסדר הזה מען איז עס יוצא באמירה, אויב איז מען מקושר צו צדיקי אמת און אויב מען היט זיך דאס מויל כדבעי, וועגן דעם איז געקומען חורבן ציון וירושלים ווייל שבזו תלמידי חכמים און פסקו אנשי אמנה מען האט נישט געהיטן די מויל פון שקר ודברים אסורים, יעצט ווען מען איז אין דעי טעג וואס מען איז מתאבל אויפן חורבן דארף מען זיך מחזק זיין אין דעם ענין און זיך האלטן מיט'ן אמת.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ג ר' שמחה אהרן שטראהלי שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן קיין ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע פיר וואכן.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.

נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה פון שיכון סקווירא, און א קבוצה תלמידי ישיבה שבט הלוי פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"א תמוז תשפ"ו6/26/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יצחק ענגלענדער הי"ו.
- ב"ר זלמן לייב שווארטץ הי"ו.
- ב"ר אלי' דוד סאלאמה הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר שפילמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר זלמן לייב בראך הי"ו.
- ב"ר נטע מרדכי קויפמאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה בית אברהם פון לעיקוואד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא שליט"א גאב"ד קהילת שומרי הדת אנטווערפען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע פסקי הלכות פון זקינו הגה"צ בעל חשב האפוד זצ"ל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר פישל בן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט''א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' זלמן יוסף גאלד הי"ו און הרה"ח ר' חיים יודא גליק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ח ביקעל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה יעקב בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב שטערן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א, לרפו"ש נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שמעי' קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם העכט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
- ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שמואל משה מנחם סאנדעל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק כ'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יצחק יקותיאל ביקעל שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"נ גאנדל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו.
- הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו און הרה"ח ר' וואלף שערצער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה בביתו נאוה קודש אויף צאנז איז אריין בקו''פ הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכע געפינט זיך יעצט אין אמעריקע לטובת די נייעם אפיס וואס מען האט אויפגעשטעלט אין ירושלים נאכצוקומען די ארבעט, ער האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות, און מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די שווערע מצב ווי מען געפינט זיך יעצט אין ארה"ק מיט די ביטערע גזירה, און פון אלע שיכטן און קרייזן ווענדט מען זיך צו מרכז עזרה ויעוץ פאר הילף, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פונעם מרכז און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יודא הערש ווייזער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' משה ב"ר יעקב פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס זיך אריבערציען קיין ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים איבער צדיקים וועלכע זענען ארויפגעגאנגען אויף די עלטערע יארן וואוינען אין ארץ ישראל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה"ג ר' שמעון שמעי' פריעדמאן שליט"א בן הרה"ח ר' וואלף הי"ו חתן הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו לשרת בקודש אלץ מו"ץ בקהילתינו הק' וומסב''ג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיו בהוראה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י האט דער רבי געהערט א באריכט פון די עסקנים פון אנ"ש וואל קאמיטע איבער די פריימערי וואל פארמעסט אויף די קאנסערוואטיווע ליניע פאר די סטעיט סענאט זיץ אינעם קרית יואל'ער אומגעגנט, ווי תושבי קרית יואל זענען ווידעראמאל ארויסגעקומען שטימען פאר די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאט, דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די וואל רעזולטאטן ווי דער אינדארסירטער קאנדידאט האט באקומען כמעט הונדערט פראצענטיגע שטיצע דורך די תושבי העיר און דערמיט סוקסעספול געזיגט אינעם פארמעסט, און געוואונטשן די עסקנים זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט די פעולות הקודש און אנהאלטן די פארבינדונגען מיט די באאמטע צו קענען ווייטער אויפטון פאר די יהדות החרדית אין ניו יארק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חנני' לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' לייבוש פראנקעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקו''פ גבאים פון קופת הלבשה לחתנים שע"י מתיבתא סניף דברי יואל מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די יעצטיגע קאמפיין לטובת הקופה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומסב''ג בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א און האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים און דערנאך פארטיילט ספרו לב אהרן פאר אלע בחורים, און מאציל געווען מברכת קדשו פארן מגי"ש נכדו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א און פאר די רמ"י הישיבה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
בחדרו הפרטי איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין לאנדאן, און א שמועס בהלכות מקוואות און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברב"צ בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אהרן ברמ"ב שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שמעון ברא"ש לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א מטעמעשוואר קר"י און הר"ר אביגדור דניאל פיש שליט"א בן האדמו"ר ממאטע סאלקא שליט"א וחתן האדמו"ר מתפארת יחזקאל שליט"א.
- הר"ר משה קויפמאן שליט"א און הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער אינעם בית רחל אודיטאריום ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד מרומם 'הביאנו המלך', אלץ הכרת הטוב לשלוחי רבינו להעמיד יסוד איתן למוסדות יטב לב בארה"ק, אינאיינעם מיט א מסיבת שבע ברכות לרגל השמחה בבית הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און עס איז פארגעקומען א שאלות ותשובות 'הביאנו המלך חדריו', הר"ר אלחנן זאב יוסף פריעדמאן שליט"א האט פארגעשטעלט שאלות פאר רבינו שליט"א און מען האט געהאט די זכי' אז דער רבי האט ארומגערעדט און אויסגעשמועסט פילע פערזענליכע זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א פאר אריבער א שעה צייט סיי בנוגע מוסדות יטב לב און סיי פילע מעשיות איבער כמה ענינים וואס דער רבי האט פערזענליך בייגעוואוינט און מיטגעלעבט במשך די יארן בצל הקודש פון דודו רביה"ק מרן בעל דברי יואל זיע"א, צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו און מוסדותינו הק' אין ארה"ק, און די חשיבות פון שטיצן מוסדות יטב לב.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, און מיט די שבע ברכות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב, און הר"ר ישכר יאקאב שליט"א מנהל מוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק. דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די וועד בעלי בתים חברי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים הערש ברי"ל מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יואל אשר אנשיל דרעזדנער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים משה אלימלך כ"ץ הי"ו.
- ב"ר אברהם לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר מרדכי גראס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ הנהלת מחנה בית רחל אין שפיץ פון די מנהלי המחנה הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א און הר"ר מאיר יוסף גראס שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת דעם זמן הקיץ הבעל"ט, מען האט אויסגעשמועסט די פילע איינריכטונגען וועלכע זענען אהערגעשטעלט געווארן היי יאר אין די קעמפ לטובת די טויזענטער תלמידות בית רחל און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א, און הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה סטרולאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יוסף פנחס שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יחיאל יודא פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 10:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת 'מפעל תורתו באומנתו' אינאיינעם מיט עטליכע בעלי בתים מאנ"ש פון גרויסע ביזנעסער וועלכע האבן עס שוין איינגעפירט ביי זיך אין די ביזנעס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די געוואלדיגע אויפטוה פון די רעיון און די חשיבות פון די בעלי בתים וואס אנערקענען אז ווען די ארבעטערס קאפ ליגט אין תורה ארבעט ער בעסער אין די אנדערע שעות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ חברי וועד קרן הבנין פון ביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו הק' ב"פ אין שפיץ פון הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די גמר המקח פון א גרויסן שטח פאר א נייע ביהמ"ד מיט אלע געברויכן, מען האט דערביי פארגעשטעלט די פלענער פארן נייעם ביהמ"ד און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בהלכות מקוואות, דער רבי האט געטרינקן לחיים לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ג דומ"ץ הביהמ''ד שליט''א און די חברי וועד קרן הבנין.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון כינור דוד צו די שמחת החתונה פון בת המשב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור. נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך געטאנצן ריקודי קודש מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך מיטן חתן און מיט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו ובני משפחתו. מען האט געענדיגט ארום 11:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגו' תמוז תשפ"ו6/21/2026

באריכט
שב''ק פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן משה ב"ר יואל יעקב שעהנברוין הי"ו.
- החתן שלום יעקב ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו.
- החתן יעקב מנחם ב"ר יואל ברב"צ בערקאוויטש הי"ו.
- החתן יואל ב"ר פישל סופר הי"ו.

ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 10:30. נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל מציונים ויואל משה בירושלים עיה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הר"ר אשר ישעי' הורוויץ שליט"א (ירושלים).
- כל מקדש: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשביל שלקח קרח ביזת הים לפיכך בלעו הארץ' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טעם כעיקר.

- קה אכסוף: הר"ר גרשון בארנפעלד שליט"א (מאנסי).
- ברכת המזון: הר"ר אשר ישעי' הורוויץ שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק הברוך טעם זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ז' תמוז.
- קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 2:15.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' זלמן יוסף גאלד הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים מאיר גרינפעלד הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ביקעל הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' בנציון בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
עליות.
- כהן: החתן משה ב"ר יואל יעקב שעהנברוין הי"ו - באווארפען.
- לוי: החתן שלום יעקב ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו - באווארפען.
- שלישי: החתן משה ב"ר חיים מרדכי שניטצער הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן יעקב מנחם ב"ר יואל ברב"צ בערקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן יודא יואל בהר"ר יצחק יקותיאל ביקעל שליט"א - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל ר' ישי בוכינגער הי"ו.

- שביעי: החתן יואל ב"ר פישל סופר הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן מאיר ישראל ב"ר יצחק בער פרענקל הי"ו.
- החתן יואל ב"ר אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו.
- החתן אשר לעמיל ב"ר חיים מאיר גרינפעלד הי"ו.
- החתן איתמר טובי' ב"ר יואל בר"ח פעקעטע הי"ו.
- החתן וואלף ברוך בהר"ר בעריש גראס שליט"א.
- אחרון: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ.
- מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' ישראל יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' דוד זכרי' ברח"א ראטה הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלום קויפמאן הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב דוד ברע"נ פעלבערבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00.
- מנחה: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים וואלף שפילמאן הי"ו.
- כהן: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א מאיהעל ב"פ.
- לוי: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר ביד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה"ק.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אל תפן אל מנחתם' און געטייטשט אז אויב איז דא תשובה מיט תפילה און לימוד התורה העלפט די תשובה אויף אלע עבירות און עס פעלט נישט אויס קיין יסורים.

- ידיד נפש: הר"ר דוד האלבערשטאם שליט"א (לינדען).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום קויפמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו (וומסב''ג).
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.

ארום 1:00 איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יושע מרדכי שלעזינגער הי"ו פון ב"פ, בביתו בשכונת קדושת לוי אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה און איבער מנהגי נשואין ושבע ברכות, ער האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא הנגיד ר' יושע מרדכי הי"ו לרגל נשואי בנו למז"ט, פאר בנו החתן ני"ו פארן זיידן הרה"ח ר' נתן גרינפעלד הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה, אויך האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בשבח פון די שכונה און איבער בית מדרשינו בשכונת קדושת לוי.
מען האט געענדיגט ארום 1:30 און הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שליט"א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א ביז צו די קאר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג