בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ד תמוז תשפ"ו6/29/2026

באריכט
מאנטאג פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יוסף צבי גרינפעלד הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בערנאטה הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ברי"י שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יודא קעניגסבערג הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:55 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:50 איז דער רבי אראפ אין די נייע זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען דעם מעמד קביעות מזוזה פאר די נייע זאלן אינאיינעם מיט א אסיפת עסקנים לטובת די חתונה תקנות, הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה. דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען באנייט צוויי נייע ביליגע תנאים זאלן, און געזאגט אז די שמחה פון א תנאים איז גרויס וויבאלד התחלה איז חצי הכל במילא א תנאים וואס איז די אנהייב פון די שמחה איז א גרויסע שמחה, און ארויסגעברענגט לשבח פון די עסקנים וועלכע האבן דאס צושטאנד געברענגט און ארבעטן מיט אלע כוחות צו צושטעלן ביליגע זאלן פאר תנאים'ס, חתונות, און שבת שבע ברכות, מען זאל קענען חתונה מאכן גרינגערהייט מיט הרחבת הדעת, און ב"ה אז אין קר"י איז דא די ביליגסטע זאלן פון די גאנצע וועלט פאר אלע שמחות און דאס איז אלעס צו פארדאנקען פאר די עסקנים, און אזוי אויך פאר אלע מחותנים וואס שטעלן זיך צו און זענען גרייט צו מאכן שמחות אויף א ביליגע פארנעם און אזוי האלט מען די הוצאות די ביליגסטע וואס איז מעגליך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים.

דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה פאר די ראשי וועד החתונה תקנות הרה"ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו און הרה"ח ר' בנציון אליהו זאלדאן הי"ו, און דערנאך קובע געווען א מזוזה מיט א ברכה אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען בנו הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און די נדבנים און עסקנים צו קובע זיין א מזוזה אויף די אנדערע טיהרן, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר אלע עסקנים, מען האט געענדיגט ארום 9:15.

דערנאך האט דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך מענדל לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' בנימין בלעקמאן הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די בחורים מתלמידי ישיבות קטנות פון קר"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים פקודת הקודש קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדות קרית יואל, און דער רבי האט פארטיילט פאר די בחורים א מתנה ספרו לב אהרן - מסכת אבות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:55.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️