בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגז' תמוז תשפ"ו6/22/2026

באריכט
מאנטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חנני' לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' לייבוש פראנקעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקו''פ גבאים פון קופת הלבשה לחתנים שע"י מתיבתא סניף דברי יואל מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די יעצטיגע קאמפיין לטובת הקופה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומסב''ג בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א און האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים און דערנאך פארטיילט ספרו לב אהרן פאר אלע בחורים, און מאציל געווען מברכת קדשו פארן מגי"ש נכדו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א און פאר די רמ"י הישיבה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
בחדרו הפרטי איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין לאנדאן, און א שמועס בהלכות מקוואות און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברב"צ בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אהרן ברמ"ב שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שמעון ברא"ש לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א מטעמעשוואר קר"י און הר"ר אביגדור דניאל פיש שליט"א בן האדמו"ר ממאטע סאלקא שליט"א וחתן האדמו"ר מתפארת יחזקאל שליט"א.
- הר"ר משה קויפמאן שליט"א און הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער אינעם בית רחל אודיטאריום ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד מרומם 'הביאנו המלך', אלץ הכרת הטוב לשלוחי רבינו להעמיד יסוד איתן למוסדות יטב לב בארה"ק, אינאיינעם מיט א מסיבת שבע ברכות לרגל השמחה בבית הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און עס איז פארגעקומען א שאלות ותשובות 'הביאנו המלך חדריו', הר"ר אלחנן זאב יוסף פריעדמאן שליט"א האט פארגעשטעלט שאלות פאר רבינו שליט"א און מען האט געהאט די זכי' אז דער רבי האט ארומגערעדט און אויסגעשמועסט פילע פערזענליכע זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א פאר אריבער א שעה צייט סיי בנוגע מוסדות יטב לב און סיי פילע מעשיות איבער כמה ענינים וואס דער רבי האט פערזענליך בייגעוואוינט און מיטגעלעבט במשך די יארן בצל הקודש פון דודו רביה"ק מרן בעל דברי יואל זיע"א, צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו און מוסדותינו הק' אין ארה"ק, און די חשיבות פון שטיצן מוסדות יטב לב.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, און מיט די שבע ברכות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב, און הר"ר ישכר יאקאב שליט"א מנהל מוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק. דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די וועד בעלי בתים חברי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️