בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגח' תמוז תשפ"ו6/23/2026

באריכט
דינסטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יודא הערש ווייזער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' משה ב"ר יעקב פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס זיך אריבערציען קיין ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים איבער צדיקים וועלכע זענען ארויפגעגאנגען אויף די עלטערע יארן וואוינען אין ארץ ישראל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה"ג ר' שמעון שמעי' פריעדמאן שליט"א בן הרה"ח ר' וואלף הי"ו חתן הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו לשרת בקודש אלץ מו"ץ בקהילתינו הק' וומסב''ג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיו בהוראה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י האט דער רבי געהערט א באריכט פון די עסקנים פון אנ"ש וואל קאמיטע איבער די פריימערי וואל פארמעסט אויף די קאנסערוואטיווע ליניע פאר די סטעיט סענאט זיץ אינעם קרית יואל'ער אומגעגנט, ווי תושבי קרית יואל זענען ווידעראמאל ארויסגעקומען שטימען פאר די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאט, דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די וואל רעזולטאטן ווי דער אינדארסירטער קאנדידאט האט באקומען כמעט הונדערט פראצענטיגע שטיצע דורך די תושבי העיר און דערמיט סוקסעספול געזיגט אינעם פארמעסט, און געוואונטשן די עסקנים זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט די פעולות הקודש און אנהאלטן די פארבינדונגען מיט די באאמטע צו קענען ווייטער אויפטון פאר די יהדות החרדית אין ניו יארק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 415