דאנערשטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר שפילמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר זלמן לייב בראך הי"ו.
- ב"ר נטע מרדכי קויפמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה בית אברהם פון לעיקוואד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא שליט"א גאב"ד קהילת שומרי הדת אנטווערפען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע פסקי הלכות פון זקינו הגה"צ בעל חשב האפוד זצ"ל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר פישל בן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט''א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' זלמן יוסף גאלד הי"ו און הרה"ח ר' חיים יודא גליק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ח ביקעל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה יעקב בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב שטערן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א, לרפו"ש נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
