בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגט"ו מרחשון תשפ"ו11/6/2025

באריכט
מיטוואך פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא ברא"ש בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.

אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר תלמידי ישיבתינו הקדושות אין ארה''ק, ירושלים און בני ברק, לקראת הנסיעה הרוממה הבעל"ט לאתרא קדישא מירון יצ"ו.
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז צו א דבר גשמיות מאכט מען א הכנה מיט גשמיות און צו א דבר רוחניות מיט רוחניות און אזוי קען מען נהנה זיין פונעם תנא רבי שמעון אויך שפעטער, און מעורר געווען נישט צו זיין פארנומען מיט קיין שטותים און קבלת פנים וכו' נאר זיך צוגרייטן מיט לימוד התורה און אזוי קענען מקבל זיין די השפעות קדושות וואס רבי שמעון בר יוחאי איז משפיע, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר חיים אלעזר טעללער שליט"א און הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל כייעם הי"ו און הרה"ח ר' יודא נתנאל מאשער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל פאשקעס הי"ו און הרה"ח ר' אברהם אהרן יאקאבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו צום שמחת התנאים פון בתו הכלה, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די קדושה פון אתרא קדישא מירון און פילע מנהגים, מעשיות און נסים וואס עס איז דא אין מירון עד היום הזה ווען אידן ווערן געהאלפן ממש חוץ לדרך הטבע, דער רבי האט געזאגט אז ערליכע אידן האבן כסדר א השתוקקות צו פארן צו רבי שמעון און מזאגט נאך פון צדיקים אז משפירט וואו רבי שמעון רופט צו קומען, און וויזוי ווייסט מען אז רבי שמעון רופט, ווען מזעהט אז מהאט א שטארקע השתוקקות צו פארן.
דער רבי האט געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 8:55.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן און געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר יואל מאליק שליט"א און הרה"ח ר' יעקב אהרן שלמה ווייל הי"ו.
- הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו און הרה"ח ר' משה בערנאטה הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מסיקסא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי יוסף הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' מאיר דוד ברי"ח מאסרי הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישכר דוב פארקאש הי"ו.
- ב"ר שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר אליהו ראובן סאפדי הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די מעמד דרשת פתיחת הזמן פאר די נאנט צו 1500 בחורי חמד כ''י פון די 7 סניפי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און פון די שיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא, און דערביי איבערגעזאגט די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די בעלי בתים ביים סיום חצי הש"ס דורך חבורת יסודי התורה אין מסכת בבא קמא.
דערנאך האט דער רבי מחזק געווען די תקנת הישיבה און זיך צוצושטעלן אין אלע ענינים און נישט צו גיין צו חתונות. און ממשיך געווען איבער מנהגי קודש ביי א חופה וואס איז יסודתו בהררי קודש און יעדע זאך וואס מען טוט ביי א חופה איז א מנהג קודש וואס מען טאר נישט משנה זיין אדער מוסיף זיין, און שטארק מעורר געווען די בחורים זיך נישט צו לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די אמעריקאנע גאס וואס וויל פארוואנדלען די חופה אין א הייראט צערעמאניע, ובפרט בנוגע זינגען אדער גראמען ביי א חופה וואס מען האט אזאנס נישט געזען ביי די פריערדיגע דורות, אפילו אויב עס איז גוטע ניגונים, אבער עס באלאנגט נישט ביי א חופה און א חופה דארף בלייבן אזוי ווי אמאל, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן פון הכלה בת הרה"ח ר' בערל פערלשטיין הי"ו פון ב"פ, דערביי איז אנוועזנד געווען הנהלת חבורת תורתך שעשועי לרגל די ריזיגע נדבה פון הרה"ח ר' בערל הי"ו אויסצוצאלן די פארגאנגענע בחינה פון תורתך שעשועי אין ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ספסלי הביהמ"ד וואס איז ניתוסף געווארן אין ב"פ דורך חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

שפעט ביינאכט איז פארגעקומען א קורצא אסיפה מיט די הנהלה פון חבורת יסודי התורה, וואו מהאט געברענגט פארן רבין די רשימה פון פרישע 2000 נייע אהנגעשלאסענע אין די חבורה, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו להגדיל תורה ולהאדירה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ג מרחשון תשפ"ו11/4/2025

באריכט
מאנטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יושע הערש גליק הי"ו.
- ב"ר דוד חיים צבי מאלח הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אויך האט דער רבי פארטיילט תעודות פאר די בחורים מציונים וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת שבת וועלכע איז געלערנט געווארן אין ישיבה פארגאנגענעם יאר.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די פארברייטערטע היכל הביהמ"ד וועלכע איז אין די טעג פארברייטערט געווארן צוליב די ריבוי התלמידים.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם לייב קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אברהם יצחק טאבאק הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י יאקאב הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן דאנערשטאג חיי שרה אין ביהמ"ד עבודת אהרן בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר אברהם שמחה גאטליב שליט"א און הרה"ח ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע"ה.
- הר"ר שלום ברמ"צ גאלדמאן שליט"א און הר"ר משה שמואל רובינפעלד שליט"א.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו וומסב"ג אינאיינעם מיט חברי הנהלת כולל שומרי החומות, וועלכע האבן געלאדענט רבינו שליט"א צו געבן א שיעור אין ביהמ"ד כתב סופר אין ירושלים עיה"ק בעת די מסע הקודש פון רבינו שליט"א אין ארה"ק קומענדיגן פרשת תולדות הבעל"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די באזוכן פון רבותינו הק' בעל דברי יואל בעל ברך משה זיע''א אין דעם היסטארישן ביהמ"ד במשך די יארן און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם אלי' פרידריך הי"ו.
- ב"ר יואל אלי' גליק הי"ו.
- ב"ר אייזיק הערש ברח"ש שפילמאן הי"ו.
- ב"ר דוד מנשה קרויס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקרית יואל וועלכע האט שוין פארגאנגענע וואך אנגעהויבן מיט די מאסיווע פראדוקציע לקראת חג הפסח הבעל"ט צו קענען נאכקומען דעם פארלאנג פון די מהודר'דיגע 'קרית יואל'ע מצות', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין די גאנצע בעקעריי און דערביי געהערט א באריכט איבער די פרישע חידושים פון היי יאר פון הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו - מנהל בית האופה, און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייעם צוגעבויעטן פליגל וואס איז דאס יאר צוגעבויעט געווארן צו קענען פארברייטערן די פראדוקציע לטובת אנ''ש, און קובע געווען א מזוזה און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:10 איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה אינעם מקוה טהרה החדש אין שכונת דברי חיים בקרית יואל המורחבת, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, און דערנאך אריין און זיך אומגעקוקט אויף אלע איינריכטונגען און הידורים און דערביי געהערט א דעטאלירטע באריכט פון די ראשי עסקני וועד הרחבת גבולי העיר.
דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט צו א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו - נדבן שטח המקוה וחבר וועד הרחבות גבולי העיר, און דערביי זיך אומגעקוקט מיט קורת רוח אויף די הרחבת גבולי הקדושה בתוככי השכונה, וואו ס'איז אויך אנוועזענד געווען אביו הגה"צ ר' ברוך לעווי שליט"א רב דביהמ"ד בנין אריאל אמסטערדאם, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים בשם די תושבי השכונה און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון מנדב זיין געלט פאר א מקוה און פארציילט עטליכע סיפורים בנוגע חשיבות פון א מקוה, קודם פונעם בעל הילולא הרה"ק המאור עינים זיע''א וועלכע האט פארקויפט זיין עולם הבא צו קענען בויען א מקוה, און דערנאך עטליכע סיפורים לבית צאנז און שינאווע, און ארויסגעברענגט לשבח פון די נדבני המקוה טהרה וואס האט אפגעקאסט אנדערהאלבן מיליאן דאלער, ובפרט פונעם נדבן השטח הרה"ח ר' הערשל הי"ו און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים און אנגעוואונטשן אז זיי זאלן אלע זוכה זיין צו עולם הבא און עולם הזה און כל מילי דמיטב.
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 1:45.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חזקי' צבי בוכינגער הי"ו און הרה"ח ר' יושע יצחק פירטה הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' נתן מאיר ליכטענשטיין הי"ו און הרה"ג ר' מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו.
- הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג און הרה"ח ר' נחמי' ווערצבערגער הי"ו.

בעת די זמני כניסה האט זיך הב' גרשון ב"ר יואל פרענקל הי"ו (וומסב''ג) געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף טויזענט בלאט גמרא.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ב מרחשון תשפ"ו11/3/2025

באריכט
שב''ק פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 8:05. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט האט דער רבי ארויפשפאצירט צום בנין המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט מעריך געווען דעם שלחן הטהור אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים.
ביים אנקומען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי.

ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לך לך מארצך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו תפילה איז א דאורייתא.

- קה אכסוף: הר"ר ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א מטעמעשוואר קר"י.
- ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המאור עינים זיע''א וואס די יארצייט איז געווען זונטאג י"א חשון.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' אברהם פאגעל הי"ו.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו (וומסב''ג)
מען האט געענדיגט ארום 11:30.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איזןדער רבי אריינגעקומען ארום 9:45.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק. און צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו.

עליות.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
- לוי: החתן יעקב הערש ב"ר משה יוסף פריעדמאן הי"ו.
- שלישי: החתן חיים מרדכי ב"ר משה ישעי' סאמעט הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן נחמן ב"ר יושע הערש פריעדמאן הי"ו.
- חמישי: החתן שלמה זלמן ב"ר פנחס מרדכי קליין הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל ברי"ב רייך הי"ו.
- ר' קלמן אליעזר ברא"י עקשטיין הי"ו.
- ר' שמואל ישעי' וויינשטאק הי"ו (אנטווערפן).
- ר' משה יצחק דוד סימאן הי"ו.

- שביעי: החתן מרדכי שמואל ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
- אחרון: החתן משה ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יואל ב"ר יהוסף שווארטץ הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה נתן וויינשטאק הי"ו (לאנדאן).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל ברמ"ב לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יעקב משולם בר"ש לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:55.

ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה און דער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת הקידושא רבא פון בת הנולדה אצל נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע איז פארגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין ב"פ, ויקרא שמה בישראל: חי' פעסיל נאך די באבעס הרבנית הצדיקת אשת חבר פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ובתו הרבנית אשת חבר פון הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25.
- בעל תפילה: הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד חיים גראס הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' אברהם שפירא הי"ו (שיכון סקווירא).
- שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לך לך מארצך' און געטייטשט אז דורך מצות קריאת שמע קומט אראפ השפעות גדולות און פרנסה בהרחבה און מען ווערט ניצל פון נסיון העושר, און מעורר געווען נזהר זיין אין מצות קרי"ש וואס פעלט זיך נישט אויס קיין טירחא דגופא און נישט קיין טירחא דממונא נאר אביסל כוונה און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו פרנסה בהרחבה גדולה.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך שליט"א אב"ד וועגשייד וומסב''ג.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול. מען האט געענדיגט ארום 8:45.

בביתו נאוה קודש איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בן האדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:50 האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' בנציון הי"ו ואחיו הר"ר חיים קליין שליט"א היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' נח קליין ע"ה.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די נייע פארברייטערטע אפיסעס פון Ahcieve, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז דער רבי אריין אויף א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וועלכע האט ארויסגעברענגט די פעולות פונעם ארגענעזאציע לטובת די חולי ישראל בנפש רח"ל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און משמיע געווען דב"ק איבער די וויכטיגקייט פון די פעולות ארויסצוהעלפן אידן ארויסצוקומען פון זייער פריוואטער גלות און די חיוב זיך צו פירן ע"פ דעת תורה ביי יעדע פעולה, און מסיים געווען בברכת קדשו.

פון דארט ארום 11:40 איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה ביי די נייע בנין פון די 'ידידים' ארגענעזאציע אינאיינעם מיט א שמחת שבע ברכות פאר החתן בן הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו - מראשי המפעל.
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון טוהן חסד מיט אנדערע אידן ובפרט פאר חולי ישראל וואס דאס איז מקרב ביאת המשיח און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור, און דערנאך ארום אויף אלע שטאקן פונעם בנין און שטארק באוואונדערט די פילע פעולות פונעם ארגענעזאציע און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די הנהלה און אלע מיטארבעטער.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשי' מרחשון תשפ"ו11/1/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו.
- ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט' מרחשון תשפ"ו10/31/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א


אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נתנאל ברוין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל דעם נייעם זמן. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד מאיר ני"ו בן הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חאלאקע אינגל, פאר די זיידעס הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און פאר די גאנצע משפחה.

אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מראדוויל שליט"א פון מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו ברכת קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר יוסף חיים ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אהרן ברמ"ב שווארטץ הי"ו.

ארום 12:00 איז פארגעקומען בקו''פ א מסיבת לחיים לרגל פתיחת בית מדרשינו החדש אין לינדען וועלכע עפענט זיך אויף דעם שב"ק ברוב פאר והדר, מיט די באטיילוגונג פון הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און ראשי הנהלת הקהילה אינאיינעם מיט פילע אנ''ש תושבי לינדען, דער רבי האט געהערט א באריכט פונעם רב שליט"א, און דערנאך משמיע געווען דב"ק לרגל פתיחת הביהמ"ד און אויסגעשמועסט אלעס וואס פארלאנגט זיך פאר א חסידישע ביהמ"ד בעניני תורה, תפילה, גמילות חסדים און צניעות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען ברכת קדשו פאר הרה"ג רב דקהלתינו שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען לכבוד המאורע און דערנאך זענען אלע תושבים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חיים דוד שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי אהרן זגיל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א לרגל שמחת הנחת תפילין פונעם אור אייניקל הב' הבר מצוה אלימלך ני"ו בן נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה ני"ו, און פאר הב' ב"ר אפרים ווייס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס פאר נכדו ני"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר נכדו הרה"ג רב דביהמ"ד רב טוב שליט"א און פאר אלע מרביצי תורה און קינדער, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'למען תהיה תורת ה' בפיך' און געטייטשט אז אויף הידור מצוה איז יא דא שכר מצוה בהאי עלמא, און מעורר געווען די בחורים נישט רעדן מיט די תפילין וואס דאס איז הידור מצוות תפילין, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער בבנין המתיבתא סניף קדושת יואל ווי עס איז פארגעקומען א אויפנאמע פאר די חרדי'שע בארד מעמבערס מטעם די רעגירונג קאלעדזש פראגראם.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ ר' ברוך אברהם הורוויץ שליט"א ראש ישיבת באבוב חתן הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, וועלכע איז געשיקט געווארן מטעם די רעגירונג פאר די רוטינע אויפזיכט אויף די לימודים, דערביי זענען אויך אנוועזנד געווען די מנהלים פון אלע סניפי המתיבתא און די ראשי הכולל פון אלע כוללים דקהלתינו הק' אין ניו יארק מיט די חברי הנהלת המתיבתא.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די פארשטייער, און אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די גאנצע השתלשלות פון די ישיבה מיום הוסדה און די וואוקס און בליה פון די קרוב צו 1,500 תלמידים, און ארויסגעברענגט לשבח פון די אלע מרביצי תורה און די געוואלדיגע גוטע חינוך וועלכע די בחורים ווערן מחונך און העלפט זיי שטארק ארויס אויף די יארן שפעטער, ווי מען זעט טאקע אז קרית יואל איז א שטאט מיט קרוב צו 45 טויזענט נפשות! און עס איז נישט דא קיין איין קרימינאל אדער שיסעריי, און דאס איז אלעס צו פארדאנקן די ישיבה יארן ווי מען איז מחנך די בחורים נאר צו תורה ומצוות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו בשם די הנהלה, און דערנאך האבן די מנהלים און די אנוועזנדע ראש הכוללים יעדער פאר זיך ארויסגעברענגט די פילע פעולות און מסגרת'ן וואס איז דא צוגעשטעלט פאר די בחורים פון אריינקומען אין ישיבה ביז נאך די חתונה. מען האט געענדיגט ארום 1:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בערך אום 2.15 נאכמיטאג האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום די 'אוטיסוויל טורמע' אין אפסטעיט ווי דער רבי האט אפגעשטאט א ביקור חיזוק פאר אחב"י יושבי חושך וצלמות און דערביי גענוצט די געלעגנהייט צו שתדל'ן ביי די אינסטאנצן צו פראבירן פארגרינגערן זייער לאגע וויפיל עס איז שייך.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די ארטיגע הויכראנגיגע באאמטע וואס זיי פארמאגן די פאקטישע מאכט צו שטרענגער און לויזער מאכן די רעגולאציעס און באגרעניצונגען פון די ארעסטאנטן, ווי אויך מיטן טשאפלעין וועלכע גיבט זיך אפ מיט די אידישקייט אנגעלעגנהייטן אינעם טורמע.
עס איז פארגעקומען א זיצונג מיט די באאמטע, ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט זיי פארשידענע אופנים וויאזוי מען קען פארגרינגערן פאר די ארעסטאנטן, און געבעטן די באאמטע מיטצוארבעטן מיט די עסקנים, און פארשפראכן צו ארבעטן אויף אלע אנדערע פראנטן צו פארזיכערן אז זיי שטויסן זיך נישט אן אין קיין ביוראקראטישע, פאליטישע, אדער געזעצליכע שטערונגען.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבה אינעם ארטיגע ביהמ"ד ווי קרוב צו דריי מנינים אידן וואס זענען ליידער יושבי חושך וצלמות האבן ענטפאנגען דעם רבין מיט גרויס שמחה, עס האט אויפגעטרעטן דער טשאפלעין פונעם טורמע הרב רבי חיים שוחט שליט"א מרא דאתרא קהל אנשי ספרד מאנסי.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש מיט שטארקע דברי חיזוק פאר די יושבי חשך, און נאך די דב"ק האט זיך פארמירט א משא ומתן בהלכה מיט די אידן, וואו צווישן אנדערן האבן עטליכע פראבירט צו פארענטפערן די לומדי'שע קשיא וואס רבינו שליט"א האט איבערגעלאזט ביים סיום פון חבורת "יסודי התורה" דקהלתינו הק' פארגאנגענעם זונטאג, און דער רבי האט זיך מפלפל געווען בתורה מיט די אידן.
דערנאך האבן די ארעסטירטע געמוזט פארלאזן די פלאץ צו גיין צו די טעגליכן ציילונג, און דער רבי האט אויסגעווארט אינעם ביהמ"ד ביז עס איז פארענדיגט געווארן, דערביי האט זיך פארמירט א שמועס מיט דער טשאפלעין, ווי דער רבי האט זיך פאראינטערעסירט אין די מצב פון די אידן וועלכע זענען ליידער אין טורמע, און וואס נאך מען קען טון זיי ארויס צו העלפן.

נאך די ציילונג זענען די ארטיגע אידן צוריק געקומען, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
צום ערשט האט דער גאנצער אנוועזנדער ציבור אינאיינעם געזינגען אני מאמין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור, דערנאך האבן אלע ארעסטאנטן געהאט די געלעגנהייט צו אריינגיין צו רבינו שליט"א אויף א פריוואטע פארנעם ווי דערביי האט דער רבי יעדעם פערזענליך שטארק מחזק געווען צו קענען ווייטער אנגיין אין אזא שווערע מצב.
נאך עטליכע שעות האט דער רבי פארלאזט די תפיסה נאכן איבערלאזן ברכת קדשו אינאיינעם מיט הויפענעס מיט חיזוק פאר אחב"י היושבים בחושך וצלמות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט די באזוך, און אהיימגעפארן קיין קר"י.

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יושע צבי פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שמעון לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 9:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:20.

נאך מעריב איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א שיף הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו.

ארום 9:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד רב טוב בשכונת עצי חיים צום שמחת הבר מצוה פונעם אור אייניקל הב' הבר מצוה אלימלך ני"ו בן הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודת בר מצוה, במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן דער זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הרה"ג רב דביהמ"ד רב טוב שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, און נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני תפילין און לשבח פונעם בר מצוה בחור וועלכע האט מסיים געווען עטליכע מסכתות און אנגעוואונטשן ער זאל קענען מסיים זיין כל הש"ס, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור, מען האט געענדיגט ארום 11:10.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' בערל פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' בעריש ווייזער הי"ו (מאנטרעאל), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמחה פראנצויז הי"ו.
- ב"ר יצחק רובין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל דעם נייעם זמן. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 7:30 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען א באזוך בקו''פ האדמו"ר מסקווירא מב"פ שליט"א אינאיינעם מיט אחיו ומחותנו הרה"צ ר' פנחס טווערסקי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי צאצאיהם למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאבל, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרב אברהם ברוך פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגח' מרחשון תשפ"ו10/30/2025

באריכט
מאנטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל די נייע זמן.

אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן בויען און צענעמען די סוכה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אין די מיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש דורך א הוקאפ ביי די אסיפת הרבנים וועלכע איז פארגעקומען אין מאנטרעאל לקראת דעם מחאה אדירה וועלכע איז פארגעקומען דינסטאג פארנט פונעם ציוני'סטישער קאנסולאט אין קוויבעק אנטקעגן די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, און ארויסגעברענגט די חיוב וואס ליגט אויף יעדער יחיד פון אנ"ש זיך צו באטייליגן ביים מחאה אדירה און אויסשרייען דעם וויי געשריי קעגן דעם שלטון הרשע וגזירותיהם.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' מאיר מרדכי בודק הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל אלי' שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יושע קאהן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הר"ר דוד פערל שליט"א היושב ע"פ אחותו ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"צ רבי נחמי' אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הגה"ק השפת אמת זצ"ל, אזוי אויך האט ער אפגענומען ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און געבעטן צו שיקן א ברכת מזל טוב און פריסת שלום פאר אביו האדמו"ר מגור שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אביגדור כהנא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נפתלי צבי הורוויץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 2:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום קאלהארי סענטער אין פענסעלוועניע ווי עס איז פארגעקומען דער "מעמד כינוס הלומדים וסיום חצי הש"ס" דורך 'חבורת יסודי התורה' שע"י קהלתינו הק' מיט די השתתפות פון אלפי אנ''ש לומדי החבורה מסיימים און מתחילים.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:30 און אריין אינעם ביהמ"ד ווי טויזענטער אנ"ש חברי החבורה זענען געזעצן און געלערנט די לעצטע צען בלאט פון מסכת קידושין, און זיך ארומגעדרייט מיט א רגש צווישן די לומדים און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט. דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן בימת הכבוד ווי דער רבי האט עוסק געווען בתורה.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די בחינה בכתב דורך די טויזענטער לומדים אויף די לעצטע צען בלאט אין מסכת קידושין.

נאך די בחינה האט דער רבי משמיע געווען א שיעור פתיחה אויף מסכת בבא קמא, און אנגעהויבן מיט א זעלטענע התרגשות 'ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!' זעהענדיג אזא גרויסן ציבור לומדים ומסיימים, און דערנאך אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט די ארבעה אבות נזיקין מיט היינטיגע דגמאות כדי מזאל דאס גוט פארשטיין, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא פאר די טויזענטער לומדים און מסיים געווען בדברי התחזקות וברכה פאר די לומדים. דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי.

ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודה הגדולה לכבודה של תורה לרגל סיום מסכת קידושין וחצי הש"ס, ביים אריינקומען האט דער רבי זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן, און זיך געוואשן צו די סעודה.
דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג, האט ממשיך געווען און ארויפגערופן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו - פטרון החבורה בקר"י, הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - פטרוני החבורה אין וומסב''ג, און דערנאך הרה"ח ר' יואל העללער הי"ו, הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי"ו - מגדולי עסקני החבורה אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א.

דערנאך האט אויפגעטרעטן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו מיט טרעפליכע דיבורים און קורצע היסטאריע איבערבליק פון ווען רבינו שליט"א האט געגרינדעט זיין חבורה יסודי התורה בערך 20 יאר צוריק, און האט ארויסגעברענגט אז דער הייליגער ייטב לב זיע''א האט באפוילן זיינע קינדער אז זיי זאלן בענטשן און משפיע זיין השפעות טובות דורך משמיע זיין דב"ק דורכ'ן זאגן תורה, און האט אויסגעפירט אז רבינו שליט"א האט געזאגט במשך חודש תשרי אריבער זעכציג מאל תורה! און געבעטן פון רבינו שליט"א אז דער רבי זאל משפיע זיין ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור בכל ענינים.

ארום 7:10 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'לך לך מארצך וכו' ויהא ברכה' און ארויסגעברענגט אז מען שטייט היינט ביי א סיום חצי הש"ס פון א חבורה וואס מען האט מייסד געווען קרוב צו צוואנציג יאר צוריק 'וגם אני חבר החבורה מיום הוסדה' און ברוך השם עס איז היינט צוטאגס דא אזעלכע חבורות אין די גאנצע וועלט און עס איז פארשפרייט געווארן אסאך תורה דורך די חבורה, די תורה הק' איז משפיע כל הברכות און וועט אוודאי חל זיין אויף אלע לומדי החבורה, און ארומרעדענדיג בשבח פון די לומדי החבורה צו לערנען א עמוד א טאג באיכות, און ארויסגעברענגט ווי מען זעט דא אינעם זאל אסאך עלטערן מיט די קינדער און אפילו אייניקלעך וואס האבן אלע מסיים געווען די מסכת, אשרי לו ואשרי חלקם!, און אויסגעפירט מיט א קריאה צו אנשי שלומינו אשר ישנו פה ואשר איננו פה 'ווער עס האט נאכנישט א שיעור בקביעות זאל זיך אנשליסן אין איינע פון די חבורות פון קהלתינו הק' אדער חבורת יסודי התורה אדער חבורת תורתך שעשועי, די עיקר עס זאל זיין בקביעות גמור, לערנען, חזר'ן, און זיך שטעלן אויף א פארהער.

דער רבי האט מסיים געווען און זיך באדאנקט פאר די חשוב'ע נדבנים וועלכע זענען מסייע די חבורה בראש וראשון ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און אזוי אויך ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע חוץ זייערע גרויסע פעולות לרומם קרן קהלתינו ומוסדותינו הק' שטייען זיי צו הילף ביי די חבורה, און אלע אנדערע עסקנים כל אחד בשמו יבורך, 'הקב"ה ישלם פעלם ושכרם הרבה מאוד' און גענדיגט בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב"ק האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה אלץ הכנה צום סיום מסכת, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י.
דער רבי האט מסיים געווען מסכת קידושין און אנגעהויבן מסכת בבא קמא, און געזאגט דעם הדרן און קדיש, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיטן ציבור לאלפים מיט גרויס התרגשות און שמחת התורה.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות פאר עטליכע חתנים מאנ"ש, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקני המעמד, מען האט געענדיגט ארום 8:45 און דער רבי האט געדאווענט מעריב בחדרו הפרטי, בעל תפילה: הרה"ג ר' אברהם חיים מאטצען שליט"א מרבני התאחדות אברכים וומסב''ג.
ארום 9:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן דוד צבי ב"ר יקותיאל יוסף ניימאן הי"ו.
- החתן מרדכי שמואל ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
- החתן אברהם הערש ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו.
- החתן משה ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
- החתן חיים שרגא ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.

ארום 6:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 8:10.
עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת תפארת יעקב בארה"ק עטה"ק. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו (ירושלים).

פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און ארויסגעברענגט אז דורך שירות ותשבחות ביי די סעודת שב"ק באקומט די גוף א קדושה און מען האט כח זיך צו שלאגן מיטן יצר הרע א גאנצע וואך, און דערביי מעורר געווען די בחורים אפצורעכטן די סעודת שב"ק כראוי מיט שירות ותשבחות, און געזאגט אז 'מען האט נישט געדינגען קיין חברה מזמרים' נאר די גאנצע ישיבה דארף זינגען די זמירות שבת לכבוד שבת.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה שפיגעל הי"ו (וומסב''ג)

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'איש צדיק תמים היה בדורותיו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין עשה לפני הדיבור דוחה לא תעשה לאחר הדיבור.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו (ב"ב).
- ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק מרוזשין זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק ג' חשון.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:45.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אהרן פרענקל הי"ו (וומסב''ג)
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אשר אנטשיל גאנדל הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יעקב ב"ר שמואל פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך שליט"א אב"ד וועגשייד וומסב''ג.
- שלישי: החתן דוד צבי ב"ר יקותיאל יוסף ניימאן הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן מרדכי שמואל ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן חיים שרגא ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו.
- ר' מאיר דוד ברק"י ווייס הי"ו.
- ר' הערש אלימלך ב"ר יואל בר"א קויפמאן הי"ו.
- ר' ליפא ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
- ר' יושע בר"מ פריעדמאן הי"ו.

- שביעי: החתן אברהם הערש ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- אחרון: החתן משה ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' מרדכי געלבער הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
מען האט געמאכט די מי שברך להמתענים בה"ב.
- מוסף: הרה"ח ר' שמואל פריעדמאן הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא טייטלבוים הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:35.
- בעל תפילה: ר' בערל אקער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' שמואל משה פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח וכו' את האלקי'ם התהל'ך נ'ח ווי דער בעל הטורים זאגט איז ס"ת 'חכם' און געטייטשט אז די עונש וואס מען באקומט ווען מען טוט אן עבירה איז נישט אויף די עבירה אליינס נאר אויף דעם אז מען האט נישט תשובה געטוהן, דורך לימוד התורה האט מען די זכי' צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב ואומרת שובו בנים שובבים און מען איז זוכה לתשובה, און געזאגט דברי התחזקות צום נייעם זמן, בעלי בתים, אברכים, בחורים, און תשב"ר, צו זיכער מאכן צו האבן שיעורי תורה בקביעות גמור.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה וומסב''ג.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 9:00.

מוצש''ק ארום 10:40 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד צאנז צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורכן ביהמ"ד לכבודו פון הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד, לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי ומנהגי צאנז, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:50, הב' שמעון ב"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו איינער פון די תלמידים האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, פאר הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, פאר די אנוועזענדע רבנים, עלטערן, און אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק והתחזקות צו שטייגן יעדן טאג אין עבודת השם און תשובה טוהן אויף די נעכטיגע טאג, און ארומגערעדט בשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין און זענען געשטיגן מעלה מעלה בעבודת השם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 12:30 אויפן וועג ארויס פון זאל האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און זיך פערזענדליך באדאנקט פאר זיין דירה בקרית יואל המורחבת וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אוואך צייט ביז שבת למנוחת הנפש, און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר יצחק יעקב גאלדשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.

און די פארמיטאג שעות האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל נאכן וויילן די פארגאנגענע וואך אויף אפרוה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג נח - ב' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר חיים שלמה אדלער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:45 און מעריב ביים זמן ר'"ת בבית האכסניא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגא' מרחשון תשפ"ו10/23/2025

באריכט
מיטוואך נח - א' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יואל ברי"ז פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים ב''ר פישל ב''ר אברהם יושע פריינד הי"ו.
- ב''ר יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
- ב''ר יואל בנציון אבעלעס הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:45 און מעריב ארום 10:00 בבית האכסניא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יצחק מאשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר חיים עזריאל פריעד הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שאול גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעל ברית ובני משפחתו.

פארנאכטס איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א אויף די סאסוב גאס ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען מחותנו האדמו"ר מגארליץ שליט"א היושב ע"פ אחיו הרה"ג ר' יושע צבי יונגרייז ז"ל - אב"ד טאלטשאווע ב"פ.

דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט צו ביהמ"ד בית ברוך ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו, ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה לייב פרידריך הי"ו.
נאך מעריב האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט להרחבת גבולי הביהמ"ד, און דערביי געהערט א באריכט פון בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א איבער די בוי ארבעט, דערנאך איז דער רבי צוריק לבית האכסניא.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ראובן מנחם לענעראוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 און מעריב ביים זמן ר"ת בבית האכסניא.

שפעט בייינאכט איז דער רבי איבערגעגאנגן מיטן הויז בחור די פרטים פונעם קאמפיין וואס ווערט געפירט צווישן די בחורים תלמידי הישיבות ע"פ בקשת רבינו, צו שאפן גרויס געלט לעניי אר"י לקראת די בעפארשטייענדע נסיעה קיין ארה"ק, דער רבי האט באקומען א פולע באריכט פונעם הויז בחור און אויסגעפרעגט אלע פרטים און אויסגעדרוקט זיין האפענונג אז מוועט אויפטרייבן צו שאפן גרויס געלט צו קענען מיטנעמען קיין אר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר שלמה זלמן שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 3:45.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין מאנהעטן צום מחאה אדירה דורך דעם יהדות החרדית ברבבותיהם קעגן די טריפה'נע ממשלה בארה''ק און דימגזירה פון גיוס בני הישיבות.
אויפן וועג האט זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט רבינו שליט"א הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג וועלכע האט אפגענומען הוראת קדשו און אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים וואס ארויסצוברענגען ביי זיין דרשה ביים פראטעסט, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט די נקודות וועלכע דארפן ארויסגעברענגט ווערן צו ריכטיג געבן דעם מעסעדזש פונעם פראטעסט כפי דרך המסורה לנו פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ביים עצרת מחאה האבן אויפגעטרעטן.
- יו"ר: הגאון ר' יושע נחמן בערגער שליט"א ר"י אהל תורה.
- הגה"צ ר' דוד הירשלער שליט"א מארה"ק.
- הגה"צ רבי אנשיל אשכנזי שליט"א אב"ד חות דעת.
- הגה"צ רבי יעקב הורוויץ שליט"א ר"י בית מאיר.
- הר"ר אהרן גרינבערג הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה אויף ענגליש צו אדרעסירן די פרעסע.
- הגאון ר' ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג.
- קבלת עול מלכות שמים האט פארגעזאגט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:50 און זיך באגריסט מיט די אנוועזענדע רבנים דערנאך האט די רבי זיך אראפגעזעצט אינאיינעם מיט רבני ודייני קהלתינו הק' אויף איינע פון די גאסן.
ארום 6:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י, ביים אנקומען אויף קר"י איז דער רבי ארויף געגאנגן מנחם אבל זיין משפחת הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת בראשית - מברכים חודש מרחשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אויף מנוחת הנפש בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, אין א שטילע געגנט אין קר"י המורחבת

פרייטאג צונאכטס ארום 6:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד שע''י בית האכסניא מעוטף בטליתו וואו עס האבן מיטגעדאווענט א ענגע מנין מתושבי השכונה און דער רבי איז צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו. נאכן דאווענען האט אים דער רבי באדאנקט און געזאגט 'ישר כח, ממש אן עונג שבת'..., מען האט געענדיגט ארום 8:10, און די מתפללים זענען אדורך זאגן גוט שבת.

רבינו שליט''א האט געפראוועט דעם שלחה''ט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.

ארום 10:35 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הר"ר שלמה יעקב הערמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אהל בתי'ה, קרית יואל.
- מנוחה ושמחה: הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א, מנה"ר בית רחל דמוסדותינו הק' וומסב"ג.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה און משלב געווען סוף התורה לתחילתה בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה כלשון בני אדם.

- קה אכסוף: הר"ר יואל דאסקאל שליט"א, מנה"ר ישיבת ביאלא בני ברק.
- ברכהמ''ז: הר"ר שמעון דייטש שליט"א, רב דביהמ"ד שערי חיים בשכונת 'חכם צבי' קרית יואל.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון מרן הגה"ק החתם סופר זיע"א וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג כ"ה תשרי
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' אהרן מאיר ווייס הי"ו, בני ברק.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו, וומסב"ג.
מען האט געענדיגט ארום 12.15.

וביום השבת קודש

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד בבית האכסניא ארום 9.45
- פסוקי דזמרה: הר"ר בנימין ליכטנשטיין שליט"א.
- שחרית: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו, און דער רבי האט אים זייער ווארעם באדאנקט.

- הוצאה והכנסה: ר' שמעון לעווי הי"ו.
- בעל קורא: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.

עליות.
- כהן: הר"ר לוי יצחק בארזסקי שליט"א מנה"ר במתיבתא הק' סניף ויואל משה.
- לוי: הבה"ח אהרן מאנדל הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' משה מוטצען הי"ו, וומסב"ג.
- רביעי: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
- חמישי: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו
- שישי: רבינו שליט"א.
- שביעי: הרה"ח ר' יודא היימאן הי"ו, וומסב"ג.
- אחרון: הר"ר בנימין ליכטנשטיין שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
- הגבה: הר"ר יואל דאסקאל שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
מ'האט אויסגערופן דעם מולד און רבינו שליט"א האט ר"ח געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

- מוסף: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי.
- פתיחה אנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן מאיר ווייס הי"ו
מען האט געענדיגט ארום 12.30.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א געהייסן אריינברענגן קידוש פאר די פאר אידן וואס וואוינען ווייט און דארפן נאך אהיימגיין א דרך רחוקה.

די סעודת שב''ק האט דער רבי געפראוועט אויף א פריוואטן פארנעם.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 6:50
- מנחה: הרה"ח וואלף פריעדלענדער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח יוסף עסטרייכער הי"ו, וומסב"ג.
- כהן: ר' שמעון בארזעסקי הי"ו, ירושלים.
- לוי: ר' חיים ברבצ"א ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף פריינד הי"ו, לאנדאן.
- הולכת הס"ת: הרה"ח ר' משה קאפפעל הי"ו, לאנדאן.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ויאמר אלוקים יהי אור'' און געטייטשט אז מיטן כח פון עסק התורה וואס דערלייכט די אויגן פון אידישע קינדער האט מען די לעכטיגקייט צו פארשטיין די הסתה פונעם יצר הרע און מקען זיך שטארקן זיך נישט צו לאזן פונעם עצת היצר.

- ידיד נפש: הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.
- קל מסתתר: הרה"ח גרשון שלעזינגער הי"ו, וומסב"ג.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: ר' נפתלי סופר הי"ו, דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 8:40.

הבדלה האט רבינו שליט''א געמאכט אויף א פריוואטן פארנעם.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא די בריתן.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף שלמה מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יצחק בר"א גרובער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
- ב"ר יעקב יחזקי' גאנדל הי"ו.
- ב"ר שלום מאיר רובין הי"ו.
- ב"ר יואל בהר"ר ברוך לעווי הי"ו.
- ב"ר שמואל מרדכי רובינשטיין הי"ו.
- ב"ר אשר שמואל כ''ץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג בראשית - אסרו חג סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם זאב קויפמאן הי"ו, מאנטרעאל.
- ב"ר חיים ראטה הי"ו.
- ב"ר אפרים שטערן הי"ו.
- ב"ר יואל פייערווערקער הי"ו.
- ב"ר ישראל מנשה ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר הערשל נאווי הי"ו.
- ב''ר יואל כ''ץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מרדכי נחמן שאלאמאן הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן דעם זונטאג נח אין ביהמ"ד אהל פיגא, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 6:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגנטער אין קר"י המורחבת ווי דער רבי וויילט במשך די וואך אויף מנוחת הנפש.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10 און מעריב ארום 7:30 בבית האכסניא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג