בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגד' מרחשון תשפ"ו10/26/2025

באריכט
זונטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אביגדור כהנא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נפתלי צבי הורוויץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 2:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום קאלהארי סענטער אין פענסעלוועניע ווי עס איז פארגעקומען דער "מעמד כינוס הלומדים וסיום חצי הש"ס" דורך 'חבורת יסודי התורה' שע"י קהלתינו הק' מיט די השתתפות פון אלפי אנ''ש לומדי החבורה מסיימים און מתחילים.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:30 און אריין אינעם ביהמ"ד ווי טויזענטער אנ"ש חברי החבורה זענען געזעצן און געלערנט די לעצטע צען בלאט פון מסכת קידושין, און זיך ארומגעדרייט מיט א רגש צווישן די לומדים און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט. דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן בימת הכבוד ווי דער רבי האט עוסק געווען בתורה.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די בחינה בכתב דורך די טויזענטער לומדים אויף די לעצטע צען בלאט אין מסכת קידושין.

נאך די בחינה האט דער רבי משמיע געווען א שיעור פתיחה אויף מסכת בבא קמא, און אנגעהויבן מיט א זעלטענע התרגשות 'ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!' זעהענדיג אזא גרויסן ציבור לומדים ומסיימים, און דערנאך אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט די ארבעה אבות נזיקין מיט היינטיגע דגמאות כדי מזאל דאס גוט פארשטיין, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא פאר די טויזענטער לומדים און מסיים געווען בדברי התחזקות וברכה פאר די לומדים. דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי.

ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודה הגדולה לכבודה של תורה לרגל סיום מסכת קידושין וחצי הש"ס, ביים אריינקומען האט דער רבי זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן, און זיך געוואשן צו די סעודה.
דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג, האט ממשיך געווען און ארויפגערופן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו - פטרון החבורה בקר"י, הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - פטרוני החבורה אין וומסב''ג, און דערנאך הרה"ח ר' יואל העללער הי"ו, הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי"ו - מגדולי עסקני החבורה אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א.

דערנאך האט אויפגעטרעטן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו מיט טרעפליכע דיבורים און קורצע היסטאריע איבערבליק פון ווען רבינו שליט"א האט געגרינדעט זיין חבורה יסודי התורה בערך 20 יאר צוריק, און האט ארויסגעברענגט אז דער הייליגער ייטב לב זיע''א האט באפוילן זיינע קינדער אז זיי זאלן בענטשן און משפיע זיין השפעות טובות דורך משמיע זיין דב"ק דורכ'ן זאגן תורה, און האט אויסגעפירט אז רבינו שליט"א האט געזאגט במשך חודש תשרי אריבער זעכציג מאל תורה! און געבעטן פון רבינו שליט"א אז דער רבי זאל משפיע זיין ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור בכל ענינים.

ארום 7:10 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'לך לך מארצך וכו' ויהא ברכה' און ארויסגעברענגט אז מען שטייט היינט ביי א סיום חצי הש"ס פון א חבורה וואס מען האט מייסד געווען קרוב צו צוואנציג יאר צוריק 'וגם אני חבר החבורה מיום הוסדה' און ברוך השם עס איז היינט צוטאגס דא אזעלכע חבורות אין די גאנצע וועלט און עס איז פארשפרייט געווארן אסאך תורה דורך די חבורה, די תורה הק' איז משפיע כל הברכות און וועט אוודאי חל זיין אויף אלע לומדי החבורה, און ארומרעדענדיג בשבח פון די לומדי החבורה צו לערנען א עמוד א טאג באיכות, און ארויסגעברענגט ווי מען זעט דא אינעם זאל אסאך עלטערן מיט די קינדער און אפילו אייניקלעך וואס האבן אלע מסיים געווען די מסכת, אשרי לו ואשרי חלקם!, און אויסגעפירט מיט א קריאה צו אנשי שלומינו אשר ישנו פה ואשר איננו פה 'ווער עס האט נאכנישט א שיעור בקביעות זאל זיך אנשליסן אין איינע פון די חבורות פון קהלתינו הק' אדער חבורת יסודי התורה אדער חבורת תורתך שעשועי, די עיקר עס זאל זיין בקביעות גמור, לערנען, חזר'ן, און זיך שטעלן אויף א פארהער.

דער רבי האט מסיים געווען און זיך באדאנקט פאר די חשוב'ע נדבנים וועלכע זענען מסייע די חבורה בראש וראשון ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און אזוי אויך ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע חוץ זייערע גרויסע פעולות לרומם קרן קהלתינו ומוסדותינו הק' שטייען זיי צו הילף ביי די חבורה, און אלע אנדערע עסקנים כל אחד בשמו יבורך, 'הקב"ה ישלם פעלם ושכרם הרבה מאוד' און גענדיגט בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב"ק האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה אלץ הכנה צום סיום מסכת, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י.
דער רבי האט מסיים געווען מסכת קידושין און אנגעהויבן מסכת בבא קמא, און געזאגט דעם הדרן און קדיש, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיטן ציבור לאלפים מיט גרויס התרגשות און שמחת התורה.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות פאר עטליכע חתנים מאנ"ש, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקני המעמד, מען האט געענדיגט ארום 8:45 און דער רבי האט געדאווענט מעריב בחדרו הפרטי, בעל תפילה: הרה"ג ר' אברהם חיים מאטצען שליט"א מרבני התאחדות אברכים וומסב''ג.
ארום 9:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 452