בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ג מרחשון תשפ"ו11/4/2025

באריכט
דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי יוסף הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' מאיר דוד ברי"ח מאסרי הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישכר דוב פארקאש הי"ו.
- ב"ר שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר אליהו ראובן סאפדי הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די מעמד דרשת פתיחת הזמן פאר די נאנט צו 1500 בחורי חמד כ''י פון די 7 סניפי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און פון די שיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא, און דערביי איבערגעזאגט די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די בעלי בתים ביים סיום חצי הש"ס דורך חבורת יסודי התורה אין מסכת בבא קמא.
דערנאך האט דער רבי מחזק געווען די תקנת הישיבה און זיך צוצושטעלן אין אלע ענינים און נישט צו גיין צו חתונות. און ממשיך געווען איבער מנהגי קודש ביי א חופה וואס איז יסודתו בהררי קודש און יעדע זאך וואס מען טוט ביי א חופה איז א מנהג קודש וואס מען טאר נישט משנה זיין אדער מוסיף זיין, און שטארק מעורר געווען די בחורים זיך נישט צו לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די אמעריקאנע גאס וואס וויל פארוואנדלען די חופה אין א הייראט צערעמאניע, ובפרט בנוגע זינגען אדער גראמען ביי א חופה וואס מען האט אזאנס נישט געזען ביי די פריערדיגע דורות, אפילו אויב עס איז גוטע ניגונים, אבער עס באלאנגט נישט ביי א חופה און א חופה דארף בלייבן אזוי ווי אמאל, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן פון הכלה בת הרה"ח ר' בערל פערלשטיין הי"ו פון ב"פ, דערביי איז אנוועזנד געווען הנהלת חבורת תורתך שעשועי לרגל די ריזיגע נדבה פון הרה"ח ר' בערל הי"ו אויסצוצאלן די פארגאנגענע בחינה פון תורתך שעשועי אין ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ספסלי הביהמ"ד וואס איז ניתוסף געווארן אין ב"פ דורך חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

שפעט ביינאכט איז פארגעקומען א קורצא אסיפה מיט די הנהלה פון חבורת יסודי התורה, וואו מהאט געברענגט פארן רבין די רשימה פון פרישע 2000 נייע אהנגעשלאסענע אין די חבורה, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו להגדיל תורה ולהאדירה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 530