בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ב מרחשון תשפ"ו11/3/2025

באריכט
מאנטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יושע הערש גליק הי"ו.
- ב"ר דוד חיים צבי מאלח הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אויך האט דער רבי פארטיילט תעודות פאר די בחורים מציונים וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת שבת וועלכע איז געלערנט געווארן אין ישיבה פארגאנגענעם יאר.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די פארברייטערטע היכל הביהמ"ד וועלכע איז אין די טעג פארברייטערט געווארן צוליב די ריבוי התלמידים.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם לייב קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אברהם יצחק טאבאק הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י יאקאב הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן דאנערשטאג חיי שרה אין ביהמ"ד עבודת אהרן בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר אברהם שמחה גאטליב שליט"א און הרה"ח ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע"ה.
- הר"ר שלום ברמ"צ גאלדמאן שליט"א און הר"ר משה שמואל רובינפעלד שליט"א.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו וומסב"ג אינאיינעם מיט חברי הנהלת כולל שומרי החומות, וועלכע האבן געלאדענט רבינו שליט"א צו געבן א שיעור אין ביהמ"ד כתב סופר אין ירושלים עיה"ק בעת די מסע הקודש פון רבינו שליט"א אין ארה"ק קומענדיגן פרשת תולדות הבעל"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די באזוכן פון רבותינו הק' בעל דברי יואל בעל ברך משה זיע''א אין דעם היסטארישן ביהמ"ד במשך די יארן און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️