בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגכ' תשרי תשפ"ד10/5/2023

באריכט
ליל הושענא רבה

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צום עריכת שלה"ט אושפיזא דדוד מלכא משיחא.

מען קען מיטהאלטן די הוקאפ פונעם געהויבענעם טיש אויף קול סאטמאר בעקאפ נאמבער
3518887117

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל ד' דחוה"מ אושפיזא דיוסף צדיקא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 10:35.
נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
חדב"ן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו.
הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
הר"ר משה יצחק לעוו שליט"א (לאנדאן).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו' און געטייטשט אז דורך מצוות לולב גיבט הקב''ה השפעות טובות פאר כלל ישראל אפילו מען איז נישט ראוי.

ברכהמ''ז: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 11:55.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל ג' דחוה"מ אושפיזא דאהרן כהנא קדישא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 10:20.
נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר מאנסי.
הר"ר חיים אשכנזי שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
הר"ר נתן דוד אשכנזי שליט"א מ'סטאניסלאוו לינדען.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און געטייטשט אז דורך מצוות סוכה קען מען שפירן א עריבות און מתיקות התורה.

ברכהמ''ז: הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א אדמו''ר מקאלאשין מאנסי. מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די מעמד שמחת בית השואבה רבתי ריקודין של מצוה דורך אלפי אנ''ש לרגל שמחת בית השואבה, דער רבי איז געזעצן אויף די בימה און זיך צוגעקוקט מיט שמחה א לענגערע צייט, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד ארום 12:45.
מיטוואך יום ג' דחוה''מ

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו שחרית ארום 9:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' וואלף שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. לוי: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם שמחה בר"ע הירש הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' אליעזר צבי הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ. גלילה: הר"ר יואל ישכר לעוו שליט"א (לאנדאן).

מוסף: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער) מען האט געענדיגט ארום 12:15.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ע מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' גרשון שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יצחק ברוך ברמ"י טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' משה גאלדבערג הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15, און מעריב ארום 8:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר פון הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.

נאך מעריב איז געווען אויף א ביקור חג ביי רבינו שליט"א אין די סוכה שע"י ביתו נאוה קודש הגה"צ רבי יושע לייפער שליט"א רב דביהמ"ד באר משה פרעמישלאן מאנסי ונשיא מכון עוז והדר, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג יום ב' דחוה''מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן סימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יעקב זאפיר הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הגה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב''ג. לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דמו"ץ ביהמ"ד מהרש"א. גלילה: הרה"ח ר' משה ישראל פרענקל הי"ו (לאנדאן).

מוסף הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:15.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יושע ברמ"ד ווידער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ארי' שמחה קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאכמיטאג האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש וברכת החג דורך א לייוו הוק-אפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק, ביי די סעודת אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, ושמחת בית השואבה, אין די סוכה הגדולה שע''י בית מדרשינו הגדול אין שיכון, נאך די דברי תורה לכבוד היום האט דער רבי ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה סיי בכמות און סיי באיכות ווען דאס ביהמ''ד הגדול אין שיכון האט ב''ה באקומען א פנים חדשות, און זיין הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק פון די קהילה, מוסדות און ישיבה, און דערמאנט מיט געגועים זיין עונג רוחני מיט די בחורים בעיר האבות סיגוט, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאכמיטאג ארום 6:15 איז געווען אויף א ביקור חג ביי רבינו שליט"א אין די סוכה שע"י ביתו נאוה קודש הגה''צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני החג איבער רעגן אום סוכות, און איבער פארשידענע ערפינדונגען אין טעכנעלאגיע ביי כשרות און מקוואות, דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו, און געוואונטשן פאר בנו החתן צו די חתונה נאך יו''ט, און עקסטער געגעבן ברכות קדשו פאר בנו הר''ר מרדכי וועלכע שטייט בראש פון די מערכת השחיטה בבית השחיטה דקהלתינו הק' פאר די גסות אין אייאווע, 'שלא יצא מכשול מתחת ידו'.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15, און מעריב ארום 8:00 בביתו נאוה קודש.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ט תשרי תשפ"ד10/4/2023

באריכט
ליל ב' דחוה''מ אושפיזא דמשה רעיא מהימנא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 10:30.
נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.
הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'מי ומי ההולכים וכו' בנערינו ובזקינינו נלך כי חג ה' לנו' און געטייטשט אז דורך די נענועים מיט די ד' מינים קען מען זוכה זיין בתשובה אפילו עס איז נישט באותו מקום, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב אז דער 'מוליך ומביא' זאל ברענגען אלע השפעות טובות צו זיך מען זאל נישט דארפן זיכן פרנסה אין די מרחקים.

ברכהמ''ז: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 12:00

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג יום א' דחוה''מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 9:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א ומנה"ר כתה ט' מכינה לישיבה ב"פ. לוי: הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א. שלישי: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק מאנסי. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג. גלילה: הרה"ח ר' שלמה יודא פרידריך הי"ו (לאנדאן).

מוסף: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

נאכמיטאג ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו מנחה און דערנאך די דרשת שבת שובה במעמד אלפי תושבי העיר.
בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.

נאך מנחה אום 6:45 איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון הקודש און אנגעהויבן די דרשה, צום ערשט ארויסגעברענגט א שבח והודיה צו הקב"ה וואס טראץ די ערווארטעטע רעגן די ערשטע נאכט סוכות האט ב"ה נישט גערעגנט און מען האט געקענט מקיים זיין מצוות סוכה בשלימות סיי עסן און סיי שלאפן, די פחד און דאגה פון כלל ישראל האט זיך איבערגעדרייט צו א שמחת יו"ט, מען דאנקט און לויבט הקב"ה פארן קענען מקיים זיין מצוות ישיבה בסוכה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען א לענגערער פלפול אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' און ממשיך געווען מיט פארשידענע אופנים בדברי דרוש ואגדה און משלב געווען צו יו"ט סוכות.
מחזק געווען אז מען דארף מקיים זיין מצוות מיט א שמחה של מצוה און דאס מסביר זיין פאר די קינדער, ובדברי מוסר בעניני צניעות, בקביעות עתים לתורה, תפילה בציבור דאווענען פון אנהייב ביזן סוף, עניני טעכנעלאגיע, נישט צו עסן אלעס און איבעראל, נישט נאכצולאזן קיין כל שהוא אפילו ווען מען איז נישט אינדערהיים, און מסיים געווען בברכות לרוב. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש. מען האט געענדיגט ארום 7:50. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ''ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצאי יו''ט ליל א' דחוה"מ - אושפיזא דיעקב שלימתא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה שע''י ביהמ"ד הגדול ארום 11:30.
נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הגה''צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו''ר מדינוב מאנסי.
הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז קר"י.
הרה"צ ר' יצחק אשר ישעי' לייפער שליט"א מחוסט נאדבורנא קר"י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה' און געטייטשט אז דורך די תפילות פון די פריערדיגע צדיקים ווערט כלל ישראל געהאלפן ביז היינטיגע צייטן 'ויתן ויחזור ויתן', ווען מען מאכט די נענועים מיט די ד' מינים אפילו מען איז א פשוטע איד טוט עס אויף אלע גוטע זאכן בזכות פון די עבודת הקודש פון די פריערדיגע צדיקים.

ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 1:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ז תשרי תשפ"ד10/2/2023

באריכט
ליל ב' דיו"ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה''ג ר' חיים אלישע גראסמאן שליט''א, נאכן דאווענען איז דער עולם איז אריבערגעגאנגען וואונטשן גוט יו"ט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דיצחק' בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.

פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זונגען דעם פיוט הרה"ג ר' לוי יצחק בארזסקי שליט''א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתן לך אלוקים מטל השמים' און געטייטשט אז יצחק אבינו האט אריינגעברענגט דעם כח פון שמחה של מצוה און דורכדעם ווערט נתכפר אויך דער חשבון פון די צייט פון די עבירה.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' יצחק בן הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

נאכן בענטשן האט מען געזינגען דעם נייעם הקפה ניגון און דער רבי האט מעודד געווען לכבוד שמחת בית השואבה.

פארן ארויסגיין האט רבינו שליט''א געזאגט אפאר ווערטער מען דארף געבן א שבח והודאה פארן הייליגען באשעפער אז מען האט געקענט זיצן און עסן אין די סוכה און אפילו שלאפן, מען האט זיך געהאט דערשראקן ערב יו''ט מען איז שוין אפילו געזיצן ערב יו''ט אויף די הלכות, אבער ב"ה מען האט געהאט א אמת'ע שמחת יו''ט, דער אייבערשטער זאל העלפן שטענדיג שמחות, מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בנגוני הודאה. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

יום ב' דיו''ט

אינדערפרי נאך די מקוה האט רבינו שליט"א מקיים געווען בדחילו ורחימו די מצוות נטילת ד' מינים אינעם סוכה בביתו נאוה קודש, און עקסטער מייחד געווען א סעט ד' מינים פאר די בחורים געסט פון אויסלאנד.

ארום 9:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו, וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית והלל און געדאווענט בהשתפכות הנפש, און מאריך געווען בעבודת הקודש פון די נענועים בדביקת וברגש קודש, נאך הלל האט רבינו שליט"א פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ''ד בית שמואל בנימין, און נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד בית מנחם זאב. פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב.

עליות. כהן: הרה''ח ר' נחמן כהנא הי''ו. לוי: הרה''ג ר' משה בער לאנדא שליט''א. שלישי: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו. רביעי: הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו. חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה דעם ערשטע ספר: הרה''ח ר' זלמן לייב קאפל הי''ו. גלילה: הרה''ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי''ו (לאנדאן).
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. הגבה דעם צווייטן ספר: הרה''ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי''ו. גלילה: ר' משה דוד פריעדמאן הי''ו.

מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שלמה מאיר שניצער.
לבן הנולד אצל ר' יוסף בר''ע געשטעטנער הי''ו ת
מען האט געענדיגט ארום 2:15.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

נאכמיטאג ארום 7:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה''ג ר' איתמר מייזליש שליט"א. ביים זמן ר''ת האט מען זיך געשטעלט מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.

נאך מעריב איז רבינו שליט"א אריין אין די סוכה הגדולה און געמאכט הבדלה. און דערנאך איז מען אריבער וואונטשן א גוט'ן מועד. מען האט געענדיגט ארום 8:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק דעם ערשטן טאג יו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 10:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי''ו. צו שחרית והלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען בהשתפכות הנפש. נאך הלל האט דער רבי פארגעזאגט דעם סדר הושענות לשבת פסוק בפסוק.

פתיחת הארון: הרה''ח ר' יושע נחמן שרייבער הי''ו (לאנדאן), הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה''ג ר' יואל שטיין שליט''א מו''ץ בקהלתינו וחבר הביד"ץ דהתאחדות הקהילות החרדית בלאנדאן.

עליות. כהן: הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שמואל הערש פעלדמאן הי''ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו. חמישי: הרה''ח ר' ישכר בער הירש הי''ו. שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל.
ר' קלמן אליעזר בר''י סאאל הי''ו.
ר' אליעזר סופר הי''ו.
ר' יעקב פרענקל הי''ו.
ר' מנחם אורי לעבאוויטש הי''ו.

שביעי: ר' יוסף יצחק שטיינבערג הי''ו (וומסב''ג) - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולדה למז''ט. הגבה דעם ערשטן ספר: נכד רבינו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' משה קאפל הי''ו (לאנדאן).
מפטיר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו. הגבה דעם צווייטן ספר: הרה''ח ר' דוד פריינד הי''ו (לאנדאן). גלילה: הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי''ו.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' מיכל פריעדמאן שליט''א (מאנטשעסטער). מען האט געענדיגט ארום 1:55.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מכבד געווען צו זינגען די זמירות.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והושענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצוות סוכה' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט אראפגעברענגט אלע נשמת הגרים העתידים און די נשמה פון רבי עקיבא וואס לשיטתו איז דא מים טהורים זיך מטהר צו זיין און קענען אריינגיין אין די סוכה.
ברכהמ"ז: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 6:45. מנחה: הר''ר יצחק פייערשטיין שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מרדכי שעהר הי''ו (לאנדאן), כהן: הרה''ח ר' יצחק פריעדמאן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, שלישי: הרה''ג ר' מאיר הערש גרינבוים שליט''א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' אברהם יעקב פריעד הי''ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א איז אריבער צו של''ש אין די סוכה הגדולה.
די תורה איז געווען אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצוות סוכה' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט געמאכט גרים און דורך זיי איז געווארן אלע גרים שפעטער ובתוכם נשמת רבי מאיר וואס זיין שיטה איז אז אידן זענען בנים למקום און עס העלפט תשובה אזוי קען מען אריינגיין אין די הייליגע סוכה.

ידיד נפש: הרה''ג ר' בעריש קאהן שליט''א ראה''כ אנטווערפן, קל מסתתר: הרה''ח ר'אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן).
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 8:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ימים הראשונים של יו"ט סוכות זמן שמחתינו 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

ערב יו"ט נאכמיטאג האט רבינו שליט"א געבינדן דעם לולב און געזאגט דעם יהי"ר כנהוג.

פארנאכטס ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. מערבית איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30, נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן גוט שבת גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור און געזאגט 'דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען מקיים זיין מצוות סוכה כהלכתו', און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ביים אנקומען לביתו נאוה קודש האט מען געעפנט דעם שלאק אינעם רבי'נס סוכה, און דער רבי איז תיכף אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דאברהם', און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מודה אני.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
נאך די זמירות האט דער רבי געזאגט דעם סדר האושפיזין, און די תפילה לליל ראשון, און זיך אראפגעזעצט ביי תיבו תיבו, כנהוג.

נאך די פיש האט זיך רבינו שליט''א אויסגעדריקט ברגש קודש 'נישטא קיין ווערטער צו קענען דאנקן דעם הייליגן באשעפער אז מען קען זיצן און עסן און די סוכה'.
דער רבי האט מכבד געווען צו זינגען די זמירות שבת.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והשענו תחת העץ' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט אריינגעשיינט א כח אין די וועלט דורך מאכן די גרים אויף ביז היינטיגן טאג, אזוי אויך ווען מען זיצט אין די סוכה אפילו עס איז נאר אויף 7 טעג שיינט עס אריין אויפ'ן גאנצן יאר.

די בעלי אושפיזין האבן געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.
ברכהמ"ז: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המגיד מקאזניץ זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען ערב סוכות.

מען האט געזינגען קה רבון עלם, און פון די פירות האט דער רבי געטיילט פאר די בעלי אושפיזין. מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. אז ביום השביעי: ר' אליעזר דוד הכהן גליק הי''ו מען האט געענדיגט ארום 11:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג