ליל ב' דחוה''מ אושפיזא דמשה רעיא מהימנא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום שלחה''ט ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 10:30.
נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.
די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.
הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'מי ומי ההולכים וכו' בנערינו ובזקינינו נלך כי חג ה' לנו' און געטייטשט אז דורך די נענועים מיט די ד' מינים קען מען זוכה זיין בתשובה אפילו עס איז נישט באותו מקום, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב אז דער 'מוליך ומביא' זאל ברענגען אלע השפעות טובות צו זיך מען זאל נישט דארפן זיכן פרנסה אין די מרחקים.
ברכהמ''ז: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 12:00
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️