בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ח תשרי תשפ"ד10/3/2023

באריכט
דינסטאג יום ב' דחוה''מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן סימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יעקב זאפיר הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הגה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב''ג. לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דמו"ץ ביהמ"ד מהרש"א. גלילה: הרה"ח ר' משה ישראל פרענקל הי"ו (לאנדאן).

מוסף הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:15.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יושע ברמ"ד ווידער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ארי' שמחה קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאכמיטאג האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש וברכת החג דורך א לייוו הוק-אפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק, ביי די סעודת אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, ושמחת בית השואבה, אין די סוכה הגדולה שע''י בית מדרשינו הגדול אין שיכון, נאך די דברי תורה לכבוד היום האט דער רבי ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה סיי בכמות און סיי באיכות ווען דאס ביהמ''ד הגדול אין שיכון האט ב''ה באקומען א פנים חדשות, און זיין הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק פון די קהילה, מוסדות און ישיבה, און דערמאנט מיט געגועים זיין עונג רוחני מיט די בחורים בעיר האבות סיגוט, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאכמיטאג ארום 6:15 איז געווען אויף א ביקור חג ביי רבינו שליט"א אין די סוכה שע"י ביתו נאוה קודש הגה''צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני החג איבער רעגן אום סוכות, און איבער פארשידענע ערפינדונגען אין טעכנעלאגיע ביי כשרות און מקוואות, דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו, און געוואונטשן פאר בנו החתן צו די חתונה נאך יו''ט, און עקסטער געגעבן ברכות קדשו פאר בנו הר''ר מרדכי וועלכע שטייט בראש פון די מערכת השחיטה בבית השחיטה דקהלתינו הק' פאר די גסות אין אייאווע, 'שלא יצא מכשול מתחת ידו'.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15, און מעריב ארום 8:00 בביתו נאוה קודש.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 704