בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ז תשרי תשפ"ד10/2/2023

באריכט
מאנטאג יום א' דחוה''מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 9:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א ומנה"ר כתה ט' מכינה לישיבה ב"פ. לוי: הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א. שלישי: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק מאנסי. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג. גלילה: הרה"ח ר' שלמה יודא פרידריך הי"ו (לאנדאן).

מוסף: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

נאכמיטאג ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו מנחה און דערנאך די דרשת שבת שובה במעמד אלפי תושבי העיר.
בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.

נאך מנחה אום 6:45 איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון הקודש און אנגעהויבן די דרשה, צום ערשט ארויסגעברענגט א שבח והודיה צו הקב"ה וואס טראץ די ערווארטעטע רעגן די ערשטע נאכט סוכות האט ב"ה נישט גערעגנט און מען האט געקענט מקיים זיין מצוות סוכה בשלימות סיי עסן און סיי שלאפן, די פחד און דאגה פון כלל ישראל האט זיך איבערגעדרייט צו א שמחת יו"ט, מען דאנקט און לויבט הקב"ה פארן קענען מקיים זיין מצוות ישיבה בסוכה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען א לענגערער פלפול אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' און ממשיך געווען מיט פארשידענע אופנים בדברי דרוש ואגדה און משלב געווען צו יו"ט סוכות.
מחזק געווען אז מען דארף מקיים זיין מצוות מיט א שמחה של מצוה און דאס מסביר זיין פאר די קינדער, ובדברי מוסר בעניני צניעות, בקביעות עתים לתורה, תפילה בציבור דאווענען פון אנהייב ביזן סוף, עניני טעכנעלאגיע, נישט צו עסן אלעס און איבעראל, נישט נאכצולאזן קיין כל שהוא אפילו ווען מען איז נישט אינדערהיים, און מסיים געווען בברכות לרוב. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש. מען האט געענדיגט ארום 7:50. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ''ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 757