בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ז תשרי תשפ"ד10/2/2023

באריכט
ליל ב' דיו"ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה''ג ר' חיים אלישע גראסמאן שליט''א, נאכן דאווענען איז דער עולם איז אריבערגעגאנגען וואונטשן גוט יו"ט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דיצחק' בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.

פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זונגען דעם פיוט הרה"ג ר' לוי יצחק בארזסקי שליט''א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתן לך אלוקים מטל השמים' און געטייטשט אז יצחק אבינו האט אריינגעברענגט דעם כח פון שמחה של מצוה און דורכדעם ווערט נתכפר אויך דער חשבון פון די צייט פון די עבירה.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' יצחק בן הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

נאכן בענטשן האט מען געזינגען דעם נייעם הקפה ניגון און דער רבי האט מעודד געווען לכבוד שמחת בית השואבה.

פארן ארויסגיין האט רבינו שליט''א געזאגט אפאר ווערטער מען דארף געבן א שבח והודאה פארן הייליגען באשעפער אז מען האט געקענט זיצן און עסן אין די סוכה און אפילו שלאפן, מען האט זיך געהאט דערשראקן ערב יו''ט מען איז שוין אפילו געזיצן ערב יו''ט אויף די הלכות, אבער ב"ה מען האט געהאט א אמת'ע שמחת יו''ט, דער אייבערשטער זאל העלפן שטענדיג שמחות, מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בנגוני הודאה. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

יום ב' דיו''ט

אינדערפרי נאך די מקוה האט רבינו שליט"א מקיים געווען בדחילו ורחימו די מצוות נטילת ד' מינים אינעם סוכה בביתו נאוה קודש, און עקסטער מייחד געווען א סעט ד' מינים פאר די בחורים געסט פון אויסלאנד.

ארום 9:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו, וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית והלל און געדאווענט בהשתפכות הנפש, און מאריך געווען בעבודת הקודש פון די נענועים בדביקת וברגש קודש, נאך הלל האט רבינו שליט"א פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ''ד בית שמואל בנימין, און נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד בית מנחם זאב. פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב.

עליות. כהן: הרה''ח ר' נחמן כהנא הי''ו. לוי: הרה''ג ר' משה בער לאנדא שליט''א. שלישי: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו. רביעי: הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו. חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה דעם ערשטע ספר: הרה''ח ר' זלמן לייב קאפל הי''ו. גלילה: הרה''ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי''ו (לאנדאן).
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. הגבה דעם צווייטן ספר: הרה''ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי''ו. גלילה: ר' משה דוד פריעדמאן הי''ו.

מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שלמה מאיר שניצער.
לבן הנולד אצל ר' יוסף בר''ע געשטעטנער הי''ו ת
מען האט געענדיגט ארום 2:15.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

נאכמיטאג ארום 7:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה''ג ר' איתמר מייזליש שליט"א. ביים זמן ר''ת האט מען זיך געשטעלט מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.

נאך מעריב איז רבינו שליט"א אריין אין די סוכה הגדולה און געמאכט הבדלה. און דערנאך איז מען אריבער וואונטשן א גוט'ן מועד. מען האט געענדיגט ארום 8:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️