בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דינסטאגכ' ניסן תשפ"ג4/11/2023

באריכט
דינסטאג ד' דחוה"מ, ערב יו"ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל רייך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יעקב נפתלי פנחס גוטמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00. בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל.
פתיחה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו און ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו, כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, לוי: בעל ברית ר' יוסף זונדל אפפעל הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד מהרש"א, הגבה: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו (וומסב''ג).
רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי), גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו.
מוסף: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:00.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
מאנטאג ג' דחוה"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00. בעל תפילה: הר''ר אלחנן טויב הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל.
פתיחה: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו, און הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א, כהן: בעל ברית ר' אפרים פישל כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שלישי: בעל ברית ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו - (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל הי"ו.
רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט אום 11:40.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

פארנאכטס זענען געווען אויף א באזוך בקו''פ די דיינים הרה"ג ר' ישראל מאיר עקשטיין שליט"א דומ''ץ לעניני ממונות וחבר בבדי''צ קר''י, הרה"ג ר' שמואל יודא בריסק שליט"א דומ''ץ טאשנאד און הרה"ג ר' יושע העשיל פריעדמאן שליט"א ראה''כ לבושי חושן, וועלכע האבן אנגעפירט דעם 'מעמד משפט צדק' אין ביהמ''ד הגדול, עס האט זיך פארמירט א הערליכע תורה'דיגע שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך ביי דין תורות און איבער די צייטן ווען רביה"ק בעל ברך משה זיע''א האט געפירט דין תורות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און אום 8:50 אריינגעקומען צו מעריב.

שפעטער איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך אום יו"ט און בפרט אום פסח, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי ומח"ס אוצר הזמנים על המועדים אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קר"י, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע הלכה שאלות בכמה ענינים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ימי חוה''מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

זונטאג ב' דחוה"מ

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יערמיאש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), און הרה"ח ר' מנלי שעהר הי"ו, כהן: הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א, לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו, שלישי: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק מאנסי, הגבה: הר"ר שלמה הערש ראזענפעלד שליט"א (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' גבריאל ווייס הי"ו.
רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאלדבערגער הי"ו (מאנסי).
מוסף: הר"ר מאיר פאנעט שליט''א, בן האדמו"ר מדעעש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:50.

פארנאכטס איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א וועלכע האט שפעטער אויפגעטרעטן מיט א דרשה אין ביהמ"ד הגדול, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און ארום 9:00 אריינגעקומען צו מעריב, און צוגעגאנגן צו ספירה ציילן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק חוה''מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו מנחה, מנחה: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליעב הי''ו, קבלת שבת: הרה''ח ר' יעקב פעלדמאן הי''ו. נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15, דער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די חתנים מחוץ לעיר, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, ביז מלך תמים דרכו, און געזינגען אשת חיל.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' יודל שטיינמעץ הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין שיר השירים 'כמגדל דוד צוארך', און געטייטשט אז דורך מצוות מילה איז מען זוכה צו שפירן מתיקות התורה און דורך דעים קען מען זוכה זיין צו עולם הבא.

קה אכסוף: הרב אלחנן חיים ט''ב חתן הגה''צ ר' שלמה רובין שליט''א אב''ד ציעשנוב קר''י. ברכהמ''ז: הגה"צ אב''ד ציעשנוב קר''י שליט"א.

עובדות וסיפורים האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י''ט ניסן.
קה רבון עלם: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו . מען האט געענדיגט ארום 1:15.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום דאווענען ארום 10:10.

פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל קעלנער שליט"א מנהל ישיבתינו הק' מאנטשעסטער.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, און דערנאך צוגעגאנגען צו הלל.
מען האט געזאגט שיר השירים כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א מו''ץ ודומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר''י, פסוקי שמע ישראל: הר"ר מאיר מאיער שליט"א (ב"פ).

עליות. כהן: הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו, שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מרדכי פעקעטע הי"ו.
ר' אליעזר טויב הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו, הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' יצחק שטויבער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' אהרן ניישטאדט הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף שרייבער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש מיט די חתנים מחוץ לעיר האט מען געזינגען ניגוני שבת ויו"ט, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: די חתנים פון וומסב''ג, ברוך קל עליון: די חתנים פון ב''פ, ברח דודי: חתנים פון מאנטרעאל, שיר היחוד: חתנים פון מאנסי.

ברכהמ''ז: הבה"ח זושא ב"ר יקותיאל אהרן רובין הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 3:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:10. מנחה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: ר' וואלף ברי"ש פייערשטיין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הר"ר דוד פערל שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט אויפן פסוק אין שיר השירים 'כמגדל דוד צוארך' און געטייטשט אז דורך מצוות מילה וואס איז א אות ברית אהבה פון אידישע קינדער מיט הקב''ה קען מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה און דורך דעים קען מען זוכה זיין צו תורה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירה ציילן.

נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד. מען האט געענדיגט ארום 10:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מעריב, עס האט געדאווענט פארן עמוד הר''ר זלמן לייב ברח''ב פילאפף שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 9:40 נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און דערנאך געגאנגען אין מקוה.

ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש, במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 16 מאל דברי תורה. קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא עבדי לשנה הבאה בני חורין, מוזגין הכוס וכאן הבן שואל, עבדים היינו, ברוך שנתן תורה, רשע מה הוא אומר, והיא שעמדה, לגור בארץ, כל הבן הילוד, ר' יוסי הגלילי אומר, יגיענו למועדים ורגלים אחרים, ביי צפון אויף מה העבודה הזאת, שפוך חמתך.

דער רבי האט מסדר געווען די קערה זיך אראפגעזעצט און געזאגט די ערשטע מאל תורה.

נכד רבינו הילד בן הרב מאיר יודא אשכנזי בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א האט געזאגט די סימנים אויף אידיש. הגבהת הכוס לקידוש: הרב מאיר יודא אשכנזי שליט''א.

ביי מה נשתנה האט דער רבי געהייסן אלע אייניקלעך צו פרעגן צוזאמען, נאכן אראפגיסן די מכות וויין האט דער רבי געזאגט דער מנהג פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א צו צו ווארטן ביז מען טראגט ארויס די וויין.

מען האט געגעסן די כזיתים פון מוציא מצה הארט פאר חצות, ארום 2:00 האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן דעם אפיקומן מיט א דביקות. דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורכן געטרייען הויז בחור הב' ליפא דייטש הי''ו.

ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט די טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל מיט א געוואלדיגע התעוררות און דערנאך די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:45.
נאכן סדר איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין צד צפון אין ביהמ''ד הגדול, דער רבי האט פארגעזינגען בנעימה אחד מי יודע און חד גדיא, געזאגט תורה אויפן זמר 'אתא מיא וכבא לנורא' און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. מען האט געענדיגט 4:30.

יום ב' דפסח

דעם צווייטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 11:20. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ, רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו שחרית, צו חזרת הש"ץ ויוצר צוגעשיקט הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א, און צוגעגאנגען צו הלל.

הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און הרב אלחנן חיים ט"ב שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א, פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

עליות. כהן: הב' החתן משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן), לוי: הרה"ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש הי"ו (ב"פ), שלישי: הרה"ח ר' שלמה ניישטאדט הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.

הגבה גלילה זענען מכבד געווען נכדי רבינו.
הגבה דעם ערשטן ספר: הרב יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, גלילה: הרב ברוך רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, הגבה: הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, גלילה: הבה"ח ליפא בן הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:45.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, מען האט אריינגעברענגט אן עקסטערן קוגל לכבוד סעודת אסתר, מען האט געזינגען ניגוני פורים כנהוג, דער רבי האט געזינגען דעם פיוט ברך דודי בקול חינוק בדמעות, און מכבד געווען מיט אשר הניא די חתנים פון בני ברק, שושנת יעקב: די חתנים פון ירושלים עיה''ק.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שהיתה עסקה בביעור חמץ' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה, ובדרך אגדה א טעם פארוואס חמץ איז אסור אפילו שלא כדרך.

ברכהמ''ז: הב' החתן הרב יוסף יודא בן הרה''ג ר' אברהם שלמה כ''ץ שליט''א מרבני קהלתינו בבני ברק. מען האט געענדיגט ארום 5:00.

נאכן זמן איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד שב''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום א' דפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דעם ערשטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 10:45. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ, צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד נועם אלימלך און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים.

עליות. כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הב' החתן יצחק ב"ר יוסף מיטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זײַן האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל
ר' בערל ברש"ד גאנדל הי"ו.
ר' משה יואל לאנדא הי"ו.
ר' חיים יודא ברא"ז פריעדמאן הי"ו.
ר' אברהם ברמ"י סאמעט הי"ו.
ר' נתן קרפיל מרגליות הי"ו.
ר' משה בר"ל טייטלבוים הי"ו.
ר' מאיר פריעד הי"ו.

הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה"ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' שלמה פארגעס הי"ו, גלילה: הר"ר שלום וועבערמאן שליט"א.

נאך עטליכע מינוט הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנעם קאפל און צוגעגאנגען צו מוסף און טל בענטשן בהתעוררות.

פתיחת הארון צו טל: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' סענדר ברא"י עקשטיין הי"ו (לאנדאן).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם צוויבל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 2:45.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, מיט'ן פיוט 'ברך דודי' מכבד געווען הב' החתן משה ב''ר אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן).
ביים זינגען האט דער רבי געזאגט אז דער טאטע רביה''ק זיע''א פלעגט זינגען ברך דודי מיט שטארקע התעוררות ובבכיות און דערציילט פון די צרות וואס די אידן האבן מיטגעמאכט פון וואס די פיוט רעדט זיך.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה כי יאמרו אליכם בניכם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טענת מודעה.

ברכהמ''ז: הב' החתן ליפא בן הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט''א חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 4:30.

נאכמיטאג ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה. מנחה: הרה''ח ר' יעקב חיים גוטמאן הי''ו, נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט''א לטובת דעם אפיעל פון כולל שומרי החומות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו''ט פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח און מעיין געווען אינעם נוסח פונעם יעב''ץ. מערבית: הר''ר דוד חנני' ווייס שליט''א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל ברגש והתעוררות, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:50.

פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך, און געזאגט דעם נוסח פונעם ספר הזוהר הק' 'פקודא בתר דא'.

ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטליתו אויפן קיטל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה מיט א געניטשאפט אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש.

דער רבי האט מסדר געווען די קערה, די מצות און די סימנים, און געזאגט אתקינו סעודתא דמלכא און רבוש''ע.

במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 16 מאל דברי תורה, פאר קדש, מקרא קודש זכר ליציאת מצרים, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא לשנה הבאה בני חורין, מוזגין הכוס וכאן הבן שואל, עבדים היינו, מעשה ב"ר אליעזר, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, יכול מראש חודש, והיא שעמדה, והגדת לבנך.

דער רבי האט געזאגט 'קדש' בקול רם כנוסח רבותיה''ק, און געזאגט די ערשטע מאל תורה.

נכד רבינו הילד בן הרב חיים יעקב רוקח חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א האט געזאגט די סימנים אויף אידיש.
דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות קודש, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. נאך קידוש האט דער רבי געווינקן אז יעדער זאל מאכן קידוש.

תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם הננו מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים באש קודש, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט די סדר ההגדה ברגש ובנעימה.

פאר מה נשתנה האט דער רבי דערציילט איבער דעם מנהג קודש מקובל מאביו רביה''ק זיע''א צו צוזאמקלאפן ביידע הענט עפ"י מנהג בעלזא, און געגעבן א קלאטש מיט די הענט כף על כף.

הילד בן הרב חיים יעקב רוקח ני"ו האט געפרעגט די קשיות און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען, ביי די מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף געהייסן ארויס טראגן.

נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה ברגש קודש און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות.
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און דער רבי אליינס האט תיכף געגעסן דעם אפיקומן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען די סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דערווייל האט דער רבי מעיין געווען און פארשידענע ספרים און הגדות, דערנאך האט דער רבי אראפגענומען א שטיקל אפיקומן און ארומגעשיקט פאר אלע מסובין, נאכן עסן די אפיקומן האט דער רבי פארציילט דעם סיפור פונעם דברי חיים זיע''א ווי עס האט זיך פאר יעדען געדאכט אז ער עסט דעם קרבן פסח, די צדיקים עסן דאס בטהרה וקדושת ארץ ישראל.

מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו, געעפענט דעם טיר און דער רבי האט געזאגט תורה.
נאך די תפילה פון שפוך חמתך בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך ערב יו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.

תיכף נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און געמאכט א לחיים אויף חמץ'דיגע ביר כנהוג, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, געמאכט די קנינים און איבערגעגעבן דעם שטר.

ארום 10:40 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם, אריינגעווארפן דעם חמץ און דעם לולב כנהוג, צוגעווארט ביז עס ווערט פארברענט כהלכה, און געזאגט כל חמירא מיט די יהי רצונ'ס בהתעוררות רב, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט.

נאכמיטאג ארום 2:15 איז רבינו שליט''א געגאנגען אין מקוה לכבוד יו''ט. דערנאך איז דער רבי אריבער בבית האופה בבנין הישיבה אויך געציל בערגער, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט, אריין געגאסן די וואסער אין די מעל, דערנאך צוגעגאנגען צום טיש און פארטיילט טייגלעך און דערביי פארגעזאגט הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, און געוועלגערט א מצה, דערנאך זיך אומגעקוקט ביי די מלאכת האפי' ביי די אויווענעס, און מפריש געווען חלה מיט א ברכה.

ארום 4:00 האט דער רבי פארלאזט די מצה בעקעריי און אריבער צו די גרויסע מצה בעקעריי בקר''י אויף דינוב גאס. דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפיה און אין אלע אפטיילונגען, דערנאך אריינגעגאסן וואסער אין די מעל און גענומען חלה, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש אפגעברענט די לעכט און געמאכט א עירוב תבשילין, און דערביי זיך אומגעקוקט אויפ'ן מלכות'דיגע סדר טיש אנגעגרייט מיט די מאקסימום פלעצער צו קענען אקאמאדירן די קרוב צו 300 חתנים מאנ''ש וועלכע זענען פלאצירט געווארן צווישן ביידע הייליגע סדר נעכט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום בדיקת חמץ - שריפת חמץ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

דינסטאג פרשת שמיני א'


אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף רייכמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר משה יצחק זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 7:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד הגדול, נאך מנחה איז פארגעקומען דער מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש, מען האט געזינגען מערערע ניגוני שמחה והתעורורות.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'ושאבתם מים בששון' און געטייטשט אז די מים התחתונים האבן געוויינט אנן בעינן למהוי קדם מלכא, ווען די אידן זענען פארטריבן געווארן מבית המלך האבן זיי געוויינט צוזאמען מיט די וואסער, פסח אויפדערנאכט ווען די שכינה הקדושה קומט אראפ ווערן די אידן נתקרב צום אייבערשטען און דורך מצוות מצה ווערן די מים התחתונים אויך נתקרב, מען נעמט ארויס א מוסר השכל פון די וואסער וואס זענען משתוקק צו הקב''ה, 'אתא מיא וכבא לנורא' עס לעשט אויס אלע דינים וואס איז שולט אויך כלל ישראל און געוואונטשן אז די מצות זאל משפיע זיין אלע השפעות טובות.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און געזינגען ויהי נועם, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ברגש קודש און געזאגט די לשם יחוד לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן אויפן בימת הכבוד און אריינגעגאסן און עטליכע קריגלעך, און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קר''י צו שעפן, און זיך בשמחה של מצוה וקדושה ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין א לענגערע צייט. ביים אראפגיין האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 8:35.

תיכף נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש. ארום 9:20 איז רבינו שליט''א ארויס אינעם פאדערשטן שטוב אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ בהתלהבות און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.

שפעט אויף דערנאכט האט דער רבי פארענדיגט איבערגיין און מסדר צו זיין אלע קמחא דפסחא צדקות וואס איז פארטיילט געווארן בפקודת הקודש, און האט נאך ארויסגעשיקט פרישע גרויסע סכומים פאר אידן אויף יו"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ג ניסן תשפ"ג4/4/2023

באריכט
לפיכך אנחנו חייבים להודות

ראשי והנהלת קהלתינו הקדושה בארה''ק, ירושלים - בני ברק - בית שמש, דריקן זיך אויס רגשי לבבם פון הכרת הטוב בשם אנשי שלומינו תושבי ארה''ק פאר די הערליכע חלוקה וואס איז פארטיילט געווארן דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לכבוד יום טוב פסח הבעל''ט, פאר עדת צאן מרעיתו כלל אנ''ש תושבי ארה''ק.

אזוי ווי במשך די לעצטע פאהר יאהר, האט רבינו שליט"א אויך היי יאר גענומען פערזענדליך דעם גרויסן עול צו שאפן ביי נדיבי לב גרעסערע סכומים געלט, ארויס צו שיקן קיין ארץ ישראל לכבוד יום טוב א תמיכה גדולה ונכבדה פאר יעדע משפחה, כדי צו פארגרינגערן דעם יום טוב פאר די קרוב צו אכט הונדערט משפחות מאנשי שלומינו תושבי ארה"ק ת"ו.

די ריזיגע תמיכה איז אריבערגעשיקט געווארן די פארגאנגענע וואך אינעם אסטראנאמישן סכום פון א דריי-פערטל מיליאן דאללאר, וואס איז פארטיילט געווארן דעם זונטאג דורך די הנהלת הקהלה והמוסדות אין יעדן שטאט באזונדער לשמחת לב אנ"ש שיחי'

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
מאנטאג שמיני א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל אפרים וויינשטאק הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי גערופן קיין אר"י צו הערן א רעפעראט פון די חלוקת קמחא דפסחא בקרב קהלתינו הק' אין ירושלים, בני ברק, בית שמש. וואס איז פארטיילט געווארן בשליחות הקודש. דאן האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

נאך די זמני כניסה דער רבי האט געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

תיכף נאך הבדלה האט דער רבי עוסק געווען א לענגערע צייט מיט'ן מסדר זיין די צדקות און קמחא דפסחא פון סכומים ענקיים נאנט צו א מיליאון דאללאר וואס דער רבי שאפט און פארטיילט פאר אנ"ש בארה"ק, און נאך אסאך נצרכים בקרב קהלתינו הק'.

ארום 11:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג בנין חי"ל הילמאן צום 'מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים' פאר די פראכטפול איבערגעבויעטע 'קומת ריספלער' מיט די פיר חדרי התפילה, ס'האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק לאנדסבערג שליט"א מבאי בית מדרשינו, דערנאך האט גערעדט הגה"ק אבד"ק שליט"א דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חשובע נדבנים פון די חדרי התפילה און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די נדבנים, און געוואונטשן ס'זאל זיין 'אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה' ס'זאל אייביג זיין לומדים און מתפללים אינעם ביהמ"ד, און ס'זאל ארויסקומען תורה עבודה וגמ''ח, און מסיים געווען בברכות קדשו.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הקומה הרבני הנגיד ר' ירוחם פישל חיים ריספלער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו בית מדרשינו המפואר בית מנחם צבי אויף וואלעבאוט צום 'מעמד קביעות מזוזה' אויפן נייעם פארענדיגטן היכל התורה 'היכל שמואל' און אוצר הספרים 'אוצר ישעי' דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן היכל מיט א שטארקע קורת רוח און דערנאך קובע געווען א מזוזה.

דערנאך האט רבינו שליט''א אריבערשפאצירט לבית הנדבן הרה''ח ר' זלמן לייב אבערלענדער הי"ו צו א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילצאליגע היכלי התורה בבתי מדרשינו איבער די גארער וועלט, און ר' זלמן לייב הי"ו האט געגעבן פארן רבין א ספר יד אבי שלום פון זקינו וואס ער האט איבערגעדריקט, דערנאך האט הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו געוויזן פאר רבין עטליכע היסטארישע כתבי ידות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור, און בפרט פאר די חברי הנהלת ביהמ"ד, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אהנגעוואונטשן פאר די מאמע אשת הרה"ח ר' שמואל אבערלענדער ז"ל, מען האט געענדיגט ארום 1:00 און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש בקר''י.

זונטאג שמיני א'

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענע בר מצוה בחורים.
ב''ר יחיאל מיכל טרעגער הי''ו.
ב"ר מאיר מרגליות הי"ו.
ב"ר מנחם יודא שלעזינגער הי"ו.
ב"ר וואלף לאנדא הי"ו.
ב"ר יואל פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר שלמה קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת צו שבת הגדול 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג

פרייטאג צונאכטס ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20, דער ציבור איז אריבער שלום נעמען און גוט שבת זאגן, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל תהילת יהוסף אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה לצעירים פון וומסב''ג, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנהל ישיבה לצעירים.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שאלו תלמידיו של ר' יוסי בר קיסמא אימתי בן דוד בא השיב זאת תורת העולה', און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.

קה אכסוף: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט"א. ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אשר'ל מ'ראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ערב פסח.
קה רבון עלם: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הר"ר הערשל טעללער שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק יודא פארגעס הי"ו, צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, מ'האט געזונגען מכלכל חיים און ממקומך.

הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב חיים הערש ט"ב שליט"א מראצפערט, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, בעל קורא: הרה''ח ר' יעקב אהרן הירש הי"ו.

עליות. כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו. לוי: הרה"ג ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט''א. שלישי: הגה"צ אבד''ק שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אביגדור נחום מענדלאוויטש הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט. חמישי: הרה"ח ר' חיים לאנדא הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: החתן ב"ר דוד לייבוש גוטמאן הי"ו. אחרון: הר"ר יואל זילבער שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יוסף מיטעלמאן הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' משה ברי"ל סופר הי"ו.

מוסף הרה''ג ר' בנימין ליכטענשטיין שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרב חיים מאיר טייטלבוים שליט"א (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 12:50.
בשעה שהחכם יושב ודורש

נאכמיטאג ארום 5:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די דרשת שבת הגדול, דאס ביהמ''ד הגדול איז געווען מלא על כל גדותיו מיט די מאקסימום זיץ און שטיי פלעצער פאר די טויזענטער אנ''ש וועלכע זענען געקומען הערן דעם דבר ה', בפלפול דרוש ואגדה בהכנה דרבה לקראת יו''ט פסח הממשמש ובא.
אזוי אויך איז אהנגעקומען א שיירה מאנשי שלומינו וואס האט ארויסגעוואקט פון בארא פארק צו די דרשה.

דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיט זיין טלית און געמאכט א ברכה, און דערנאך ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישה, און אנגעהויבן די דרשה אויפן מדרש 'אימתי בן דוד בא' צום ערשט מיט א לענגערע פלפול, און שיינע פשטים בדברי דרוש ואגדה, אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה נאכן עוסק זיין אין די סוגיא די לעצטע תקופה סיי מיט די תלמידי ישיבה של מעלה אין סיגוט, און סיי מיט די תלמידי המתיבתא.
דער רבי האט געזאגט הערליכע געדאנקען און מאמרי קודש זיך צוצוגרייטן צום יו''ט צו קענען שפירן א טעם אין די מצה, און ממשיך געווען בדברי מוסר בדברים הצריכים חיזוק והתעוררות, קביעות עיתים לתורה זיך מיטכאפן מיטן באן בחבורת יסודי התורה און אנהייבן לערנען מס' נזיר נאך יו''ט, מבער זיין דעם שאור די טמא'נע כלים פון די הייזער און די ארבייטס פלעצער ווער עס דארף זאל זיך מער באניצן מיט א טעבלעט, צניעות ביי די עזרת נשים ובפרט די פריצות'דיגע שייטלען, זיך נישט צוריקהאלטן פון מעורר זיין די קינדער און איינקלעך און זיך אריינלייגן אין די חינוך פון די קינדער.

דערביי האט דער רבי ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק, איבער די הפקירות וואס קומט פאר מיט'ן שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל, די בעסטע עצה אז מען זארגט זיך שוין ביי די 14 יאר און מען שיקט און אונזערע היימישע ישיבות וואס שטעלן צו א מסגרת אויך פאר די עלטערע בחורים, און ארויסגעברענגט אז ב''ה פון אונזערע ישיבות איז נישטא קיין 10 בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל.
אזוי אויך האט דער רבי דערמאנט איבער א שערורי' וואס האט פאסירט היי יאר אז געוויסע האבן געשניטן די ווייץ הארט נאך א רעגן, און ארויסגעברענגט דעם הידור פון קצירת חיטים אין אריזאנע ווי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט אויך געשיקט דארט שניידן.
כשרות הבשר מקפיד זיין צו קויפן דוקא און אונזערע בוטשערס וואס איז די בעסטע פון אלע פלייש 'ווער עס וויל עסן כשר פלייש זאל קויפן אונזער פלייש', און דערמאנט די לעצטע אורטייל איבער די גזירות החינוך ס'איז ב''ה בעסער געווארן אבער מען ווייסט נישט וויפיל און מען דארף נאך רחמי שמים עס זאל אינגאנצן בטל ווערן, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 7:20 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 7:50, מנחה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, הוצאה והכנסה: ר' יואל אלימלך פייערשטיין הי"ו. בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אברהם דוד קארצאג הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יונה ראטה הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב"פ).

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
אודה: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת תורת העולה' און געטייטשט אז כדאי די אידן זאלן באקומען א דין קודש מען זאל נפקע ווערן פון זייער שיעבוד מצרים, איז דורך טוהן מצוות מיט א ברען ובהתלהבות אש עס זאל נבלע ווערן אין די אברים און עס זאל ווערן איין שטיק קדושה, און ממשיך געווען מיט שטארקע דברי הכנה ליו''ט פסח מען דארף זיך גרייטן צום הייליגן נאכט למען תספר באזני בנך ובן בנך, השי''ת זאל העלפן מען זאל נאך דאס יאר זוכה זיין ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור בכללית. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ליפא ראזענפעלד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:00 אזייגער האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג ווי רבינו האט געוויילט אויף שב''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש הר"ר ליפא קליין שליט"א יו''ר מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, אינאיינעם מיט הר"ר הערשל הארטשטיין שליט"א מראשי מערכת הכשרות, בשליחות הרבנים הגאונים חברי התאחדות הרבנים, און האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם מפתח כשרות וואס ווערט יערליך ארויסגעגעבן בעפאר יו"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די לעצטיגע פארברייטערונג און פילצאליגע פעולות לטובה איו פארשידענע ענינים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:15, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

נאך מעריב איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מעמד התמנות ווי רבינו שליט''א האט ממנה געווען הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א מו"ץ צו דינען אלץ דומ"ץ ביהמ"ד החדש 'נועם אלימלך', די 24'טע ביהמ''ד דקהל יטב לב אין קרית יואל, וועלכע וועט זיך בעז''ה עפענען תיכף נאך יו''ט פסח הבעל"ט, ביים מעמד האבן זיך אויך משתתף געווען די ראשי הקהילה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קר"י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו פארן דומ''ץ הביהמ''ד שליט"א און פאר די ראשי הקהילה.

דערנאך האט רבינו שליט''א ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו.
ב"ר קלמן פארקאש הי"ו.
ב"ר אברהם יושע ווערצבערגער הי"ו.
רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון זקנתו א"ח מרן הקדושת יו''ט זיע"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן ליכט און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון די באבע ע"ה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חנני' יו"ט נתן ברוינער הי"ו (וומסב''ג) - ר' דוד שטוהל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף גאנץ הלכות שבת, תלמידי ישיבתינו הק'.
הבה"ח שמעי' ארי' ב"ר מאיר דרוממער הי"ו (קר"י).
הבה"ח בנימין יוסף ב"ר יונה גוטמאן הי"ו (קר''י).
הבה"ח הערשל ב"ר משה אליעזר זאלדאן הי"ו (מאנטרעאל).

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ב ניסן תשפ"ג4/3/2023

באריכט
לֹא נִתְּנוּ מוֹעַדִים לְיִשְרָאֵל אֶלָא כְּדֵי שֶיַעַסְקוּ בַּתּוֹרָה

קחו ברכה אל תוך בתיכם!

גליון "קול התאחדותינו מוגדל"
לכבוד חג הפסח שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמרים נפלאים פינת יקרת
בענין: הבטחת האריה"ק על הנזהר ממשהו חמץ
בענין: שירת הים ליל שביעי של פסח
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

ועוד מאמרים יקרים, לכבוד יום טוב מסודרים, מעניני דיומא קא גרים, מלאים זיו ומפיקים, מהרבנים הגאונים דקהלתינו שליט"א, אוצר מלא תוכן, 152 דפים של עונג יום טוב!

טעמו וראו כי טוב!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךז' ניסן תשפ"ג3/29/2023

באריכט
דינסטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' ליפא שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מענדל בר"ש פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יעקב זושא גוטמאן הי"ו.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען איז רבינו שליט''א ארויף בבית הרבני הנגיד ר' אהרן דוד יקותיאל ווייס הי"ו חבר הנהלת מחנות רב טוב, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו ובנו ר' אהרן דוד יקותיאל הי"ו האבן אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פון ביהמ''ד הגדול והחדש דקהלתינו הק' בעיר לינדען פאר'ן סכום פון א מיליאן דאללער, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די נדבנים ובני משפחתם, אויך האט ר' אהרן הי"ו געוויזן פארן רבי'ן פארשידענע סקיצעס פון די הרחבת גבולי הקדושה און פארשריט אינערהאלב די זומער קעמפ'ס מחנה רב טוב דרב"י.
עקסטער האט דער רבי באגריסט און אהנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו בלינדען שליט"א מיט נאך עטליכע אנ"ש תושבי העיר וועלכע זענען געקומען אנטייל נעמען אין די מאורע.

אויך האט דער רבי זיך דארט נאכגעפרעגט און באקומען א גלענצענדע באריכט פון די הנהלת המוסדות והישיבות הרב אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו, און הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו איבער די אהנגייענדע סדרי הלימודים אין די ישיבה קטנות וואס דער רבי האט איינגעפירט אז דאס זאל אהנגיין ביז ז' ניסן.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה משה ראטה הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין ווידער פאלאטשעק אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק שניצלער הי"ו.
רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון די באבע, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און אלע קינדער, און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה.

דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי און נאך עטליכע מינוט אריינגעקומען צום מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח', מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינער פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק דברי הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען בברכת קדשו.

אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין צו די תלמידי כתות א' ב' סניף הר"ר יואל אקער שליט"א, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין גאלדשטיין צו ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש דער רבי האט געצינדן ליכט און יורד געווען לפני התיבה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אשר אנשיל זאלדאן הי"ו - ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו.
ר' יחיאל צבי אפפעל הי"ו (וומסב''ג) - ר' אלימלך בראך הי"ו (מאנטרעאל).

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי קטינא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר בנציון פאזנער הי"ו.
ב"ר מנחם הלל גראס הי"ו.
ב"ר אברהם יושע גאלדשטיין הי"ו.
ב"ר יוסף דוד מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר פנחס יונתן ראטטער הי"ו.
ב"ר וואלף אלעזר רייכמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יואל פאשקעס שליט"א (וומסב''ג) - ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:10 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צום סיום מסכת נדרים במסגרת חבורת יסודי התורה וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון קאנטינענטאל, ביים אנקומען ארום 9:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין א פריוואטען צימער, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון זקנתו די רביצין ברכה סימא א"ח מרן העצי חיים זיע"א.

ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם זאל און דער נואם הכבוד הרה"ג ר' אברהם שארר שליט"א רב דקהל תפארת גדליהו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, מען האט געזינגען נגונים לכבוד המאורע און דער יו''ר המעמד הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א האט אויפגערופן די נדבנים ופטרונים אפצונעמען ברכת קדשו, און דער רבי האט פארטיילט א לעדערנע גמרא פאר די נדבנים.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און ארויסברענגענדיג די חשיבות פון א איד וואס איז עוסק על המחי' ועל הכלכלה און איז קובע עיתים לתורה, און דערביי נאכאמאל געזאגט אז אין די חבורה יסודי התורה זאל מען אנהייבן מסכת נזיר נאך פסח און ביז יו''ט זאל מען לערנען פרק ערבי פסחים פון מסכת פסחים אלץ הכנה צום יו"ט פסח, און ארומגערעדט בדברי הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען בברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געמאכט די סיום און מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו נדבן הסעודה מיט זיינע ברודער'ס צו זאגן דעם קדיש, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט מיטן גאנצן ציבור אין א פייערדיגן טאנץ, מען האט געענדיגט ארום 11:30 און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש בקר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגו' ניסן תשפ"ג3/28/2023

ווידיאו
פרייליכע מעלדונג

נאך א פייער אויסבראך אינעם אויווען שטוב פון די נייע מצה בעקעריי דקהלתינו הק' אויף 38 לאקוסט סט. אין וומסב"ג, היינט אינדערפרי, וואס איז ב"ה געקומען אינטער קאנטראל בליץ שנעל, ווערט יעצט געמאלדן פונעם מנהל ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו, אז אי"ה באלד אין די שפעטע נאכמיטאג שעות וועט מען ווייטער קענען ממשיך זיין צו באקן מצות אין די בעקעריי בעז"ה לקראת חג הפסח הבעל"ט.

די אלע וואס האבן געהאט באשטומטע אפוינטמענט'ס און חבורות אין די בעקערי אויפן היינטיגן טאג, וועט דער מנהל זיי מסדר זיין אי"ה צו אנדערע זמנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגה' ניסן תשפ"ג3/27/2023

באריכט
שב''ק פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א

פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגן צו מנחה.

נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' אלי' שלמה קאהן הי''ו לטובת די ביומו תתן שכרו קאמפיין פון די מוסדות בקר''י. קבלת שבת: הרה''ג ר' ישראל ארי' גאלדבערגער שליט''א (ב''פ).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20, דער ציבור איז אריבער געגאנגן גוט שבת זאגן און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה בבארא פארק, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ג ר' יצחק אהרן גרין שליט''א מנהל הישיבה.

נאך די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה כי יאמרו אליכם בניכם' און געטייטשט איבער די גרויסע חשיבות פון א תפילה פון א איד און יעדע פשוט'ע דיבור וואס גייט ארויס פון מויל.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' יעקב ראטענבערג שליט''א אב''ד וואוידיסלאוו, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' אהרן וועבער שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם עולה קרבנו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' מאיר מאיער שליט''א (ב''פ), ברכהמ''ז: דער מנהל הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק האוהב ישראל מאפטא זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ה' ניסן.
קה רבון עלם: הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו (וומסב''ג).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו (בני ברק). מען האט געענדיגט ארום 12:45.

וביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:30, פסוקי דזמרה: הר''ר יואל בר''א גאלדבערגער שליט''א. רבינו שליט''א האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אברהם מאיר פערלמאן שליט"א (ב''פ), פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אהרן וועבער שליט''א.

עליות. כהן: הרה"ג ר' ארי' צבי ברוין שליט''א (ב''פ). לוי: הגה''צ אב''ד וואוידיסלאוו שליט''א. שלישי: החתן ב"ר יואל אברהם ברייער הי"ו. רביעי: הרה''ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט''א מראשי הכוללים. חמישי: הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט''א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' משה הלל עסטרייכער הי"ו.

שביעי: הרב הערשל אשכנזי בן האדמו''ר מסאניסלאוו שליט''א - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו, הוספה: ר' יושע יואל בערקאוויטש הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו. אחרון: ר' פישל מענדלאוויטש הי"ו, מפטיר הרה''ח ר' אברהם הערש שעהר הי''ו. הגבה: הרה''ח ר' יונה האפמאן הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' שמואל ראטער הי''ו (ירושלים).

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגן צו תפילת מוסף לכבוד די יארצייטן פון די באבע'ס די רביצין פונעם עצי חיים זיע''א און פונעם קדושת יו''ט זיע''א וואס געפאלן דעם וואך, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' אנשיל שעהר שליט''א (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' פישל מענדלאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:50.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 7:40. מנחה : הר''ר אלחנן טויב הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו (מאנטרעאל), כהן: הרה''ח ר' מענדל מאיר גליק הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' משה יצחק ראזענפעלד הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' ישראל דוב קליין הי"ו.

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען: אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקרא אל משה' און געטיישטש אז ביי מצוות הקרבת קרבן איז דא צוויי מצוות די עצם מצוה און אויסער דעם איז דא א מצוה ארויסצוזאגן די פסוקים וואס ברענגען אריין יראת שמים לתשובה ולתיקון המעשים, אזוי אויך ביי מצוות אכילת מצה וקרבן פסח, די מצה ברענגט אריין יראת שמים און אזוי קען מען זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח, ובזמן הזה די צוויי אכילת מצה וואס ברענגט אריין יראת שמים אין די מענטש, קען מען צוקומען צו תשובה מאהבה, און אויף דעם דארף מען מאכן די ריכטיגע הכנה צו קענען מקבל זיין די השפעות קדושות צום הייליגן נאכט.

ידיד נפש: הרב הערשל אשכנזי שליט''א. קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל ראטער הי"ו, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו מעריב מוצש''ק, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור בכללית. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

מוצש''ק ארום 10:45 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צום סיום מסכת נדרים במסגרת חבורת יסודי התורה וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת רבקה, ארום 12:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען און דער נואם הכבוד הרה"ג ר' ישראל מרגליות שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, מען האט געזינגען זמירות מלוה מלכה, און דער יו''ר המעמד הר"ר יואל כ"ץ שליט"א האט ארויפגערופן הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו צו מאכן דעם סיום, דער רבי האט אים איבערגעגעבן א מתנה א לעדערנע גמרא מסכת נדרים אין וואס הרה"ח ר' שמואל חיים הי"ו האט געמאכט די סיום, נאכן סיום האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט מיט'ן גאנצן ציבור אין א פייערדיגן טאנץ.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אם עולה קרבנו' און געטייטשט אז די סגולה פון מצוות מצה איז אריינצוברענגען א זיסקייט אין די תורה מזאל קענען שפירן א טעם אין לערנען, און ארויסגעברענגט די שמחה פון די אלפי מסיימים, און דערביי געזאגט אז אין די חבורה יסודי התורה זאל מען אנהייבן מסכת נזיר נאך פסח און ביז יו''ט זאל מען לערנען פרק ערבי פסחים פון מסכת פסחים אלץ הכנה צום יו"ט פסח, און ארומגערעדט בדברי הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 1:00 און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש בקר''י.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווייז פריערדיגע טעג