בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגה' ניסן תשפ"ג3/27/2023

באריכט
מאנטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה משה ראטה הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין ווידער פאלאטשעק אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק שניצלער הי"ו.
רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון די באבע, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און אלע קינדער, און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה.

דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי און נאך עטליכע מינוט אריינגעקומען צום מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח', מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינער פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק דברי הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען בברכת קדשו.

אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין צו די תלמידי כתות א' ב' סניף הר"ר יואל אקער שליט"א, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין גאלדשטיין צו ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש דער רבי האט געצינדן ליכט און יורד געווען לפני התיבה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אשר אנשיל זאלדאן הי"ו - ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו.
ר' יחיאל צבי אפפעל הי"ו (וומסב''ג) - ר' אלימלך בראך הי"ו (מאנטרעאל).

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 906