בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ג ניסן תשפ"ג4/4/2023

באריכט
שב''ק פרשת צו שבת הגדול 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג

פרייטאג צונאכטס ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20, דער ציבור איז אריבער שלום נעמען און גוט שבת זאגן, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל תהילת יהוסף אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה לצעירים פון וומסב''ג, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנהל ישיבה לצעירים.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שאלו תלמידיו של ר' יוסי בר קיסמא אימתי בן דוד בא השיב זאת תורת העולה', און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.

קה אכסוף: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט"א. ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אשר'ל מ'ראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ערב פסח.
קה רבון עלם: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הר"ר הערשל טעללער שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק יודא פארגעס הי"ו, צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, מ'האט געזונגען מכלכל חיים און ממקומך.

הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב חיים הערש ט"ב שליט"א מראצפערט, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, בעל קורא: הרה''ח ר' יעקב אהרן הירש הי"ו.

עליות. כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו. לוי: הרה"ג ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט''א. שלישי: הגה"צ אבד''ק שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אביגדור נחום מענדלאוויטש הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט. חמישי: הרה"ח ר' חיים לאנדא הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: החתן ב"ר דוד לייבוש גוטמאן הי"ו. אחרון: הר"ר יואל זילבער שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יוסף מיטעלמאן הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' משה ברי"ל סופר הי"ו.

מוסף הרה''ג ר' בנימין ליכטענשטיין שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרב חיים מאיר טייטלבוים שליט"א (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 12:50.
בשעה שהחכם יושב ודורש

נאכמיטאג ארום 5:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די דרשת שבת הגדול, דאס ביהמ''ד הגדול איז געווען מלא על כל גדותיו מיט די מאקסימום זיץ און שטיי פלעצער פאר די טויזענטער אנ''ש וועלכע זענען געקומען הערן דעם דבר ה', בפלפול דרוש ואגדה בהכנה דרבה לקראת יו''ט פסח הממשמש ובא.
אזוי אויך איז אהנגעקומען א שיירה מאנשי שלומינו וואס האט ארויסגעוואקט פון בארא פארק צו די דרשה.

דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיט זיין טלית און געמאכט א ברכה, און דערנאך ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישה, און אנגעהויבן די דרשה אויפן מדרש 'אימתי בן דוד בא' צום ערשט מיט א לענגערע פלפול, און שיינע פשטים בדברי דרוש ואגדה, אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה נאכן עוסק זיין אין די סוגיא די לעצטע תקופה סיי מיט די תלמידי ישיבה של מעלה אין סיגוט, און סיי מיט די תלמידי המתיבתא.
דער רבי האט געזאגט הערליכע געדאנקען און מאמרי קודש זיך צוצוגרייטן צום יו''ט צו קענען שפירן א טעם אין די מצה, און ממשיך געווען בדברי מוסר בדברים הצריכים חיזוק והתעוררות, קביעות עיתים לתורה זיך מיטכאפן מיטן באן בחבורת יסודי התורה און אנהייבן לערנען מס' נזיר נאך יו''ט, מבער זיין דעם שאור די טמא'נע כלים פון די הייזער און די ארבייטס פלעצער ווער עס דארף זאל זיך מער באניצן מיט א טעבלעט, צניעות ביי די עזרת נשים ובפרט די פריצות'דיגע שייטלען, זיך נישט צוריקהאלטן פון מעורר זיין די קינדער און איינקלעך און זיך אריינלייגן אין די חינוך פון די קינדער.

דערביי האט דער רבי ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק, איבער די הפקירות וואס קומט פאר מיט'ן שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל, די בעסטע עצה אז מען זארגט זיך שוין ביי די 14 יאר און מען שיקט און אונזערע היימישע ישיבות וואס שטעלן צו א מסגרת אויך פאר די עלטערע בחורים, און ארויסגעברענגט אז ב''ה פון אונזערע ישיבות איז נישטא קיין 10 בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל.
אזוי אויך האט דער רבי דערמאנט איבער א שערורי' וואס האט פאסירט היי יאר אז געוויסע האבן געשניטן די ווייץ הארט נאך א רעגן, און ארויסגעברענגט דעם הידור פון קצירת חיטים אין אריזאנע ווי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט אויך געשיקט דארט שניידן.
כשרות הבשר מקפיד זיין צו קויפן דוקא און אונזערע בוטשערס וואס איז די בעסטע פון אלע פלייש 'ווער עס וויל עסן כשר פלייש זאל קויפן אונזער פלייש', און דערמאנט די לעצטע אורטייל איבער די גזירות החינוך ס'איז ב''ה בעסער געווארן אבער מען ווייסט נישט וויפיל און מען דארף נאך רחמי שמים עס זאל אינגאנצן בטל ווערן, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 7:20 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 7:50, מנחה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, הוצאה והכנסה: ר' יואל אלימלך פייערשטיין הי"ו. בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' אברהם דוד קארצאג הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יונה ראטה הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב"פ).

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
אודה: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת תורת העולה' און געטייטשט אז כדאי די אידן זאלן באקומען א דין קודש מען זאל נפקע ווערן פון זייער שיעבוד מצרים, איז דורך טוהן מצוות מיט א ברען ובהתלהבות אש עס זאל נבלע ווערן אין די אברים און עס זאל ווערן איין שטיק קדושה, און ממשיך געווען מיט שטארקע דברי הכנה ליו''ט פסח מען דארף זיך גרייטן צום הייליגן נאכט למען תספר באזני בנך ובן בנך, השי''ת זאל העלפן מען זאל נאך דאס יאר זוכה זיין ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור בכללית. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 652