בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגו' ניסן תשפ"ג3/28/2023

באריכט
דינסטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' ליפא שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מענדל בר"ש פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יעקב זושא גוטמאן הי"ו.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען איז רבינו שליט''א ארויף בבית הרבני הנגיד ר' אהרן דוד יקותיאל ווייס הי"ו חבר הנהלת מחנות רב טוב, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו ובנו ר' אהרן דוד יקותיאל הי"ו האבן אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פון ביהמ''ד הגדול והחדש דקהלתינו הק' בעיר לינדען פאר'ן סכום פון א מיליאן דאללער, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די נדבנים ובני משפחתם, אויך האט ר' אהרן הי"ו געוויזן פארן רבי'ן פארשידענע סקיצעס פון די הרחבת גבולי הקדושה און פארשריט אינערהאלב די זומער קעמפ'ס מחנה רב טוב דרב"י.
עקסטער האט דער רבי באגריסט און אהנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו בלינדען שליט"א מיט נאך עטליכע אנ"ש תושבי העיר וועלכע זענען געקומען אנטייל נעמען אין די מאורע.

אויך האט דער רבי זיך דארט נאכגעפרעגט און באקומען א גלענצענדע באריכט פון די הנהלת המוסדות והישיבות הרב אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו, און הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו איבער די אהנגייענדע סדרי הלימודים אין די ישיבה קטנות וואס דער רבי האט איינגעפירט אז דאס זאל אהנגיין ביז ז' ניסן.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️