בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ד ניסן תשפ"ג4/5/2023

באריכט
מיטוואך ערב יו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.

תיכף נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און געמאכט א לחיים אויף חמץ'דיגע ביר כנהוג, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, געמאכט די קנינים און איבערגעגעבן דעם שטר.

ארום 10:40 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם, אריינגעווארפן דעם חמץ און דעם לולב כנהוג, צוגעווארט ביז עס ווערט פארברענט כהלכה, און געזאגט כל חמירא מיט די יהי רצונ'ס בהתעוררות רב, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט.

נאכמיטאג ארום 2:15 איז רבינו שליט''א געגאנגען אין מקוה לכבוד יו''ט. דערנאך איז דער רבי אריבער בבית האופה בבנין הישיבה אויך געציל בערגער, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט, אריין געגאסן די וואסער אין די מעל, דערנאך צוגעגאנגען צום טיש און פארטיילט טייגלעך און דערביי פארגעזאגט הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, און געוועלגערט א מצה, דערנאך זיך אומגעקוקט ביי די מלאכת האפי' ביי די אויווענעס, און מפריש געווען חלה מיט א ברכה.

ארום 4:00 האט דער רבי פארלאזט די מצה בעקעריי און אריבער צו די גרויסע מצה בעקעריי בקר''י אויף דינוב גאס. דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפיה און אין אלע אפטיילונגען, דערנאך אריינגעגאסן וואסער אין די מעל און גענומען חלה, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש אפגעברענט די לעכט און געמאכט א עירוב תבשילין, און דערביי זיך אומגעקוקט אויפ'ן מלכות'דיגע סדר טיש אנגעגרייט מיט די מאקסימום פלעצער צו קענען אקאמאדירן די קרוב צו 300 חתנים מאנ''ש וועלכע זענען פלאצירט געווארן צווישן ביידע הייליגע סדר נעכט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️