בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

זונטאגי"ז כסלו תשפ"ג12/11/2022

באריכט
והיה זרעך כעפר הארץ אשר לא יספר מרוב

מוצש''ק איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער יערליכער דינער 'לנצח' לטובת מוסדות קרית יואל מיט אירע 11,500 תלמידים ותלמידות בליעה''ר כן ירבו, אינעם גיגאנטישער 'בית רחל אודיטאריום' בהשתתפות אלפי תושבי קר''י אין שפיץ פון רבני ודייני העיר ובראשם דער מרא דאתרא קדישא ונשיא המוסדות הקדושים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

אנהייב מעמד האט אויפגעטרעטן דער געטרייער אדמיניסטראטער הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו, און דער ראש המנהלים הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט''א, דערנאך האט מען געהערט גאר רייכע שאלות ותשובות בעניני חינוך דורך הרה''ג ר' יוחנן צענווירטה שליט''א, געפרעגט דורכ'ן יו''ר המעמד הרה''ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי''ו.
במשך דעם מעמד האבן מהנה געווען די בארימטע חברה שירה און באגלייטונג פונעם חזן נפלא הרה''ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו.

ארום 10:50 איז רבינו שליט"א ערשינען צום דינער, מען האט געזינגען נגוני שמחה לכבוד השמחה בחצרות קדשינו און לרגל די יום ההצלה כ''א כסלו און דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.

דערנאך האט דער יו''ר המעמד אויסגערופן מיט'ן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי''ו מנהל המוסדות, ווי ער האט געגעבן א רעפעראט איבער'ן מצב הגשמי און דעם אומגלויבליכע בודזשעט פון די מוסדות הק', און ארויסגעברענגט די דראסטישע הרחבת גבולי הקדושה פון 'מוסדות קרית יואל', ווען אין די פארגאנגענעם יאר האט מען באנייט די נייע 'בנין הישיבה בנין קעפעטש', און אין די יעצטיגע וואכן האט מען זיך שוין אריינגעצויגן אין צוויי שטאקן פונעם מבצר אדיר בנין הת''ת 'בנין קליין' און וועט אין די קומענדיגע חדשים אינגאנצן באנייט ווערן.
דערנאך האט ר' מאיר געמאלדן אז מען גרייט זיך שוין צו בויען נאך צוויי בנינים אדירים, דעם ריזן בנין הבית רחל החדש אויף דראהביטש וואס מען האט שוין אנגעהויבן די בוי ארבייט, און וועט ערהאלטן א פראכטפולע ביליגע חתונה זאל, און אזוי אויך גרייט מען שוין צו די בוי ארבייט אויפן נייעם ריזן בנין התלמוד תורה החדש אויף געציל בערגער, און די צוויי בנינים אליין וועט אפקאסטן די פאנטאסטישע סומע פון אריבער אכציג מיליאן דאלאר!, און דערנאך אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה, און נאך די דברי תורה ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער דעם ענין פון 'בית רחל' און די שטארקע פעולות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א אויף חינוך הבנות די בכל אתר ואתר, און ארומגערעדט בשבח פון 'מוסדות קרית יואל' און ארויסגעברענגט אז 'אין די מוסדות לערנען אזויפיל ווי העכער עלעף טויזענט קינדער בליעה''ר, דאס איז די גרעסטע מוסדות החינוך איבער די גאנצע וועלט, דאס איז בכמות ובאיכות, אין דגמתו אין די גאנצע וועלט סיי אין חינוך הבנים און סיי און חינוך הבנות, מען קומט פון אנדערע מקומות קיין קרית יואל פרעגן ווי אזוי באווייזט מען דאס, מען קומט זיך לערנען פון קר''י', און דערמאנט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה ווען מען האט אנגעהויבן באנייען דעם ריזן בנין התלמוד תורה 'בנין קליין', און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע דחקות וואס הערש אין די בית רחל, און מען הייבט בקרוב אהן די בוי ארבייט פונעם נייעם ריזן בנין הבית רחל וואס וועט זיין די גרעסטע בנין החינוך מיט אזויפיל ווי 75 קלאסן, דער רבי האט זיך אהנגעטראגן צו זיין דער נחשון מיט'ן קויפן א קלאס אינעם בנין, און געבעטן אנ''ש צו ווערן שותפים צו בויען דעם בנין מיט קויפן חדרים.

דערנאך האט רבינו שליט''א נאכאמאל אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער די נושא פון כשרות המזוזות און דערביי געצייגט פארן ציבור עטליכע פסול'ע מזוזות, וועלכע מ'קען כמעט נישט דערקענען זייער פסלנות, און אויפגעפאדערט אנ''ש צו קויפן מזוזות בלויז ביי היימישע סופרים, און דערנאך מסיים געווען בברכות לרוב פאר די הנהלה די נדבנים און פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו - אדמיניסטראטער, אויסגערופן די נעמען פון עטליכע נדיבי עם וואס זענען שוין יעצט צוגעקומען זיך אנצושליסן צו זיין א שותף מיט רבינו שליט''א און קויפן א כתה אינעם נייעם בנין הבית רחל, און געמאלדן אז דער בנין וועט שוין בס''ד זיין גרייט פון 18 חדשים ביז 2 יאר.

דערנאך האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות לרגל שמחת חתן כלה ר' נחמן ליווי הי"ו. דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

ברכהמ''ז: דער מחותן אבי החתן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א, שבע ברכות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
שב"ק פרשת וישלח - שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן שלמה מנשה ב''ר אברהם יודא לעבאוויטש הי''ו.

רבינו שליט''א איז ארויס פון ביתו נאוה קודש מיטן חתן און די מחותנים אויפן וועג צום ביהמ"ד און מען האט באגלייט בשירה וזמרה. ארום 5:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.

נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א מנהל בית רחל, לקראת דעם דינער 'לנצח' לטובת 'מוסדות קרית יואל' וואס איז פארגעקומען מוצש''ק.

קבלת שבת: הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:35 דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אין ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא בן הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען די קינדער פונעם מחותן אב''ד בערטש שליט''א. כל מקדש: הר''ר מאיר יוסף אייכענשטיין שליט''א, מנוחה ושמחה: הר''ר דוד אייכענשטיין שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'יש לי רב אחי יהי לך אשר לך' און און געטיישטש בדרך פלפול ודרוש אין די סוגיא פון חדש.

קה אכסוף: הרה''ג ר' זלמן לייב רובין שליט''א (מאנסי), ברכהמ"ז: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, ברכות ראשונות: כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט"א, ברכה אחריתא: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המגיד הגדול דער רבי ר' בער זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י''ט כסלו.
קה רבון עלם: הר''ר יצחק אייזיק ווייס שליט"א. די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות.

דערנאך האט הר''ר שמואל קרויס שליט''א אויסגערופען רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודין לפני הכלה באש קודש און געטאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען צו טאנצן די זיידעס הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט"א, הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א און דערנאך די צוויי מחותנים דער אבי החתן און אבי הכלה שליט''א באנעזאם.

אז ביום השביעי: הר''ר מאיר יהוסף ראטענבערג שליט''א, און דער רבי האט געטאנצן אין א ריקוד אינמיטן ביהמ"ד מען האט געענדיגט ארום 12:50.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בערך 9:20. אמירת הברכות הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו, פסוקי דזמרה: הר"ר אלעזר אייכענשטיין שליט"א (ב"פ), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם שווארץ הי"ו (לאנדאן).

עליות. כהן: החתן ב"ר ישראל בנימין ליכטענשטיין הי"ו, לוי: כ''ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, רביעי: הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, חמישי: החתן נכד רבינו הרב ברוך שליט"א, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענגע בעלי שמחה.
ר' יואל אביגדור כהנא הי"ו.
ר' שמואל מאיר שרייבער הי"ו.
ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש ברא''ש הי"ו.
ר' גרשון גפן הי"ו.
ר' הלל דוב שפיטצער הי"ו.
ר' אשר אנטשיל עקשטיין הי"ו.

שביעי: הרב הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א בן מרן פוסק הדור כ''ק ראב"ד ירושלים שליט"א, הוספות: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, החתן ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו - באווארפען, הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, החתן ב"ר יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו, החתן ב"ר אברהם הערש שעהר הי"ו (וומסב''ג), אחרון: החתן ב"ר ישראל שלום הכהן פאללאק הי"ו, מפטיר: דער מחותן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמעי' לעבאוויטש הי"ו (מאנטרעאל).

מוסף: האדמו"ר מגארליץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:35.
רעווא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 5:05. מנחה: הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל ווייס הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יואל ב"ר קאפיל שעהנברוין הי"ו, לוי: הר"ר אלישע יונגרייז שליט"א, שלישי: חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א, הגבה רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אברהם שלום סטרולאוויטש הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט רבינו שליט''א זיך געשטעלט אויפן פסוק 'עם לבן גרתי' און געטיישטש אז מיט א יעדע מצוה וואס א איד טוט איז ער מקדש אן אבר מיט וואס ער איז מקיים די מצוה, אבער מצוות תפילין וואס תפילין של יד איז מקדש דאס הארץ און תפילין של ראש איז מקדש דעם מח, און וויבאלד דאס זענען איברים שהנשמה תלוי' בהם, איז פשטה קדושה בכולה און איז מקדש דעם גאנצן מענטש קען מען הערן דעם בת קול און מקורב ווערן צו די קדושה.

ידיד נפש: הרב מענדל אייכענשטיין שליט"א, קל מסתתר: הרב מאיר אייכענשטיין שליט"א, דערנאך האט מען געזינגען לכבוד די שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:45.

במוצאי יום גילה

מוצש"ק ארום 8:55 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט''א מחותנו כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט"ו כסלו תשפ"ג12/9/2022

באריכט
פרייטאג ערש''ק וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ווייס הי"ו.
ב"ר בעריש פריעד הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר יואל ב"ר אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו (ב''פ).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, די ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון מנחם פריינד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ישראל שלום פאללאק הי"ו - ר' אברהם שמואל בראך הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו - ר' יעקב וויזעל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:00 ביז 9:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שלום משה עקשטיין הי"ו - ר' אלעזר גרובער הי"ו.
הרה''ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א - הר''ר שמואל משה פריעדמאן שליט''א.

דערנאך ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום מעמד 'כינוס הלומדים' דורך חבורות תורתך שעשועי לרגל סיום מסכת זבחים, צוגעשטעלט דורך מפעל קביעות עתים לתורה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש וברכה.

ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד בית ברוך צו די צענטראלע שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבוד רבינו שליט"א ובנו חביבו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, עס האבן אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אינאיינעם מיט ר' יוסף חיים ראטענשטרייך הי"ו, און מיט פרקי חזנות האט מהנה געווען הרה''ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו מחשובי מתפללי הביהמ''ד.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק, בענין שמחת חתן וכלה, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, און פאר בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און פאר אלע מחותנים און גאנצ'ן ציבור.
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט.

ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, ברכות ראשונות: דער מחותן בנו הגה''צ רב הביהמ''ד שליט''א, ברכה אחריתא: דער מחותן אבי החתן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

נאך די שבע ברכות איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ בביתו נאוה קודש מחותנו הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שיינע שמועס, דער בערטשער רב שליט"א האט געגעבן פאר'ן רבין א ספר עטרת יצחק, און דער רבי האט זיך באדאנקט און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך ארום 11:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ד כסלו תשפ"ג12/8/2022

באריכט
מיטוואך פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד וואלף עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג'.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. אןן ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' אלטר צבי שטעסל הי"ו (וומסב''ג) - ר' יצחק אייזיק מיללער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אברהם הערש ברש"י שעהר הי"ו (וומסב''ג) - ר' בערל בר"י מיטעלמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ג כסלו תשפ"ג12/7/2022

באריכט
דינסטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' בר"י גאטליעב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ברכת מזל טוב צו הרבני הנגיד מוה"ר פישל ריספלער הי''ו, בבית אמו הח' מרת ריספלער שתחי' אין קר''י, לרגל די שמחת החתונה בביתו, זייענדיג דער נדבן פון די נייע פראכטפולע חתונה זאלן וואס ווערט יעצט פארענדיגט בבניני ריספלער במוסדותינו הק' אין וומסב''ג, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, פארן חשובן נדבן און די מחותנים.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו - ר' יואל ברמ"י שווארטץ הי"ו, באולם כתר ריזל.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 11:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 9:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ב כסלו תשפ"ג12/6/2022

באריכט
מאנטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א, מיט החתן נכד רביה''ק זיע''א בן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א וחתן כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' חיים קטינא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב סימאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף דברי חיים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
בן הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט''א - מנהל הישיבה.
ב''ר אהרן פערל הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מרביצי תורה און אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די בחורים.

ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הוניאד צום מעמד יציקת הבורות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בורות הטבילה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט''א רב הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק וברכה.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 5:00 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

תיכף דערנאך אום 5:40 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן ר' שמעון ברמ''ד עסטרייכער הי''ו. און מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש בקול בכח לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.
נאך די דב''ק האט דער רבי מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה''ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי''ו און הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן.

דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן אחיו דער זיידע פונעם חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
קריאת הכתובה: פעטער פונעם חתן הגה''צ ר' יצחק זעלטנרייך שליט''א אדמו''ר מקערעסטיר מאנסי, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פון די חתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט''א.
עדי קידושין: הרה''ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו''ץ בקהלתינו און הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו''ץ בקהלתינו.
עדי יחוד: הרה''ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי''ו און הרה''ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.

נאך די חופה אום 7:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול.

ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

ארום 9:00 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, און דערנאך ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
בערך אים 9:30 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף א קורצע הפסקה, עס איז אריין בקו'''פ הגה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ.
ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ הגה''צ ר' ברוך האלבערשטאם שליט''א אב''ד נאסאד וומסב''ג, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' אלישע יונגרייז שליט''א בן האדמו''ר מגארליץ.
נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א.

דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ די זיידעס הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א, הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר פאלגענגע מצוה בחורים.
ב"ר נפתלי שטערן הי"ו.
ב"ר וואלף יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר לוי אהרן עסטרייכער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 12:30 איז רבינו שליט''א ארויף פריוואט מיט א ענגע מנין צום ציון רבותינו הקדושים לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס איז פארגעקומען נעכטן מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען צום ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך אריין אין אוהל הק' און אנגעצינדן 5 ליכט ביי די ציונים הק' און ביי קבר אמו הרבנית ע''ה. דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע"א און די ערשטע פיר קאפיטל'עך און דערנאך ספר רביעי כנהוג, נאך קדיש האט דער רבי געליינט קוויטלעך, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכמיטאג ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א וועלכע איז סטאנציאנירט אין ביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים אין ביהמ"ד, און נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע נגונים, און דער מנהל שליט''א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן די פולע תירוצים פון די בחורים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די בחורים ביים לחיים לרגל פתיחת הזמן אין ישיבה, און דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק בדברי פלפול אין די סוגיא וואס מען לערענט אין די ישיבה אין מסכת פסחים, און איבערגעלאזט עטליכע לומד'ישע קושיות פאר די בחורים און געבעטן צו זיכן תירוצים, און ארומגערעדט בקורות רוחו פון די גוטע גריסן וואס מען הערט כסדר צוריק אויף די ישיבה און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:00.

ארום 6:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין מאנסי צו די חגיגת הכנסת ספר תורה געשריבן דורך אנ''ש תושבי מאנסי לכבודו פון הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, לע''נ אביו הר"ר משה יודא זצ''ל ולע''נ זקינו פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי זצ"ל, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם רב שליט"א און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך מכבד געווען דעם רב צו טאנצן, מיט אריינלייגן די ס''ת אין ארון קודש איז נתכבד געווארן הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי''ו, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קר"י.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' בנימין גאלדבערגער הי"ו (ב''פ) - ר' חיים שלמה זילבערמאן הי"ו (מאנטרעאל), באולם כינור דוד.
ר' חיים פאללאק הי"ו - ר' משה הערש קליין הי"ו, באולם ן בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש די מחותנים ר' אשר אנשיל צין הי"ו (ב''פ) - ר' אברהם מרדכי גליק הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"א כסלו תשפ"ג12/5/2022

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א חתן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט''א.
מיט החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע"א בן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א וחתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א.

אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה בביהמ''ד הגדול בקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה לברך ולהתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי' כסלו תשפ"ג12/4/2022

באריכט
במוצאי יום גילה

מוצש''ק איז רבינו שליט"א אריבער צום שבע ברכות פון בת הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו בביתו אין קר''י, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף א כתה וואס ער האט אפגעקויפט במוסדותינו הק' במאנסי, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ב''פ אין די זאלן פון עטרת חי' צום יערליכן דינער 'וזכני לגדל' לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק, נאך די מייסטערהאפטע דרשה פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו, האט דער רבי געזאגט דב"ק בעניני חינוך והדרכה.
בסיום דבריו האט דער רבי אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער די נושא פון כשרות המזוזות און דערביי געצייגט פארן ציבור עטליכע פסול'ע מזוזות, וועלכע מ'קען כמעט נישט דערקענען זייער פסיל, און אויפגעפאדערט אנ''ש צו קויפן מזוזות בלויז ביי היימישע סופרים. נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 12:10.

נאכן דינער איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת השבע ברכות ביי מחותנו הגה''צ ר' חיים יוסף פריעדמאן שליט''א אבד''ק בערזשאן, בבית מדרשו בבארא פארק, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו און ארויס און א ריקוד מיטן חתן ומחותנים.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה"צ רבי אברהם ברוך זינגער שליט"א אב"ד ור"מ אלכסנדר מיט הכלה בת הרה''ג ר' ישראל לייפער שליט''א ר''מ בישיבתינו באר התורה אין וומסב''ג, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו און ארויס און א ריקוד מיטן חתן ומחותנים.

דערנאך ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו 10'טע עוו. בבארא פארק, ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה וחתימת שטרות אויפן נייעם פליגל 'היכל תפילה לדוד', נדבת משפחת הרה''ח ר' דוד ראזענבערג ע''ה, דער רבי האט קובע מזוזה געווען און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם פליגל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די בני המשפחה, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די בני המשפחה און אלע באטייליגטע. בערך אום 1:30 איז דער רבי צוריק ארויסגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
שב"ק פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן שלמה ב''ר אלי מרדכי בראך הי''ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' משה וואקס הי''ו (ב''פ).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדות דרכי שמואל אין אחיסמך עטה''ק. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: האדמו''ר מלייפניק בני ברק שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' יו''ט שטערן הי''ו (בני ברק), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה קרויזער הי''ו (בית שמש).

קה אכסוף: הרה''ח ר' יוסף גאלדבערגער הי''ו (ירושלים), ברכהמ"ז: האדמו''ר מלייפניק שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק בעל שבט סופר זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ט''ו כסלו. קה רבון עלם: הרה''ח ר' צבי פריעדמאן הי''ו (ירושלים).

די פרישע חתנים זענען אדורך געגאנגן נעמען פירות, און עס איז פאגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר אלי בר''י גאטליעב הי''ו, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליעב הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:40.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' שלמה הערש בהר"ר אברהם עקשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע חיים שטערנליכט הי"ו (לאנדאן), פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שלום ראטטענבערג שליט"א רב דביהמ"ד תפלה למשה בקר''י.

עליות. כהן: החתן בן הר''ר מיכל טרעגער הי"ו, לוי: החתן ב"ר הערשל ווייל הי"ו - באווארפען, שלישי: החתן ב"ר שרגא פייש הערצאג הי"ו, רביעי: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א, חמישי: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' חיים קטינא הי"ו.
ר' אברהם מאיר דים הי"ו.
ר' יעקב ברש"א פריעדמאן הי"ו.
ר' יואל ברי"א פריעדמאן הי"ו.
ר' יחזקאל שרגא ברמ"ש ווערצבערגער הי"ו.
ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' וואלף ווירצבערגער הי"ו, אחרון: החתן בן הר''ר יוסף דוד לעווי שליט"א - באווארפען, מפטיר: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו (לאנדאן), הגבה: הרה"ח ר' הערשל ווייל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעווא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 5:05. מנחה: ר' אלי' ברח"א שפיצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו, כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' יושע נחמן בר"א שרייבער הי"ו (לאנדאן), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' שמואל דוד טויב הי"ו.

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט רבינו שליט''א זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויצא יעקב מבאר שבע', און געטייטשט אז ווען מען איז עוסק בדרכי עולם הזה און מען פארדינט געלט דארף מען א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אז די געלט זאל חלילה נישט מגשם זיין דעם מענטש נאר אדרבה מען זאל זיך קענען אויפהייבן למדריגה עליונה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הר''ר מענדל גאלד שליט"א אב"ד לובלין, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט רבינו שליט''א מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול. מען האט געענדיגט ארום 7:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג